גערעכט די פעולה איז די זעלבע, אבער ווען מען וויל אנהייבען צו שרייבען מוז מען וויסען צו ס'איז א מעידזשיר אדער א מיינער, צו וויסען וואו מען דארף אנהייבען.
כהאב אפאר שאלות אין די סוגיא, ווער קען מיר געבן א האנט ?
1)ווען שרייבט מען פלעטס און ווען שארפס ? למשל ביי F מעיזשאר שרייבט מען א B פלעט, ווידעראום ביי G מעיזשאר שרייבט מען א F שארפ, וואס איז די כלל אין דעם ?
2)וויאזוי קען מען וויסן אויב די ניגון איז א A מיינאר אדער C מעיזשאר וויבאלד זיי האבן דאך די זעלבע קי-סיגנוטשור ?
1)ווען שרייבט מען פלעטס און ווען שארפס ? למשל ביי F מעיזשאר שרייבט מען א B פלעט, ווידעראום ביי G מעיזשאר שרייבט מען א F שארפ, וואס איז די כלל אין דעם ?
אין קורצען: עס ווענט זיך וועם דו דארפסט רוקען,
א מיינער און א מעידזשער מיינט וויאזוי די אויסשטעל פון די ניגון איז. דהיינו א מיינער איז אויסגעשטעלט אויף דעם אופן גהגגהגג (ג= א גאנצע טאן חילוק צום קומענדיגע נאוט; ה= א האלבע טאון חילוק צו די קומענדיגע נאוט), און מעידזשער איז אויסגעשטעלט גגהגגגה. דאס איז נישט קיין חילוק ווי דו הייבסט אן די ניגון, סיי ביים זינגען און סיי ביים שפילען, אייביג וועט דאס זיין די סדר.
צוריק צו דיין שאלה, אויב ווילסטו אנהייבען א מעידזשער ביי F דעמאלטס וועסטו מוזן אראפ רוקען די B כדי ס'זאל זיין א מעידזשער ( אויב גייסטו נישט רוקען וועסטו האבען א אנדערע ניגון...), אויב ווילסטו זינגען די זעלבע מיעדזשער ניגון א ביסעל העכער - אויף א G, וועסטו מוזען נוצען א F שארפ כדי ס'זאל נאכאלץ זיין די זעלבע סדר פון מעידזשער.
דוד משה האט געשריבן:
2)וויאזוי קען מען וויסן אויב די ניגון איז א A מיינאר אדער C מעיזשאר וויבאלד זיי האבן דאך די זעלבע קי-סיגנוטשור ?
אין קורצען: מען קוקט וואו עס הייבט זיך אן די ניגון עס איז אזאך וואס הייסטטאניק, דאס מיינט וועלכע נאוט עס פירט די ניגון, און בדרך כלל וועט די ערשטע תנועה פון די ניגון זיין אויף די ערשטע טאון אויפן סקעיל. למשל אויב הייבט זיך אן די ניגון אויף C, וועט עס זיין מעידזשער, וכו'.
דוד משה האט געשריבן:
3)איז וויכטיג צו קענען אויך Bass Clef (אויב משפילט אויף א אינסטרומענט וואס שפילט נישט קיין Bass) ?