זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שמי לאנדאן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:01 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמי לאנדאן »

45678.JPG
45678.JPG (15.64 KiB) געזען 1271 מאל
456789.JPG
456789.JPG (57.94 KiB) געזען 1271 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21051
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
זמנים
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

נשים בתעניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

kyshtiper האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:40 pm
קענסט אן קאלן פשעווארסקער רבי ער לאזט נישט למשל קיין איין כלה פאסט יום החופה
וואס איז אפילו די דמיון? פאסטען די ד' צומות (בפרט ת"ב) איז א חיוב, און יום החופה איז נאר א מנהג.

און בכלל איז נישט צו פארשטיין פארוואס מ'זעט געוויסע וואס פאסטען נישט שבעה עשר בתמוז וכו', אבער פאסטען יא ביום החופה.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: נשים בתעניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זמנים האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:37 pm

זאל מען ווען חתונה האבן פיר מאל א יאר וואלט מען מסתם אויך נישט געפאסט ביום החופה.
זמנים
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 14, 2023 9:21 pm

Re: נשים בתעניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זמנים »

שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:47 pm
זמנים האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:37 pm

און בכלל איז נישט צו פארשטיין פארוואס מ'זעט געוויסע וואס פאסטען נישט שבעה עשר בתמוז וכו', אבער פאסטען יא ביום החופה.
זאל מען ווען חתונה האבן פיר מאל א יאר וואלט מען מסתם אויך נישט געפאסט ביום החופה.
ממילא פאסט מען ענדערש ווען מ'מוז נישט?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ביי די ליטווישע פאסטן די עזרת נשים אלע תעניתים, פונקט ווי יום כיפור. מיין רעבעצין גראדע נישט, ווייל ביי מיין משפחה פירט מען זיך נישט אזוי, פארוואס? א קשיא אויף א מעשה...
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm
דאס הייסט אז ס'האט מיט מסורה!
גוט, איך האב נאר געוואלט וויסן צו עפעס אנדערש ווי סכנה וכדו' איז אויך אינוואלווד,
עפ"י הלכה זענען זיי מחויב פונקט ווי די מענער אבער פון שינאווא רב איז די קבלה אז זיי זאלן נאר פאסטן יוה"ק און ט"ב (ביז די גאולה שלימה בקרוב).
פארשטייט זיך נאר די מינימום להחיות גופם (דעתי העניה)
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

שעטנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 5:47 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm
דאס הייסט אז ס'האט מיט מסורה!
גוט, איך האב נאר געוואלט וויסן צו עפעס אנדערש ווי סכנה וכדו' איז אויך אינוואלווד,
עפ"י הלכה זענען זיי מחויב פונקט ווי די מענער אבער פון שינאווא רב איז די קבלה אז זיי זאלן נאר פאסטן יוה"ק און ט"ב (ביז די גאולה שלימה בקרוב).
פארשטייט זיך נאר די מינימום להחיות גופם (דעתי העניה)
'דעתי העניה' איז א אפענע מחבר אין הלכות תענית, (אז מעוברת ומינקת זאלען נאר עסן כדי קיום הולד), אבער שינאווא רב קען זיך קריגען אויף די שו"ע? אתמהה.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איטשע האט געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2022 11:04 am
צום פוינט האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
צום פוינט האט געשריבן:
לענ"ד איז "בזמנינו" עיר קאנדישאן עפאכע, נישטא קיין נארמאלע סיבה פאר "געווענליכע מיידלעך" נישט צו פאסטן.
ביטע צייגט אייערע כתב הוראה, וועל איך מיך אפשר רעכנען מיט דיין "לענ"ד"...
ברענג מיר א דאקטאר וואס זאגט, אז פאר א געווענליכן געזונטן מיידל, קען זיין א ספק ספק ספק ספיקא פון סכנה, אדער פון סיי וועלכע אפעקט.
נאכער וועלן מיר צייגן די כתב הוראה.
אגב, פרעג וועלכע דאקטאר צו א מעוברת מעג פאסטן, וועלן זיי דיר ענטפערן מיט א ברייטן יא.
ווער רעדט נאך בחודש התשיעי וועלן זיי דיר זאגן אז דאס איז א גוטע זאך, ווייל עס טוט צו איילן די לידה.
אבער די תורה זאגט אנדערש...
נישט אמת. מיין ווייבס דאקטאר (נישט אזוי באנוצט ביים היימישן עולם), האט איר בשום אין אופן נישט געלאזט פאסטן אין די הויכע חדשים. בשום אין אופן. קוים אויף יום כיפור. איעדע פאציענט איז אנדערשט. ער איז געווען א פרומע ארטאדאקסישע דאקטאר. נישט קיין היימישער, אבער בכלל נישט קיין קל און בעל מיקל. מיין רב האט אים זייער געשעצט. ער האט איינמאל גערעדט צו אים ווען עס איז געווען א שאלה להלכה און האט אנגעהויבן שיקן נאך פרויען צו אים.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג יולי 29, 2024 12:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

גא"מ מיין דאקטאר ניטאמאל א איד נישט קיין איינונג גארנישט נישט געלאזט פאסטן אפילו אין די נידעריגע חדשים..
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

צום פוינט האט געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2022 10:39 am
ריקוד האט געשריבן:
צום פוינט האט געשריבן:
לענ"ד איז "בזמנינו" עיר קאנדישאן עפאכע, נישטא קיין נארמאלע סיבה פאר "געווענליכע מיידלעך" נישט צו פאסטן.
ביטע צייגט אייערע כתב הוראה, וועל איך מיך אפשר רעכנען מיט דיין "לענ"ד"...
ברענג מיר א דאקטאר וואס זאגט, אז פאר א געווענליכן געזונטן מיידל, קען זיין א ספק ספק ספק ספיקא פון סכנה, אדער פון סיי וועלכע אפעקט.
נאכער וועלן מיר צייגן די כתב הוראה.
עס איז א גרויס טעות אז נאר א ספק סכנה טאר נישט פאסטן. א חולה ברויך נישט פאסטן, אפילו עס איז נישט קיין סכנה. אחוץ פארשטייט זיך יו"כ וואס איז א דאוירייתא. די היתר פאר די וואס לאזן נישט פרויען פאסטן, איז ווייל מען האלט אז זיי זענען אין די גדר פון א חולה, פארדעם, נאכדעם, וכו'.

און אפילו יו"כ, אויב איז נאר א ספק סכנה, טאר מען נישט פאסטן. חז"ל זאגן אז אויב דער חולה זאגט ער ווייסט נישט אויב ער מוז עסן, און דער דאקטער זאגט ער מוז, דארף מען פאלגן דעם דאקטער.

הגם, ווי איך ארבייט, האבן רוב פרויען אין מיידלעך קאווע ביים דעסק. דאס וואלט אפשר שוין יא געמעגט זיין בצינעא. עסן ווייס איך נישט, ווייל מען לאזט נישט עסען ביי אונז ביים דעקס, מען דארף גיין אין לאנטש רום.
איך שרייב דא בכלל נישט הלכה למעשה, פארשטייט זיך אז מען מוז פרעגן דעם אייגענעם רב וואס קען די מצב.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג יולי 29, 2024 12:21 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 11:37 pm
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 5:47 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm
דאס הייסט אז ס'האט מיט מסורה!
גוט, איך האב נאר געוואלט וויסן צו עפעס אנדערש ווי סכנה וכדו' איז אויך אינוואלווד,
עפ"י הלכה זענען זיי מחויב פונקט ווי די מענער אבער פון שינאווא רב איז די קבלה אז זיי זאלן נאר פאסטן יוה"ק און ט"ב (ביז די גאולה שלימה בקרוב).
פארשטייט זיך נאר די מינימום להחיות גופם (דעתי העניה)
'דעתי העניה' איז א אפענע מחבר אין הלכות תענית, (אז מעוברת ומינקת זאלען נאר עסן כדי קיום הולד), אבער שינאווא רב קען זיך קריגען אויף די שו"ע? אתמהה.
און דו קענסט זיך קריגן מיט שינאווער רב וואס האט נישט געוויסט פון דעם שולחן ערוך? אתמהה
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 11:37 pm
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 5:47 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm
דאס הייסט אז ס'האט מיט מסורה!
גוט, איך האב נאר געוואלט וויסן צו עפעס אנדערש ווי סכנה וכדו' איז אויך אינוואלווד,
עפ"י הלכה זענען זיי מחויב פונקט ווי די מענער אבער פון שינאווא רב איז די קבלה אז זיי זאלן נאר פאסטן יוה"ק און ט"ב (ביז די גאולה שלימה בקרוב).
פארשטייט זיך נאר די מינימום להחיות גופם (דעתי העניה)
'דעתי העניה' איז א אפענע מחבר אין הלכות תענית, (אז מעוברת ומינקת זאלען נאר עסן כדי קיום הולד), אבער שינאווא רב קען זיך קריגען אויף די שו"ע? אתמהה.
ס’נישט נאר שינאווע רב ס’איז גאר אסאך גדולי אחרונים, וכן נהגו בכמה וכמה מקומות בישראל.

ווי האט איינער געשריבן דא, אז די עלטערע מורה הוראה’ס וואס פלעגן פסק’נן לויט וואס זיי האבן מקובל פלעגן שטארק מקיל זיין, ווידעראים די היינטיגע וואס פסק’נן ווי גרים פון שלחן ערוך ארויס זיי זענען די מחמירים.
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

די אלע צומות בשעת שלום זענען דאך נישט מעיקר הדין, איז פשוט פארוואס מען האט מער מקיל געווען פאר פרויען (און אין טייל ערטער אפילו ביי די מענער אויך, למחצה לשליש ולרביע, כידוע).
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am

לשון המחבר סימן תק"נ ס"א: הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו ואסור לפרוץ גדר. איז וואס מיינט אז עס איז נישט מעיקר הדין? און וואס איר שרייבט אז מ'האט מקיל געווען ביי מענער, איז בכלל נישט ידוע.
ר' מטות
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am
די אלע צומות בשעת שלום זענען דאך נישט מעיקר הדין, איז פשוט פארוואס מען האט מער מקיל געווען פאר פרויען (און אין טייל ערטער אפילו ביי די מענער אויך, למחצה לשליש ולרביע, כידוע).
שלחן ערוך או"ח סימן תק"נ:הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.

משנה ברורה:ואסור לפרוץ גדר – רוצה לומר, אף על גב דמסקינן בגמרא דבזמן דאין מצוי גזירות עובדי כוכבים על ישראל תלוי הדבר ברצון ישראל, דהיינו אם רצו רוב ישראל והסכימו שלא להתענות בהשלושה צומות הרשות בידן, כתבו הפוסקים דעכשיו כבר רצו וקיבלו עליהן כלל ישראל מדור דור, ואסור לפרוץ גדר:

האקט..
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am
די אלע צומות בשעת שלום זענען דאך נישט מעיקר הדין, איז פשוט פארוואס מען האט מער מקיל געווען פאר פרויען (און אין טייל ערטער אפילו ביי די מענער אויך, למחצה לשליש ולרביע, כידוע).
עס איז יאר מעיקר הדין, און ח"ו צו מקיל זיין סתם אזוי. מען איז מקיל פאר די וואס זענען בגדר חולה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:17 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יעקל »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 11:37 pm
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 5:47 pm
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 pm
דאס הייסט אז ס'האט מיט מסורה!
גוט, איך האב נאר געוואלט וויסן צו עפעס אנדערש ווי סכנה וכדו' איז אויך אינוואלווד,
עפ"י הלכה זענען זיי מחויב פונקט ווי די מענער אבער פון שינאווא רב איז די קבלה אז זיי זאלן נאר פאסטן יוה"ק און ט"ב (ביז די גאולה שלימה בקרוב).
פארשטייט זיך נאר די מינימום להחיות גופם (דעתי העניה)
'דעתי העניה' איז א אפענע מחבר אין הלכות תענית, (אז מעוברת ומינקת זאלען נאר עסן כדי קיום הולד), אבער שינאווא רב קען זיך קריגען אויף די שו"ע? אתמהה.
ס’נישט נאר שינאווע רב ס’איז גאר אסאך גדולי אחרונים, וכן נהגו בכמה וכמה מקומות בישראל.

ווי האט איינער געשריבן דא, אז די עלטערע מורה הוראה’ס וואס פלעגן פסק’נן לויט וואס זיי האבן מקובל פלעגן שטארק מקיל זיין, ווידעראים די היינטיגע וואס פסק’נן ווי גרים פון שלחן ערוך ארויס זיי זענען די מחמירים.
יאפ, נישטא אזא זאך אז פרויען זאלן פאסטן אויסער ת”ב און יום כיפור, סיי ביי מיין משפחה און סיי ביי מיין ב”ב משפחה.

פארוואס עס איז אזוי ווייס איך נישט, אבער דאס איז די מציאות ביי א גרויס חלק גאר חסידישע שטובער.

איך וועל קיינמאל נישט צווינגען די פרויען פאסטן, טאמער האב נישט איך עס געזען נישט ביי מיר און נישט ביי איר. אונז זענען נישט קיין גרים ב”ה און אונז האבן אויף וועם זיך צו פארלאזן.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

איך בין אנוועזנד געווען איין שב"ק פרשת בלק ביי ר' יחזקאל ראטה זצ"ל אין קאנטרי און דער היינטיגער קארלסבורגער רב האט אויסגעקלאפט בשם דעים טאטן פארן ליינען אז קיין איין מיידל זאל נישט פאסטן די נעקסטע שבעה עשר בתמוז

און פון קראנטע מקורות ווייסעך אז אין די אינגערע יארן פלעגט ער שטארק מחמיר זיין ביי מיידלעך אויף יא צו פאסטן אפילו מיט געוויסע תירוצים
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:27 am
איך בין אנוועזנד געווען איין שב"ק פרשת בלק ביי ר' יחזקאל ראטה זצ"ל אין קאנטרי און דער היינטיגער קארלסבורגער רב האט אויסגעקלאפט בשם דעים טאטן פארן ליינען אז קיין איין מיידל זאל נישט פאסטן די נעקסטע שבעה עשר בתמוז

און פון קראנטע מקורות ווייסעך אז אין די אינגערע יארן פלעגט ער שטארק מחמיר זיין ביי מיידלעך אויף יא צו פאסטן אפילו מיט געוויסע תירוצים
די דערציילסט עפעס א האלבע מעשה. קיין איין מיידל זאל נישט פאסטן די נעקסטע י"ז תמוז, איז משמע אז אנדערע תעניתים יא.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

קאן זיין דאס האבעך געהערט אויסרופן כ'בין דארט געווען זייער מסתבר אז ס'איז פשוט געווען שבת פאר שבעה עשר און פאר אנדערע פלעגט מען די זעלבע אויסרופן אויף די אנדערע
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

Kosher Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:05 am
איטשע האט געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2022 11:04 am
צום פוינט האט געשריבן:
ריקוד האט געשריבן:
צום פוינט האט געשריבן:
לענ"ד איז "בזמנינו" עיר קאנדישאן עפאכע, נישטא קיין נארמאלע סיבה פאר "געווענליכע מיידלעך" נישט צו פאסטן.
ביטע צייגט אייערע כתב הוראה, וועל איך מיך אפשר רעכנען מיט דיין "לענ"ד"...
ברענג מיר א דאקטאר וואס זאגט, אז פאר א געווענליכן געזונטן מיידל, קען זיין א ספק ספק ספק ספיקא פון סכנה, אדער פון סיי וועלכע אפעקט.
נאכער וועלן מיר צייגן די כתב הוראה.
אגב, פרעג וועלכע דאקטאר צו א מעוברת מעג פאסטן, וועלן זיי דיר ענטפערן מיט א ברייטן יא.
ווער רעדט נאך בחודש התשיעי וועלן זיי דיר זאגן אז דאס איז א גוטע זאך, ווייל עס טוט צו איילן די לידה.
אבער די תורה זאגט אנדערש...
נישט אמת. מיין ווייבס דאקטאר (נישט אזוי באנוצט ביים היימישן עולם), האט איר בשום אין אופן נישט געלאזט פאסטן אין די הויכע חדשים. בשום אין אופן. קוים אויף יום כיפור. איעדע פאציענט איז אנדערשט. ער איז געווען א פרומע ארטאדאקסישע דאקטאר. נישט קיין היימישער, אבער בכלל נישט קיין קל און בעל מיקל. מיין רב האט אים זייער געשעצט. ער האט איינמאל גערעדט צו אים ווען עס איז געווען א שאלה להלכה און האט אנגעהויבן שיקן נאך פרויען צו אים.
מיין ווייב האט געהאט אישוס ווען זי איז געווען מעוברת, און עס איז געווען פאר יום כיפור, האט איר דאקטאר איר געזאגט לגבי פאסטן יום כיפור, אז פאר א מעוברת צו פאסטן ביז פיר און צוואנציג שעה איז גארנישט.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

געהערט פון א גרויסן פוסק - א תלמיד פון קאשויער רב זצ״ל -

קאשויער רב זצ״ל האט אים געזאגט: ״מ׳האט שטארק מקיל געווען פאר אלע נשים, און אפי׳ מיידלאך נישט צו פאסטן חוץ ט״ב ויכ״פ״.

סתם ולא פירוש טעם הדבר. דאס איז געווען די קבלה מאבותינו ורבותינו תלמידי חת״ס!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

ר' מטות האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:20 am
אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am
די אלע צומות בשעת שלום זענען דאך נישט מעיקר הדין, איז פשוט פארוואס מען האט מער מקיל געווען פאר פרויען (און אין טייל ערטער אפילו ביי די מענער אויך, למחצה לשליש ולרביע, כידוע).
שלחן ערוך או"ח סימן תק"נ:הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.

משנה ברורה:ואסור לפרוץ גדר – רוצה לומר, אף על גב דמסקינן בגמרא דבזמן דאין מצוי גזירות עובדי כוכבים על ישראל תלוי הדבר ברצון ישראל, דהיינו אם רצו רוב ישראל והסכימו שלא להתענות בהשלושה צומות הרשות בידן, כתבו הפוסקים דעכשיו כבר רצו וקיבלו עליהן כלל ישראל מדור דור, ואסור לפרוץ גדר:

האקט..
ווער עס נעמט אלץ אן די פסקי משנ"ב אויך ווען עס איז א סתירה מיט די היימישע פוסקים זאל טאקע הייסן די נשים פאסטן, אבער ווער נישט איז עפעס אפגעפרעגט?
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: זענען מיידלעך טאקע פטור פון פאסטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:24 am
ר' מטות האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:20 am
אותות ומופתים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:11 am
די אלע צומות בשעת שלום זענען דאך נישט מעיקר הדין, איז פשוט פארוואס מען האט מער מקיל געווען פאר פרויען (און אין טייל ערטער אפילו ביי די מענער אויך, למחצה לשליש ולרביע, כידוע).
שלחן ערוך או"ח סימן תק"נ:הכל חייבים להתענות ארבע צומות הללו, ואסור לפרוץ גדר.

משנה ברורה:ואסור לפרוץ גדר – רוצה לומר, אף על גב דמסקינן בגמרא דבזמן דאין מצוי גזירות עובדי כוכבים על ישראל תלוי הדבר ברצון ישראל, דהיינו אם רצו רוב ישראל והסכימו שלא להתענות בהשלושה צומות הרשות בידן, כתבו הפוסקים דעכשיו כבר רצו וקיבלו עליהן כלל ישראל מדור דור, ואסור לפרוץ גדר:

האקט..
ווער עס נעמט אלץ אן די פסקי משנ"ב אויך ווען עס איז א סתירה מיט די היימישע פוסקיםזאל טאקע הייסן די נשים פאסטן, אבער ווער נישט איז עפעס אפגעפרעגט?
די משנה ברורה איז אויך א היימישע פוסק. און בדרך אגב, דאס איז בכלל נישט קין חידוש פונעם משנה ברורה.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”