ווען איך ווייס ווען מאך איך עס אליין... אזויפיל ווייס איך יא אז דאס איז נישט קיין עקסעס פראגרעם נאר פיל מער, אין אמת'ן בין איך שוין געזיצען מיט איינעם וואס דארף צו זיין טאפ אף די ליין אבער צו מיין מזל איז ער שוין אין קאנטראקט אויף א אנדערע פראגרעם אין ער וועט נישט זיין עוועליבעל פאר???
איך שטעל מיר פאר אז דער עולם איז זייער אנגעצויגען צו וויסען וואס עס האט זיך אויסגעלאזט אין די ענדע אין צו איך האב געטראפען וואס איך האב געזוכט איז במילא נישט מער ווי יושר צו לאזען וויסען פאר די חבירים דא אז ב"ה היינט צופרי האר איך מיטן באשעפערס הילף געסיינט קאנטראקט מיט א סאפטווער דעוועלאפמענט פירמע וואס וועט זיך בעזהשי"ת אפגעבען מיטן פראדעצירען דעם פראיעקט, אין איך וויל מיר באדאנקען פאר אלע וואס האבען געגעבן עדווייס סיי דא אין סיי אין פרטי עס איז אלעס צוניצגעקומען,
We are a big heimish business in NY and looking to hire an EXPERIANCED programmer in SQL & .NET well paid anyone intersted email[email protected] Thanks
איך האב א געוויסע געדאנק פון א עפפ וואס איך וויל דעוועלאפן, און עס האט א מעגליכקייט צו ווערן גאר גאר פאפולער, דאס הייסט אז מען קען שארן לכאורה אסאך געלט דערפון.
איך מוז מקדים זיין אז איך פארשטיי 0 אין גאנצן ענין פון פראגרעמינג והמסתעף, און ממילא איז דא א הויכע ריזיקע אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו אהערשטעלן דער געדאנק, ווי אויך אז איך האב נישט קיין דאלער צו אינוועסטן דערין, מילא אויב וועט דער עוענטועלער פראגרעמער זיין אינטערעסירט זיך אריין צו לייגן דערין וועט ער מוזן דעקן די קאסטן, און אויך די זייטיגע הוצאות ווי אדווערטייזן וכדו'. איך האב סך הכל א געדאנק.
נאך עפעס, איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער אז עס איז נאכנישטא אזאנס, אבער פון א אויבערפלעכליכע סערטש אויף גוגל קוקט אזוי אויס.
אויב טראכט איר נאכאלס אז עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אייך, ביטע שרייבט מיר אין אישי.
פארשטייט זיך די ערשטע זאך בין איך געגאנגן סירטשען אויב די איידיע איז שוין דא בנמצא, נאך אסאך זיכן האב איך נאכנישט געפונן דיע איידיע.
די עיקר ציל פארוואס איך וואלט געוואלט מאכן די פראגרעם איז בעיקר ווייל ווען איך וואלט געהאט די פראגרעם וועלט עס מיר אסאך ארויסגעהאלפן, אבער אויב עס איז נאכנישט דא פארוואס דען נישט זעהן אז עס זאל צושטאנדקומן, און אפשר אויך אין די זייט מאכן אפאר דאללער?