וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

וואס איז דער באדייט פון א סקעיל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

(אפגעטיילט פון דא )

ניין נישט פון קיין וואג רעד איך און נישט פון קיין איבערוואג... נאר פון מוזיק.

וואס איז דאס? פארוואס אין דער וועלט ברויך מען דאס?

געב א קוק אויפן קיבארד און צייל מיר אפ וויפיל טענער ס'זענען פארהאן. זיבן זאגסטו? ניין. צייל איבער, וואס לאזטו אויס די שווארצע? (#ציווילע רעכטן..), אלעס אינאיינעם זיבן ווייסע מיט פינף שווארצע זענען צוועלף. (דזשאסט פאר די רעקארד, אויף פילע אינסטרומענטן צ.ב. א פידל אדער גיטאר זענען נישט איינגעטיילט שווארצע אדער ווייסע, מען ברויך אליין שאצן ווי עס באלאנגט, באט איי דעגרעס..)

פארוואס איז דאס איינגעטיילט? פארוואס נישט מאכן צוועלף ווייסע קנעפלעך און שלום על ישראל? א גוטע קשיא. לייען ווייטער.

וויפיל טענער זענען פארהאן אין א ניגון - נישט אויפן קיבארד -? ס'הייסט וויפיל? אין א ניגון וואס מען ציעט ארויף דריי שטאק הויך זענען מסתם פארהאן זיבן און צוואנציג טענער, און ביי א פלאטשיגע ניגון ווי 'גם מאחורי הדברים הקשים העומדים עליך אני וכו'... איז דא בערך דריי טענער... דזשאסט קידדינג...

עס זענען דא זיבן טענער אין א ניגון טראץ די צוועלף טענער אויפן פיאנא (שטייט עפעס אין ספרים אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין אן אכטער. א פלא פון א דבר וואס אונז באגרייפן נישט), א ניגון מיט מער פון זיבן טענער, ארבעט נישט געהעריג, מען קען נישט זינגען געהעריג דערויף, און מען דארף זיין אן עקספערט בכלל צו מחבר זיין א ניגון מיט צען צוועלף טענער. (יאסעלע איז געווען אן אויסטערלישע עקספערט אין דעם געביט. ער האט גע'יכול'ט צו אפזינגען אלע צוועלף טענער פונעם קיבארד אין איין שאס. ווער קען דען נישט 'אלוקי נשמה', דעם 'אתה בראתה אתה יצרתה'... סיז עפעס א חידוש נפלא פון א סקעיל)

יעצט וועלכע פון די צוועלף טענער וועלט מען אויס זיבן צו מאכן דערויף דעם ניגון? אה, יעצט קומט מען אן צו אונזער פוינט. אויף דעם איז דא עטליכע אופנים אין וועלכן סדר מען שטעלט אויס דעם סקעיל, וואו מען דארף איבערהיפן א קנעפל (הנקרא גאנצע טאן) און וואו מען גייט גראד צום נעקסטן קנעפל (הנקרא האלבע טאן).

די מערסט פאפולער זענען די צווי סקעילס וואס רופן זיך מיינאר און מעידזשאר, וואס ביידע פון זיי האבן אן איינגענארטיגע אויסשטעל וויאזוי און אויף וועלכע קנעפלעך עס לויפט. עס איז פארהאן נאך סקעילס, ביי אונז אידן איז גאר פאפוליר די פרעיגיש סקעיל. (אין א צווייטער געלגענהייט וועלן מיר אריינגיין טיפער וויאזוי די סקעילס זענען אויסגעשטעלט)

צוליב דעם האט מען אפגעטיילט די קנעפלעך אויף א פיאנא להבחין בין ה'שווארצע' לה'ווייסע', כדי ווען מען שפילט אויף א מיינאר סקעיל אויף A, אדער א מעידזשאר סקעיל אויף א C, זאל מען קענען רואיג נוצן אלע ווייסע קנעפלעך, אוון נישט נוצן קיין איין שווארצע קנעפל, (פארשטייט זיך אלעמאל דא אויסנאמען).

און דאס איז דער באדיייט פון א סקעיל!

איך וויל זייער בעטן אז מען זאל נישט אריינגיין דא טיפער אין די ענינים אויף אן אופן וואס דער בעגינער וועט נישט פארשטיין וואס מען רעדט. מען וועט אי"ה צו אלעס אנקומען מיט א סדר. פראגן, קאמפלימענטן און הערות זענען וועלקאם.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

לאדיך געוואלדיג אויף א סקעיל פון 1 - 10 דו ביזט 10
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

איך פארשטיי נישט דעם מסקנא, מ'האט אפגעטיילט ווייסע פון שווארצע כדי מ'זאל קענען שפילן נאר אויף ווייסע ביי יענע צוויי סקעילס?
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

קנאקעדיג! קיפ איט קאמינג!

איך האב א שאלה, עס קומט אפי' נישט אריין דא אבער לאמיר פרעגן,

ווען מאכט מען א מעידזשער קאורד און ווען מאכט מען א מיינער קארד?

איעדע ניגון כמעט האט סיי מעידזשער קאורדס און סיי מיינער קאורדס ווען מאכט מען וואס.

אפי' די שפילט א מיינער ניגון גייסטו אויך מאכען מעידזשער קאורדס...

איך האף אז איך בין גענוג קלאר
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

אויב פאר בעגינערס ביזטו שוין זייער ווייט... איך פארשטיי נישט קיין כי הוא זה, כאטש עס אינטערעסירט מיך.
ביי מיר איז א סקעיל און א tune דאס זעלבע
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

א tune איז א תנועה אדער א ניגון, עס האט גארנישט מיט סקעיל.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע:יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

לאדיךארויס האט געשריבן: (אפגעטיילט פון דא )

\ איך וויל זייער בעטן אז מען זאל נישט אריינגיין דא טיפער אין די ענינים אויף אן אופן וואס דער בעגינער וועט נישט פארשטיין וואס מען רעדט. מען וועט אי"ה צו אלעס אנקומען מיט א סדר.


א ריזן דאנק
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

והנה און נון האט געשריבן: א tune איז א תנועה אדער א ניגון, עס האט גארנישט מיט סקעיל.

נישט ממש, יעדע ניגון איז געבויט אויף א סקעיל, .
ס'איז וואו די זאלסט זאגען אז א הויז האט גארנישט מיט א דאך.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

יאפין האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן: א tune איז א תנועה אדער א ניגון, עס האט גארנישט מיט סקעיל.

נישט ממש, יעדע ניגון איז געבויט אויף א סקעיל, .
ס'איז וואו די זאלסט זאגען אז א הויז האט גארנישט מיט א דאך.

האסט מיר נישט פארשטאנען, איך האב געזאגט אז דער ווארט tune האט גארנישט מיט סקעיל.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

א שיינעם דאנק הער לאדיך. זייער שיין מסביר געווען.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האבען מיר עפעס היינט געלערענט. א דאנק אייך לאדיך פאר אונז מסביר זיין זאכען וואס מיר האבען אלע מאל געוואלט וויסען.

אויב מיר קענען אייך בעטען א טובה; אזוי ווי איר זענט א מבין אויף נגונה; אפשר זאגט איר אונז ווי די פיטפאלס פון בעל קורא'ס זענען, ווי גייען זיי Wראנג?

אויך, ווי גיייען זיי Wרייט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סקעילס איז א פאקט. ס'הערט זיך פארן אויער אז אזוי איז ריכטיג.
ווען א מענטש מאכט א ניגון, וואס ער שפיהרט אז ס'זינגט זיך געהעריג, האט ער אטאמאטיש גענוצט א געוויסער סקעיל. דאס הייסט ער האט הונטערנבאוואוסטזיין אויסגעקליבן נאר געוויסע קנעפלעך פון די אלע צוועלעף קנעפלעך.
בין איך גערעכט?
שטומט עס מיט דיין בעגינינג לעסאן, איך וויל וויסן צו איך האב פארשטאנען?
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע:אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

זינגער האט געשריבן: קנאקעדיג! קיפ איט קאמינג!

איך האב א שאלה, עס קומט אפי' נישט אריין דא אבער לאמיר פרעגן,

ווען מאכט מען א מעידזשער קאורד און ווען מאכט מען א מיינער קארד?

איעדע ניגון כמעט האט סיי מעידזשער קאורדס און סיי מיינער קאורדס ווען מאכט מען וואס.

אפי' די שפילט א מיינער ניגון גייסטו אויך מאכען מעידזשער קאורדס...

איך האף אז איך בין גענוג קלאר

געווענלעכע פשוטע קאורדס אויף א מיינער סקעיל איז די סדר אזוי, מיינער, דימ. מעדזשער, מיינער, מיינער, מעידזשער, מעידזשער, מיינער

מעידזשער קאורד איז צאמגעשטעלט פון דריי טאונס ערשטע, דריטע, 4.5 לדוגמא C E G
א מיינער קאורד איז ערשטע 2.5 און די פיפטע לדוגמא סי, די שארפ, דזשי
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

@זינגער, איך וועל אי"ה שפעטער צוקומען צו קארדס, אבער ביי א מיינאר ניגון שפילט מען בעסיקלי מיט דריי מיינאר קארדס, נאר עס קומט צו אמאל א G אדער F מעידזשאר

@אפטימיסט, לייען מיין ארטיקל מיט ישוב הדעת. עס זענען דא 3 הויפט קאטעגאריעס אין אידישע ניגונים. יעדע אזא סארט קאטעגאריע הייסט א סקעיל.

@שפוזמאן, דאס דארפט איר רעדן מיט א בעל קורא מומחה ווייל איך בין נישט...

@נשמה, ריכטיג פארשטאנען. אפילו דו ווייסט נישט די כללים וועסטו געווענליך בשעת'ן קאמפאזירן א ניגון, פון זיך אליין פארן אויף א סקעיל (וועלכע סקעיל, ווענדט זיך שוין אין דיין גיסטע...), אבער פארט איז בעסער אז מען ווייסט די כללים.

און א יישר כח אלע מגיבים און באדאנקער.
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

לאדיךארויס האט געשריבן: @זינגער, איך וועל אי"ה שפעטער צוקומען צו קארדס, אבער ביי א מיינאר ניגון שפילט מען בעסיקלי מיט דריי מיינאר קארדס, נאר עס קומט צו אמאל א G אדער F מעידזשאר.

דאס ווענד זעך דאך אויף וועלכע סקעיל דו שפילסט. יעדע מיינאר סקעיל האט א רעלעטיוו, קרוב, מעידזשאר סקעיל. למשל פארן D מיינאר איז די F די רעלעטיוו מעידזשער. פאר די G מיינאר איז עס די B פלעט מעידזאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח ר' לאדיך, קיפ אפ!!
אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע:אויפן געז רענדזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשייניק »

איז דאס מער א מאטעמאטיק שאלה?
אויב א געווענדליכע ניגון באשטייט פון זיבן טענער, ווען גייט זיך אויסנוצן אלע ניגונים.....???
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

כ'האב שוין אמאל געהערט פון איינעם א הסבר מאטעמעטיקלי פארוואס ס'קען זיך נישט אויסניצן אלע ניגונים,
כגעדענק עס אבער נישט
ס'האט מער צוטוהן מיט די ביעטס ווי מיט דער טענער
אדרבה, אויב איינער קען עס אויסארבעטן
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

קשיות אויף דעם שיעור:

1) איך פארשטיי אז יעדע ניגון האט נאר "איין קנעפל" אין אן אקטעוו וואו מ'קען עס אנהויבן אויף די ארגינעלע סקעיל, אבער למעשה קען מען עס דאך אנהויבן אויף עטליכע אנדערע טענער, אין יעדן אקטעוו פאר זיך, אויף א שווארצע אדער ווייסע קנעפלעך. נו, דעמאלט וואס איז די גאנצע ענין פון די ארגינעלע סקעיל?

(אפשר איז די תירוץ אז פאר א גוט אויער קען מען טאקע אנהויבן די ניגון ממש נאר ביי איין קנעפל אינעם אקטעוו, אבער איך בין נאך נישט זיכער אז דאס איז טאקע 100 פראצענט אזוי)

2) האסט געזאגט א ניגון קען נאר זיין זיבן טענער - וואס מיינט עס בפרטיות? עס זענען דא ניגונים וואס צווישן די שטילע און הויכע פעלער לויפט מען ארום 12-15 קנעפלעך אויפ'ן פיאנע, טאקע נישט יעדע איינע, אבער די "רעינדזש" איז אסאך מער ווי נאר 7 ווייסע אדער 12 מיט שווארצע.

3) לויט דיינע ווערטער זעהט אויס אז ווי א פשוטערע בלענד פון ווייס שווארץ, אלס פשוטער איז די ניגון, אדער די סקעיל, איז עס טאקע אזוי? עס זענען דא ניגונים פון יו"ט ערליך, למשל, וואס זענען זייער קאמפליצירט, די קנעפלעך לויפן אויסדרוקליך נישט אזוי פשוט ווי "מעינסטרים" היימישע ניגונים, נאר מער ענליך צו א חזנות שטיקל פון יוסעלע, לגבי די "קאמפליצירטקייט" פון די סקעיל און טאן סיקווענס.
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

יוםטובערליך האט געשריבן: בס"ד

1) איך פארשטיי אז יעדע ניגון האט נאר "איין קנעפל" אין אן אקטעוו וואו מ'קען עס אנהויבן אויף די ארגינעלע סקעיל,

פון ווי פארשטייסטו עס אזוי? קיינער האט דאס נישט געשריבן, מ'קען אנהייבן יעדער ניגון אויף וועלכע קנעפל מ'וויל,
נאר וואס דען ווען מען שפילט אויף א מיינאר סקעיל אויף A, אדער א מעידזשאר סקעיל אויף א C דארף מען בדרך כלל נישט ניצן קיין שווארצע,
דעטס איט
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

יוםטובערליך האט געשריבן:
2) האסט געזאגט א ניגון קען נאר זיין זיבן טענער - וואס מיינט עס בפרטיות? עס זענען דא ניגונים וואס צווישן די שטילע און הויכע פעלער לויפט מען ארום 12-15 קנעפלעך אויפ'ן פיאנע, טאקע נישט יעדע איינע, אבער די "רעינדזש" איז אסאך מער ווי נאר 7 ווייסע אדער 12 מיט שווארצע.

קוק איבער וועסטו זען אז די אכטע קנעפל וואס דו דרוקסט איז די זעלבע ווי די ערשטע נאר מיט אן אקטאוו ארויף. (למשל האסט אנגעהויבן ביי A וועסטו ביי די העכערע קנעפלעך אויך נוצן דעם A. אפילו ס'איז נישט ממש די זעלבע קנעפל הייסט עס נאך אלס ווי אינעם זעלבן סקעיל!

יוםטובערליך האט געשריבן:
3) לויט דיינע ווערטער זעהט אויס אז ווי א פשוטערע בלענד פון ווייס שווארץ, אלס פשוטער איז די ניגון, אדער די סקעיל, איז עס טאקע אזוי? עס זענען דא ניגונים פון יו"ט ערליך, למשל, וואס זענען זייער קאמפליצירט, די קנעפלעך לויפן אויסדרוקליך נישט אזוי פשוט ווי "מעינסטרים" היימישע ניגונים, נאר מער ענליך צו א חזנות שטיקל פון יוסעלע, לגבי די "קאמפליצירטקייט" פון די סקעיל און טאן סיקווענס.

איה"נ. ס'זענען טאקע פארהאן די געקונצעלטע ניגונים און חזנות'ן (דזשאסט פאר די רעקארד, א גרויסן טייל חזנות'ן זענען נישט מורא'דיג געקונצעלט. ע"פ רוב איז עס אויף א פרעיגיש סקעיל).
נאר מעידזשאר און מיינאר הייסן די בעיסיק סקעילס. און פאר די בעיסיק סקעילס איז די קיבארד ממש ווי געגאסן. זע באלזאם'ס לעצטע תגובה.

(פרעיגיש איז דאכט זיך געברענגט געווארן דורך אונזערע זיידעס פון רוסלאנד און איז נישט ספעציעל פאפולער דא אין אמעריקאנער גאס)

דא געב איך עטליכע סעמפלס פון חזנות אויף וועלכע סקעיל זיי זענען:

אלוקי נשמה (יאסעלע) - א קונסטווערק! עטליכע מאל געטוישט סקעיל און פאבריצירט אן אייגענע סקעיל
טיהר רבי ישמעאל - פרעיגיש
רזא דשבת - מיינאר
רומעניע רומעניע רומעניע - מעידזשאר
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

סאו אויב מ'קען אנהויבן יעדע ניגון אויף סיי וועלכע קענעפל, וואס מאכט "רזא דשבת" א מיינאר, מ'קען עס דאך אויך שפילן אויף די ווייסע, איז עס מעידזשאר, און ווייס-ווערסע מיט רומעניע אויף מיינאר!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יוםטובערליך האט געשריבן: בס"ד

סאו אויב מ'קען אנהויבן יעדע ניגון אויף סיי וועלכע קענעפל, וואס מאכט "רזא דשבת" א מיינאר, מ'קען עס דאך אויך שפילן אויף די ווייסע, איז עס מעידזשאר, און ווייס-ווערסע מיט רומעניע אויף מיינאר!

איך מיין אז די האסט א שטיקל טעות מיט די חילוק פון מעידזשאר און מיינאר סקעילס. אז עמיצער שפילט בלויז אויף די ווייסע קנעפלעך פונעם קיבארד מיינט נאכנישט אז ער איז אויף מעידזשאר. פאר מער זעה דא, אולי וועט עס דיר העלפן: viewtopic.php?p=985912#p985912
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ס'איז צוויי זאכען, ביטע נישט אויסמישען.

"שארפ - פלעט" דאס איז א חילוק פון שווארצע און ווייסע קנעפלעך. א האלבע טאן איז א פלעט און א גאנצע איז א שארפ.

"מעידזשער - מיינער" דאס איז די אייסשטעל פונעם סקעיל. פאר מער קוק די לינק און די תגובה מיטן שיינעם הסבר פון יואב.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

איך האף היינט נאכט אי"ה (אויב איך וועל האבן צייט) צו מסביר זיין מיט א לענגערע ביאור וויאזוי די סקעילס זענען אויסגעשטעלט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”