ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
נאטרוליסט האט געשריבן: דא איז דער ארטיקל וואו דער טיימס באשרייבט איראנ'ס באהויפטונג אז דער תלמוד איז שולדיג פאר די אינטערנאציאנעל דראג-האנדל איבער דער וועלט.
הרב קרויס מאכט א שטיקל טשולענט - אין בעסטן פאל. ווייל דער איראנער וויצע פרעזידענט ברענגט נישט קיינע הוכחות צו זיינע ארגומענטן איבערהויפט נישט. ביים איראנער וויצע פרעזידענט זענען די ציונים נאכפאלגער פונעם תלמוד, וואס מאכט יעדן לאכן.
http://mobile.nytimes.com/2012/06/27/wo ... .html?_r=0
סמארט גאי האט געשריבן: אין שערי מדע פ' יתרו, איז דא א שיינע שמועס וועגן תורה שבעל פה און וויאזוי די גוים האבן געוואלט ברענגן ראיות אז די אידן גרינגשעצן אין זיי,
שרייבט הרב קרויס בתוך הדברים,
אויב וויל מען זיך נאך מער איבערצייגן די בורות פון די
מוסלומענער און אראבישע וועלט אינעם תלמוד, דאן ליינט
נאר וואס די איראנער וויצע פרעזידענט האט געזאגט ביי א יוע"ן
קאנפרענץ אקעגן דראג"ס: ער האט באשולדיגט די תלמוד מיט
געבן אנווייזונגען פאר די אידן ווי אזוי צו שעדיגן די נישט אידן
דורכפארשפרייטן דראג"ס איבער די וועלט, און ער האט דערביי
געזאגט אז איראן איז גרייט צו פאנד"ן פאר ווער עס איז וויליג צו
שטודירן און נאכפארשן די נושא, ער האט אויך געזאגט אז א ראי'
חותכות דערצו אז מען געפונט נישט כמעט קיין איד וואס זאל זיין
עדיקטע"ד צו דראג"ס ]גיי זאג אים אז די אידישע חינוך און אמת'ע
שמחת החיים איז די אורזאך דערפאר
און דערנאך
מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען די תלמוד בבלי
איבערגעזעצט אויף אראביש, און ווי פארשטענדליך האט עס
געעפנט נאך א טויער פאר אנטיסעמעטיזום, זיי ציטירן שטיקלעך
וואס לויטעט די גרינגשעצונג פון אידן צו נישט אידן, זיי באשולידוגן
די אידן אלס זיך האלטן פאר א העכערע ראסע, נו, וואס זאלן מיר
ענטפערן פאר די אומה שפילה די אראבער'ס, וואס פארשטייען זיי,
דראג"ס אין תלמוד!!! טיפשים און רוצחים ביינאזאם.
ס'קוקט אויס אז הרב קרויס פארגלייכט עפל מיט מאראנצן אין אומגעלונגענע פרוב צו אוועקמאכן דעם גוי'ס טענה, אוודאי איז די קלאגע אז די אידן נוצן בלוט פאר מצות אדער האבן סודות בנוגע דראגס פאלש, אבער דאס פארענפערט נאך נישט פארן גוי די פשט פון אתם קרוין אדם ואין אוה"ע קרוין אדם, און אזוי ווייטער איז דא אומצאליגע גמרות און הלכות וואס אויב א גוי וויל זיך ארויפכאפן קען ער מאכן דערפון א סענזאציע, הארגענען די קינדער פון עמלק, ועוד ועוד כמה וכמה דוגמאות
וואס דארף מען טאקע ענטפערן פארן גוי ??
תלמודלערנער האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן: דא איז דער ארטיקל וואו דער טיימס באשרייבט איראנ'ס באהויפטונג אז דער תלמוד איז שולדיג פאר די אינטערנאציאנעל דראג-האנדל איבער דער וועלט.
הרב קרויס מאכט א שטיקל טשולענט - אין בעסטן פאל. ווייל דער איראנער וויצע פרעזידענט ברענגט נישט קיינע הוכחות צו זיינע ארגומענטן איבערהויפט נישט. ביים איראנער וויצע פרעזידענט זענען די ציונים נאכפאלגער פונעם תלמוד, וואס מאכט יעדן לאכן.
http://mobile.nytimes.com/2012/06/27/wo ... .html?_r=0
איר האט דאך צוגעצייכענט צום ניו יארק טיימ'ס: the Talmud, a central text of Judaism, was responsible for the spread of illegal drugs around the world.
מר. סמארט גאי האט צוגעברענגט צוויי שטיקלעך פון 'שערי מדע' כאילו עס איז איין נושא, באמת איז עס צוויי נושאים. איינס אז זיי זאגן אז תלמוד איז פאראנטווארטליך פאר דראגס דאס האט די ני טיימ'ס ציטירט פון זיי. ווער זאגט אז ער ברענגט הוכחות, הא גופא, שערי מדע ברענגט ארויס די אומוויסענדיגקייט פון זיי אין די תלמוד. - צווייטנ'ס אז זיי האבן טענות אויף שטיקלעך פון תלמוד, האט שערי מדע געשריבן, אז אויב זיי קענען זאגן אז 'דראג'ס' איז באשריבן אין תלמוד דאן איז זיי נישט ווערד צו פארענטפערן די אנדערע טענות וואס זיי האבן, אפילו זיי האבן אויבענאויף רעכטיגע טענות פון אתם קרויים אדם וכו' אבער זיי זענען דא צו באשמיצן און זוכן נישט קיין תירוצים.
בדרך אגב, יש מקור אין תלמוד אז מ'זאל זיך נישט צוגעוואוינען צו סמים ווייל עס וועט אריינצוען אין גרויסע חובות...
אנעים זמירות האט געשריבן: דיין ערשטע הנחה איז לכאורה פאלש, און דיין לעצטע שורה זיכער פאלש.
בוידעם האט געשריבן: ואם תאמר, אז דאס איז א דרש בעלמא, איז אבער איינמאל זיכער אז חז''ל האבן נישט געמיינט צו זאגן אז א גוי איז קיין מענטש נישט, מען רעדט פון א געוויסע סארט מענטש, וואס דאס זענען נאר אידן.
דעריבער זעה איך נישט וואס איז שלעכט צו זאגן פאר'ן גוי (וואס פרעגט) אז מיר אידן זענען חשוב'ער פון זיי.
דער אמת איז די בעסטע ליגענט.
מיללער האט געשריבן:בנימין הלוי האט געשריבן: וואס טוט מען מיט עם החמור?
קודם לערנט מען עס
עם החמור גייט ארויף אויף עבדים, נישט אויף גוים
מיללער האט געשריבן:בנימין הלוי האט געשריבן: וואס טוט מען מיט עם החמור?
קודם לערנט מען עס
עם החמור גייט ארויף אויף עבדים, נישט אויף גוים
תלמודלערנער האט געשריבן: רב מיללער במחילת כבודכם טעית: כבר כתבתי דא אויפן וועלט אז נישט נאר לגבי הלכה זענען 'גוים' נישט נאר עבדים צוגעגליכן צו חמורים, נאר אויך פיזיש
ונעתיק: בשר חמורם בשרם (יחזקאל כג, כ): בדרך כלל מדמים העכו"ם לבשר חמור לענין הלכה ודין, אבל מצינו ג"כ שלכמה דברים הם דומים לחמור ממש. בנדה (מה) דבעכו"ם אשה מתעברת מבת ג' שנים ויום אחד, ויהודייה מי"ב שנים ויום אחד, עי"ש בגמ' דהם דומים לחמור, לבהמה וחיה, אשר מולידים מהר. (עי' בגן המלך שבתשו' גינת וורדים אות קל"א) – לי הקטן נראה לציין למשנה בכורות (יט:) שפרה וחמור בנות שלש (ועי' תוס' ע"ז כד). והגר"מ אריק בטל תורה (נדה שם) כתב דמשמע מזה דטבעם של גוים משונה. [ע"ע דברים פלאים בחי' חת"ס נדה שם].
מיללער האט געשריבן:תלמודלערנער האט געשריבן: רב מיללער במחילת כבודכם טעית: כבר כתבתי דא אויפן וועלט אז נישט נאר לגבי הלכה זענען 'גוים' נישט נאר עבדים צוגעגליכן צו חמורים, נאר אויך פיזיש
ונעתיק: בשר חמורם בשרם (יחזקאל כג, כ): בדרך כלל מדמים העכו"ם לבשר חמור לענין הלכה ודין, אבל מצינו ג"כ שלכמה דברים הם דומים לחמור ממש. בנדה (מה) דבעכו"ם אשה מתעברת מבת ג' שנים ויום אחד, ויהודייה מי"ב שנים ויום אחד, עי"ש בגמ' דהם דומים לחמור, לבהמה וחיה, אשר מולידים מהר. (עי' בגן המלך שבתשו' גינת וורדים אות קל"א) – לי הקטן נראה לציין למשנה בכורות (יט:) שפרה וחמור בנות שלש (ועי' תוס' ע"ז כד). והגר"מ אריק בטל תורה (נדה שם) כתב דמשמע מזה דטבעם של גוים משונה. [ע"ע דברים פלאים בחי' חת"ס נדה שם].
וועם זענט איר מעתיק?
אין די גמרא איז דא די באקאנטע "עם החמור - עם הדומה לחמור" וואס גייט ארויף אויף עבדים (אנגעהויבן בי אליעזר עבד אברהם פון ווי מ'לערנט עס ארויס) לגבי עבד שאין לו יחס, משא"כ ביי עכו"ם שטייט בלאדן בן בלאדן
נאכדעם איז דא די גמרא אויפן פסוק אשר בשר חמורים בשרם וזרמת סוסים זרמתם, וואס די גמרא נוצט נאר דעם צווייטן פסוק ארויסצולערנען אז עובד כוכבים שבא על בת ישראל איז זיך דאס קינד נישט מתייחס צום טאטן.
די גמרא אין נדה איז איין איבע"א איז נישט מדמה דעם גוי צום חמור בדרך זלזול, נאר אזוי ווי איר זאגט אז טבעם משונה שיולדות בבת ג' שנים ולא כישראל שרק מבת י"א שנה, וגם זה רק לתירוץ א' בדברי הגמרא
לכתחילה אריבער האט געשריבן: עס איז גאנץ פיין דא תירוצים אויף אלעמען, די "קשיות" זענען דאך נישט היינט געבוירן, טוזענטער יארן איז שוין דא די "וויכיחים", און עס איז שוין דא א געוואלד געשריבן איבער די ענינים.
סמארט גאי האט געשריבן: און וואס וועט זיין אז ער וועט נעמען א בלעטל פון ביהמ"ד און דארט זעהן וואס ס'שטייט פון צדיקים אז דער פריץ איז נאר באשאפן געווארן צו בויען א פאלאץ מיט א גארטן אז ווען דער צדיק גייט דורך זאל ער קענען מאכן א ברכה, (איך געדענק נישט פונקטליך אבער הדברים ידועים)
בנימין הלוי האט געשריבן: די אלע ענינים זענען לכאורה נאר פראבלעמן פאר גלויביגע, דער נישט-גלויביגער האט א פראבלעם מיט וואס שטייט אין די תורה אדער תלמוד?
סמארט גאי האט געשריבן:בנימין הלוי האט געשריבן: די אלע ענינים זענען לכאורה נאר פראבלעמן פאר גלויביגע, דער נישט-גלויביגער האט א פראבלעם מיט וואס שטייט אין די תורה אדער תלמוד?
ניין, אבער דער סעקיולאריסט האט יא א פראבלעם אז אונז לערנען פאר די קינדער אראפצוקוקן אנדער מענטשען, און ס'קוקט אויס ווי דער נעקסטער דור ריקט זיך אין די דירעקציע
וויאזוי קוקסטו אן אייסיס וואס זיין שעיך זאגט אים אז מ'דארף הארגענען כופרים, און וויאזוי ווילסטו ער זאל דיך אנקוקן אז די ביסט נאך עד היום מחיוב צו ממית'ן עמלק'ס אייניקלעך ?