knowledge האט געשריבן:
דער בעל מחבר איז געגאנגן נעמען אם הסכמה אבער צוליב די איילעניש פון גיין צום דרוק (ארויסצקומען בזמן צו די שמחה) און די הסכמה איז נישט געווען גרייט, איז עס נישט אריין.
איך האב עס נישט געקױפט װײל איך פיל אז ס׳דארף א הסכמה,איז למעשה דא די הסכמה?אױב די װעלסט עס ארױפלײגן װעליך עס קױפן אי״ה כ׳גלײב נאך יודן אױך
לעכטל האט געשריבן:
איך האף מיין הערה וועט נישט שטערן פאר קיינעם. איך אלעמאל געטראכט אז ווען די שערי מדע וועט אויסקומען מיט א ספר, וועל איך עס קויפן. למעשה האב איך מיר געפריידט עס צו זעהן אין די ספרים געשעפט, די ספר איז נאו טיים אריינגעפלויגן אין מיין הענט, איך האב עס גע'עפנט, און גלייך אראפ געלייגט. די אויסשטעל, מיט די סארט אותיות, מיט די סייז פון די אותיות האט מיר זייער געשטערט, איך האב עס נישט געקענט קויפן (נעבעך, אה?)
איך וואלט ארויסגעקוקט אויף א ספר וואס איז געשריבן מיט די זעלבע סייז אותיות ווי די גליון.
פאני?!
רבי עקיבא איגר זצ״ל שרייבט שוין איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגעבן א ספר מיט שיינע און קלארע אותיות און אויף גוטע פאפיר.
להוי ידוע אז מ׳האט זיך ארומגעשפילט מיט די פאנט״ס עס זאל זיין שיין און קלאר. אזוי אויך די פאפיר, עס זאל זיך גרינג מישן.
נאר וכבר אמרו: על טעם וריח אין להתווכח.
אבער דאס נישט קויפן צוליב דעם איז היפש אינטערעסאנט. אויב די תוכן איז גוט פאר אייך, דאן אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו!
Surface האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
איך האב עס יא געקויפט. אבער געטראכט די זעלבע ווי אייך.
יא, די רבי עקיבא איגר זצ״ל איז ריכטיג ביי אסאך ספרים, אבער ביי אזא 'ספר' ווי מיין באליבטע 'שערי מדע' איז לויט מיין טעם נישט פאר קיין גרויסע אותיות, דאס קויף איך צו ליינען, אריינקוקן פון צייט צו צייט, זיך צו צייכענען א גוט שטיקל, וכדו' איך וויל ס'זאל זיין א מיעוט המחזיק המרובה, די קליינע אותיות פון דער גליון איז ממש להפלא, אזוי אויך מיין ספרים שאפע איז שוין פיל 120% {און איך קויף נאך אלס נאך ספרים} איך זיך נישט נאך 'דיקע' ספרים. די זעלבע פראבלעם האב איך מיטר' אביגדור ענטפערט, חלק א' האב איך גראדע געקויפט, ס'איז אבער צו גרויס, דיע מינע ספרים קומט לויט מיין טעיסט מיט קליינע אותיות'געפאקטע פעידשעס'קענסט בעטן טייער ווי ס'איז 2 בענדער, אבער פוש עס אריין אין איין באנד.
כלל גדול: אזאך וואס מ׳האט ליב קוקט מען נישט אויף קיין פלאץ און געלט. מיין ספרים שטוב איז maxed אבער קניית ספרים עד מאה ועשרים.
מ׳דארף זיך רעכענען מיט די מיטל-יעריגע, זייער זעהקראפט פארלאנגט גרעסערע אותיות. איר וועט נאך טאג דאנקבאר זיין די סייז פון די אותיות .
יאפ טאקע זיך רעכענען מיט די אלטע איז א שטארקע זאך! מיר שטערט אז די דעקעל איז בלוי!! אבער נאך אלס זייער שיין אין באטאמט ווי אייביג! אגב איך בין אינטער 25 סא לגבאי די אלטע, שטארקע זאך.....
knowledge האט געשריבן:
דער בעל מחבר איז געגאנגן נעמען אם הסכמה אבער צוליב די איילעניש פון גיין צום דרוק (ארויסצקומען בזמן צו די שמחה) און די הסכמה איז נישט געווען גרייט, איז עס נישט אריין.
איך האב עס נישט געקױפט װײל איך פיל אז ס׳דארף א הסכמה,איז למעשה דא די הסכמה?אױב די װעלסט עס ארױפלײגן װעליך עס קױפן אי״ה כ׳גלײב נאך יודן אױך
א הסכמה פון וועלעכע רב וועט דיר עס מאכן קויפן? רבי שמעון זאב איז גוט? אדער רבי אהרן קרויס אפילו ער איז זיין טאטע איז גענוג גוט?

ביידע איז גיט א הסכמה קומט צו זיין אויף א ספר געבן פאר א קינד א ספר אהן הסכמה דערויף איז א מעסעדזש אז ס'פעלט מיר נישט אויס א הכשר אויף א ספר ברענג כאטש א OU
ווי קען איך באקומען היינט צוטאגס די גליון? (קומט נאך ארויס?)
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמרשבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
טיפער מחהאט געשריבן:↑דינסטאג מארטש 21, 2023 5:58 am
קומט ארויס פון צייט צייט. איך באלעק זיך דערמיט, זייער געשמאק.
איך האב געקויפט די ספר אויך, זייער געשמאק אין א רוהיגן מינוט ווען מען זוכט זיך אויסצונלופטערן מיט עפעס לייכטער לערנען.
איך האב נישט געהאט קיין פראבלעימען מיט די אותויות וכדומה.
ווי באקומסטו עס?
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמרשבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..