אינטערסאנט אז שערי מדע האט דימערסטע ליינערס, ואני הקטן ליין עס אויכעט כמה פעמים. הרב משה נחום קוקט אויס וואו א ידען נפלא, מיט א שטארקע הבנה. אבער צומאל האב איך הערות וואס כ'קען ווען צולייגן אדער זיך קריגן.
דעריבער עפען איך היינט דעם אשכול אז איך און סיי ווער ס'האט הערות זאל דא קענען מעיר זיין כיד ה' הטובה עלינו
חסידישער יוד האט געשריבן:
[איר מיינט מסתמא נישט אזעלכע הערות ווי איבער שרייבן אן אריכות איבער הרב אלישיב ז"ל אין פריעדיגע נומער - אהן צו דערמאנען ח"ו זיין נאמען].
די וואס ווייסן ווען מ'שרייבט איבער רב אלישיב ז"ל אן דערמאנען זיין נאמען, די האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט. די וואס ווייסן נאר פון אים ווען מ'שרייבט זיין נאמען האבן געווענליך א פראבלעם ווען מ'שרייבט עס. כ'האב שוין איינמאל געשריבן ברמז און די נאכפאלגן האבן נישט געפעלט צוקומען. ודי
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
חסידישער יוד האט געשריבן:
איך גלייב אז נאך איר האט געשריבן איבער דער מייציטער עילוי האט איר נישט באקומען צופיל הערות פון שנאת ע"ה לת"ח..
לבקשת 'פותח האשכול' וועט מען נישט אריינגיין אין די ארומיגע זאכן. נגלה לך, איך האב מיר גערישט אויף א כוואליע פון הערות איבער די 'מייציטער' עילוי. אבער כנראה ווייסן נישט רוב ליינער זיין היסטאריע. נאר ווען כ'האב געשריבן אז ישמעאל מיט עמלק האבן זיך אויסגעמישט דאן האב איך באקומען היץ אז די 'ציונים' זענען עמלקים און נישט די ישמאעלים.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
פותחים בכבוד, שערי מדע איז מעל כל ספק א רייכער גיליון מיט גאר אינטרעסאנטע מראי מקומות און איז ראוי לברכה ולשבח. עטליכע הערות: דאס וואס דו זאגסט אויף קול מבשר בשם החרדים, קען זיין דארט שטייט עס אויך איך געדענק עס פון הגאון רבי יהודה העליר ז"ל בהקדמתו לספר קצות החושן מאחיו הגאון זצ"ל, וז"ל: והרב מוהר"י מוסקאטו ז"ל כתב שאם היה אפשר לאדם עלותו השמימה לראות בצבאות מעלה סדרם וישרם, לא היה מתענג בהשגתו עד שובו הנה לספר לחבריו את המראה הגדול ההוא ולהם יתן אומר המבשר צבא רב הגופים היקרים ההם פלאי פלאות נעשו במלאכתם וכו' ע"כ.
דאס וואס דו שרייבסט פארוואס די סיקרעט סערוויס גייען מיט זון גלעזער איז אן אומבאגרינדעטע טעאריע, א פשוטע זוך אויף זייער וועבזייטל ווייסט צו דערציילן אז זיי גייען זון גלעזער נאר ווען די זין שיינט פאר די זעלבע סיבה פארוואס מיר גייען ווען די זין שיינט...
דאס וואס דו שרייבסט אז די היינטיגע דעמקראטן זענען היפאקריטן ווייל די אמאליגע חכמי יון האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות איז הוילע דעמאגאגיע און פאסט נישט פאר אייך. דאס אליין צי די היינטיגע דעמאקרעטיע איז געבויעט אויף חכמי יון איז א שמועס פאר זיך ובכל אופן איז קיינער נישט אחראי אויף פרימיטיווע אכזריות פון צוויי טויזנט יאר צוריק. בכלל איז נישט קיין עניין אראפרייסן דעמקראטיע וואס האט געברענגט אזויפיל יושר וצדק רחמנות וחסד אויף די וועלט און איז צום פארדאנקען אז מיר קענען היטן תורה ומצוות אומגעשטערט. ואסיים מעין הפתיחה חזקו ואמצו וכה לחי.
ציפקע האט געשריבן:

א דאנק פאר די הערות.
א) לגבי די מקור פון די הקדמה פונעם קצות, א הערצליכן דאנק. בנוסף, האט מיר א ידיד צוגעצייכענט אז רבי משה חפץ שרייבט עס בספרו 'מלאכת מחשבת'.
ב) די סיבה פון זון גלעזער ביי לאו אינפארסמענט איז אויך צוליב האבן א אויבערהאנט ווען א בייזוויליגער פארשוין וועט נישט זעהן צו דער אגענט אדער פאליציאנט קוקט אוועק. פארשטענדליך אז עס איז געמאכט פארן זון, און קיין טאקטיקן וועלן זיי נישט ארויסשרייבן. (טראכט א מינוט פארוואס נאר לאו אינפארסמענט האבן שטענדיג א פראבלעם מיט די זון און אנדערע ווי מעדיקעל אדער עמערזשענסי פערסענאל נישט).
ג) לגבי דעמעקראטיע, ביטע זעה די בוך פון רב Ken Spira/ עס הייסט worldperfect. זעה אינערווייניג וועט אייער זיך וואונדערן אוועקוואנדערן.
זאת ועוד, רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אין ויואל משה (מאמר שלש שבועות דף קיב) שרייבט אז 'דעמעקראטיע' (דעמוקראציא כ"ה בספרו) 'היא טוב לאומות העולם' שלא קבלו את התורה, אבל ישראל שקבלו את התוה"ק באלפים בריתות ואלות על הערבות לכוף את חבירו על קיום התוה"ק הוי חוק הדעמוקרציא בעניני 'דת', כפירה בתוה"ק ומינות גמורה ר"ל (זעה אינערווייניג רביה"ק באציהט זיך איבער די נוסח הכתב שחתם עליו ראש האגודה שמקבל עליו בערבות שלא לכוף שום ישראל לקיום התוה"ק). עכ"פ ווען איר רעדט פון 'דעמעקראטיע' מיט אזויפיל רעספעקט נעמט דאס אויך אינאכט.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
פותחין בכבוד האכסניא, וואס ברענגט אונז יעדע איינציגסטע וואך נאכאנאנד, הערליכע פרי עץ הדר, מאוצרו המנוצר. ישלם ה' שכרו משלם
* די עצם געדאנק פון מלחמה, וואלט איך ענדערש געזאגט אז די ציהל איז מער דינצחוןהמלחמה.
* אויפן ווארט פון הגאון אביגדור מיללער, האבעך א קליינע שאלה, איר האט פריער הערליך מסביר געווען אז די גאנצע געים איז מלחמה, קומט אויס אז די שרייעריי איז ווידעראום אויכעט א געשריי פון מלחמה
* צו די לעצטע פאראגראף, קען מען נאך צולייגן, לאו דוקא די דייטשע אידן. בכלליות די גאנצע צייט פון די עולם התהו ביי די אומות העולם פון ווען די קריסטליכע גלויבן האט איבערגענומען די וועלט, האט מען כמעט נישט געזעהן אסימילאציע, נאר געצווינגענערהייט, וואו די שפאנישע אידן. שפעטער די לעצטע צוויי דריי הונדרעט ווען די וועלט איז געווארן מער און מער פארגעשריטן, האט זיך ליידער אנגעהויבן אסימילאציע און פולן שוואונג. (ביז נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די ערליכע אידן זענען ממש געווארן אפגעטיילט פון די פרייע, האט זיך דער באן אפגעשטעלט. מען טרעפט נאך דא דארטן וואו מען פארט אפ פון וועג, אבער די מאסן וואס זענען אוועקגעפאלן אמאל, איז שוין היינט נישט דא, ב"ה)
פונקט וואו די מצוה פון זיין העפי ווערט נישט דערמאנט אין די תורה, אבער אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט אז דאס איז די תכלית. נאר וויבאלד ס'איז אזוי פשוט האט מען ניטאמאל געדארפט מאכן דערפון א מצוה די זעלבע איז מיט סעלף לאו ס'ווערט טאקע נישט בפירוש אויסגעשמועסט אין די תורה, אבער מען קען קלאר זעהן וואו די תורה האט געוואלט אז מען זאל זיך ליב האבן, און צוליב די פשטות דערפון האט מען עס נישט געמאכט פאר אן עקסטערע מצוה
ואהבת לרעך כמוך: זאלסט ליב האבן דיין חבר אזויווי די האסט דיר אליין ליב...
די תורה האט דיר געגעבן א מצוה, האב ליב דיין חבר. און די תורה האט דיר געגעבן א מעשערמענט, וואו שטארק זאלסטו ליב האבן דיין חבר? זאגט דיר די תורה, זאלסט אים ליב האבן פונקט אזוי שטארק וואו די האסט דיר אליינס ליב.
טא, אויב ווילסטו מקיים די מצוה פון ליב האבן דיין חבר, מוזטו קודם דיר אליינס ליב האבן, אנדערש קענסטו נישט ליב האבן דיין חבר!
נישט האט געשריבן:
פותחין בכבוד האכסניא, וואס ברענגט אונז יעדע איינציגסטע וואך נאכאנאנד, הערליכע פרי עץ הדר, מאוצרו המנוצר. ישלם ה' שכרו משלם
* די עצם געדאנק פון מלחמה, וואלט איך ענדערש געזאגט אז די ציהל איז מער דינצחוןהמלחמה.
* אויפן ווארט פון הגאון אביגדור מיללער, האבעך א קליינע שאלה, איר האט פריער הערליך מסביר געווען אז די גאנצע געים איז מלחמה, קומט אויס אז די שרייעריי איז ווידעראום אויכעט א געשריי פון מלחמה
* צו די לעצטע פאראגראף, קען מען נאך צולייגן, לאו דוקא די דייטשע אידן. בכלליות די גאנצע צייט פון די עולם התהו ביי די אומות העולם פון ווען די קריסטליכע גלויבן האט איבערגענומען די וועלט, האט מען כמעט נישט געזעהן אסימילאציע, נאר געצווינגענערהייט, וואו די שפאנישע אידן. שפעטער די לעצטע צוויי דריי הונדרעט ווען די וועלט איז געווארן מער און מער פארגעשריטן, האט זיך ליידער אנגעהויבן אסימילאציע און פולן שוואונג. (ביז נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די ערליכע אידן זענען ממש געווארן אפגעטיילט פון די פרייע, האט זיך דער באן אפגעשטעלט. מען טרעפט נאך דא דארטן וואו מען פארט אפ פון וועג, אבער די מאסן וואס זענען אוועקגעפאלן אמאל, איז שוין היינט נישט דא, ב"ה)
לגבי הערות רבי אביגדור ז"ל, למעשה איז עס נישט קיין קול 'גבורה' פון א עכטע מלחמה. ווען מ'פרייט זיך אז די לאנד האט געזוגט און איינגענומען שטחים איז א קול פון גבורה, אבער ווען מ'פריידט זיך אז פלוני האט געווינען די ספארט פארמעסט איז דאך הוילע לופט, גארנישט מיט גארנישט.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
קומט שערי מדע ארויס מיט צוויי מהודורת? איך זעה די בילד פון פרשת ויחי איז אנדערש אין די גליונות לפרשת השבוע ווי אין די להתענג, איינער לייגט חסידים און איינער ליטאים.
אין שערי מדע פ' יתרו, איז דא א שיינע שמועס וועגן תורה שבעל פה און וויאזוי די גוים האבן געוואלט ברענגן ראיות אז די אידן גרינגשעצן אין זיי,
שרייבט הרב קרויס בתוך הדברים,
אויב וויל מען זיך נאך מער איבערצייגן די בורות פון די מוסלומענער און אראבישע וועלט אינעם תלמוד, דאן ליינט נאר וואס די איראנער וויצע פרעזידענט האט געזאגט ביי א יוע"ן קאנפרענץ אקעגן דראג"ס: ער האט באשולדיגט די תלמוד מיט געבן אנווייזונגען פאר די אידן ווי אזוי צו שעדיגן די נישט אידן דורכפארשפרייטן דראג"ס איבער די וועלט, און ער האט דערביי געזאגט אז איראן איז גרייט צו פאנד"ן פאר ווער עס איז וויליג צו שטודירן און נאכפארשן די נושא, ער האט אויך געזאגט אז א ראי' חותכות דערצו אז מען געפונט נישט כמעט קיין איד וואס זאל זיין עדיקטע"ד צו דראג"ס ]גיי זאג אים אז די אידישע חינוך און אמת'ע שמחת החיים איז די אורזאך דערפאר
און דערנאך
מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען די תלמוד בבלי איבערגעזעצט אויף אראביש, און ווי פארשטענדליך האט עס געעפנט נאך א טויער פאר אנטיסעמעטיזום, זיי ציטירן שטיקלעך וואס לויטעט די גרינגשעצונג פון אידן צו נישט אידן, זיי באשולידוגן די אידן אלס זיך האלטן פאר א העכערע ראסע, נו, וואס זאלן מיר ענטפערן פאר די אומה שפילה די אראבער'ס, וואס פארשטייען זיי, דראג"ס אין תלמוד!!! טיפשים און רוצחים ביינאזאם.
ס'קוקט אויס אז הרב קרויס פארגלייכט עפל מיט מאראנצן אין אומגעלונגענע פרוב צו אוועקמאכן דעם גוי'ס טענה, אוודאי איז די קלאגע אז די אידן נוצן בלוט פאר מצות אדער האבן סודות בנוגע דראגס פאלש, אבער דאס פארענפערט נאך נישט פארן גוי די פשט פון אתם קרוין אדם ואין אוה"ע קרוין אדם, און אזוי ווייטער איז דא אומצאליגע גמרות און הלכות וואס אויב א גוי וויל זיך ארויפכאפן קען ער מאכן דערפון א סענזאציע, הארגענען די קינדער פון עמלק, ועוד ועוד כמה וכמה דוגמאות