אבער צו זאגן אז רש"י איז נישט גענוג הייליג צו פארנעמען קדושת אותיות מרובעות, ולזה נתכוין המדפיס הראשון - וכל המדפיסים בעקבותיו - ומה עמקו מחשבותיו הטהורות, איז נישט צום זאך, מילד גערעדט.
און אין רמ"א איז נישטא קיין רמז רמיזא כל שהוא אין אזא ריכטונג.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן: זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט
נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,
געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות
פרשיסחא האט געשריבן: http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=53709#p53709
כמדומה אז אין 'דברי תורה' פון מונקאטשער רב איז אויך דא ווערטער איבער די חשיבות פון דרוקן א ספר אין כתב רש"י דייקא.
אוהב ספרים האט געשריבן: עכ"פ דאס איז זיכער אז בזמנינו היום, ספרים באותיות מרובעות גייען מער.
אוהב ספרים האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן: מען קוקט אריין אין רמ"א זעהט מען גראד אז ער רעדט פון אנדערע כתבים לעומת כתב אשורית. בכלל נישט נוגע צום שמועס איבער אותיות מרובעות vs. כתב הסופרים (רש"י / משיטא / אידיש). סאו ס'איז נישט קיין תיקו, ס'איז קושיא מעיקרא ליתא.
מיין תיקו איז נישט לגבי די רמ"א, נאר לגבי די אלע שרייערס כנגד כתב מרובעות
שאינו יודע האט געשריבן:
וואס איך וויל ארויסברענגען אז ווען עס איז דא א שמועס, האלט ביטע מיט די גאנצע שמועס, און ווארף נישט אריין קיין פלאקן
ואף גם לרבות מעלות הספר הנחמד הלז אשר מכתבים שונים למעליותא, בכל המאמר והקדמה אשר התחיל בראשונה עם הפסוק הצייגתי [=הצגתי] בכתב עברי הנקרא 'בחיי כתב', ושארי מאמרים או הקדמות או איזה פשטים הנחמדים צייגתי [=הצגתי] ב'כתב רשי' כדי שבנקל ימצא איש מבוקשו...
ווען מען לערנט תנ"ך אדער גמרא, זאל מען זען צו לערנען פון א ספר וואס איז געשריבן געווארן אין 'אותיות מרובעות', וועלכע ענדלען צום אריגינעלן 'כתב אשורית' וואס מיט אים איז געגעבן געווארן די תורה פון באשעפער...
פארוואס פונקט דעם שריפטסארט? ווייל עס איז דער שענסטער פון אלע אנדערע שריפטסארטן, און וואס שענער עס איז, אלס בעסער ווערט עס איינגעקריצט אין מוח, און מען געדענקט עס לענגער. דערפאר איז פון אלעמאל געווען איינגעפירט, און עס איז נאך היינט דער מנהג אזוי, צו שרייבן תורה, נביאים, כתובים און גמרא, דווקא מיט 'אותיות מרובעות'...
דאס וואס איך האב געזאגט, אז מען קען בעסער געדענקען א זאך וואס איז געשריבן אין 'אותיות מרובעות', האב איך געהערט פון מיינע רבי'ס, וועלכע האבן אזוי מקבל געווען פון די קדמונים. צוערשט האב איך געמיינט אז דאס איז א גוזמא, אבער נאכדעם וואס איך האב עס אויספרובירט האב איך געזען אז עס איז וואר!
יידישע קהילות האט געשריבן: איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!
אדער יא האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן: איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!
איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94