ציטיר
1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קרעמער
»
זונטאג אוגוסט 19, 2007 12:44 am
טעלעגראמען און דעפעשעס האלטן אין איין אנקומען פון אלע ווינקלען פון די וועלט, פרעזידענטן און פרעמיער מיניסטארן, קעניגן און שאך'ן, אלע פארשפרעכן דרשה געשאנק פאר דאס אינגע פארל. פון רוסלאנד איז געקומען א מעלדונג אז וולאדימיר פוטין רעכט זיך א נאמען צו געבן פאר איין אייז בארג אינעם צפון-פאול (וואס איז לעצטנס באשטעטיגט געווארן אלס זייערס דורך זייערע אייגענע פארשער) על שם דאס יונג פארפאלק (סי.איי.עי. אגענטן שטעלן שוין אויף מיסיל שיץ פראגראמען ארום דעם בארג, די גלאבאלע אנווארעמונג זאל איר נישט צולאזן אזוי לאנג ווי דאס פארפאלק האלט זיך אינאיינעם). קאנאדע האט געשיקט א טענק-יו קארטל פאר מאמע רוסיא, זאגנדיג אז דער בארג געהערט אייגנטליך פאר איר, אלס אזא האט זי שוין דערמיט אויך יוצא איר טייל פאר דעם אונטערשטן נארישן שכן. דער אלטער שכן פון קובא, קאסטרא, האט פארשפראכן צו קומען 'פידל'ען ביי די חתונה, זיין אינגערער ברודער דער אלמן ראול וועט בלייבן אכט געבן אז קיינער זאל זיך דערווייל נישט אריבערשווערצן קיין מיאמי. דער לעצטער האט אויך געבעטן פונעם רויטן קרייץ מען זאל זיכער מאכן אז די ארעסטאנטן אין גוואנטאנאמא בעי, ביים עק פון זיין אינזל, זאלן באקומען א געהעריגן מאלצייט כאטש איין נאכט בעפאר די חתונה, דאס זאל דינען אלס די ארימע חתונה. בוש זאגט אבער אז יענע מאלצייט איז שוין רעזערווירט פאר די פארזיצער פונעם סטאק מארקעט. יוגא שאוועז פון ווענעזועלא האט שוין געמאלדן אז ער וועט נישט קענען פערזענליך ערשיינען, אנשטאט שיקט ער זיין בוזעם-פריינט אכמעדינעדזשאד פון איראן, וועלכער ברענגט שיינע פערסישע טעפיכער אלס דרשה-געשאנק, די סטעיט דעפארטמענט קוקט יעצט אריין אויב עס איז אננעמבאר לויט די יו.ען. רעזאלוציע 1441 וואס פארבאט אלע אימפארטירונגען פון טעהראן. ניקאלעס סארקאזי, דער אידישער פרעזידענט פון פראנקרייך, וועט פערזענליך ברענגן א פלעשל שאמפעין פון זיין לאנד א מתנה פאר זיין געשוויסטער-קינד דער חתן, פון קראנטע קוועלער הערט מען אז ער וועט דאס איבערציען מיט זילבער-פאפיר עס זאל נישט ווערן נסך אויפן וועג. נישט וועלנדיג בלייבן אונטערשטעליג האט דער פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס צוגעזאגט פאר דאס פארפאלק א פרייע האניג-לבנה וואקאציע אין זיין הויפטקווארטיר אין עזה, ווי נאר זיינע זיכערהייט קרעפטן באקומען צוריק פון כאמאס די שליסלעך דערצו. סאודי אראביע וועט שיקן איינע פון זייערע 700 פרינצן איינטיילצונעמען ביי די חתונה, פאר דרשה געשאנק שיקן זיי אן אלט פלעשל גאזאלין צו דערמאנען די אלטע גוטע פריינדשאפט צווישן די בוש און סאודיער פאמיליעס. די אפריקאנער לענדער האבן זיך צוזאמגענומען און אינאיינעם געספאנסערט א בראנד-נייע HIV (אפריקאנער מאדעל SUV) פארן פרישן פארפאלק, דאס איז אבער קאנפיסקירט געווארן ביים גרעניץ, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א שחור פון די בראנקס האט דאס גע'לקח'נט פון די ניו יארקער גאסן און אהיימגעליפערט צו זיינע עלטערן מיט עטליכע חדשים פריער. מעקסיקא האט זיך זעלטן שיין אהערגעשטעלט, צושטעלנדיג ארום 12 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן אנצורעכטן און אויפצורוימען נאך די גרויסע הייראט צערעמאניע. אין אן איבערראשנדע שריט האט כינע צוגעזאגט צו פארשנעלערן די פראצעדורן און ארויסהעלפן דאס פארפאלק צו קענען אדאפטירן איינער פון זייערע ביליאנען איבריגע קינדער (זייער ערשטע אנבאט צו שענקן 1 יאר סופליי פון ציין-פיץ, און/אדער קינדערישע שפילצייג פאר די קינדערלעך זייערע, איז אפגעווארפן געווארן דורך געזונטהייט סעקרעטאר). מדינת ישראל האט באלד געשאנקן אן איזראעלי פאספארט פארן חתן הרב האגער, א סובפינע האט באלד נאכגעפאלגט פארוואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטערישע דינסט. אין גייסט פונעם פרייליכן מאמענט האבן די צפון קארעאר אינסטאנצן סאלוטירט דעם צערעמאניע מיטן אויספרובירן א 500 מייליגן מיסיל וואס קען פירן נוקלעארע שפיצן. דאס ערשטע מצוה טאנץ איז באשטימט פאר האוערד דיען, דער פארזיצער פונעם דעמאקראטישן פארטיי, שפעקולאנטן זאגן אז ער וועט מעגליך איבערזאגן זיין פזמון "פון דארט קיין נארט קאראליינע, פון דארט קיין סאוט קאראליינע, קאליפארניע, וואשינגטאן, ניו יארק, וכו' וכו'" יוצא צו זיין די מצוה פון שמחת חתן וכלה. צווייט וועט דער בדחן - נישט קיין צווייטער ווי דאן איימעס - אויפרופן מייקעל דזשעקסאן אראפצולייגן זיין באקאנטן לבנה-טאנץ. נאך די חתונה וועט דאס פארפאלק אהיימפארן מיט א ווייסע לימוזין געפירט דורך נישט קיין אנדערער ווי דער געוועזענער רוסישער פרעזידענט מיכאל גארבאטשאוו, וועלכער פארדינט היינט צוטאגס פון איין אזא רייזע מער ווי זיין גאנץ יעריגע געהאלט אלס פירער פונעם סאוויעטן פארבאנד.