ברכת מזל טוב לכ"ק אדמו"ר שליט"א

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

ברכת מזל טוב לכ"ק אדמו"ר שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קול רנה וישועה באהלי יפת! קול רנה וישועה באהלי יפת!

דער פרעזידענט זאל לעבן א מזל טוב! די ערשטע פאמיליע א מזל טוב! הרב האגער שליט"א א מזל טוב! און א מזל טוב...

מיט גרויס פרייד מעלדן מיר פאר אלע אמעריקאנער בירגער, ובפרט תושבי הקרעטשמע, אז אונזער קייזער ירום הודו מר. ג'ורג' דאבעליו בוש שליט"א האט א שידוך געטאן מיט זיין געראטענעם טאכטער הכלה ה..... מיט דעם בנש"ק הערשל האגער פון די רעפובליקאנער דינאסטיע ולמטה בגודש.

די וועד העסקנים זענען יעצט פיבערהאפטיג פארנומען צוצושטעלן אש"ל מלא פאר אלע אויסלענדישע געסט, טוריסטן און טעראריסטן וועלכע גרייטן זיך אויפצורייסן אין א הילכיגן אויספלאץ ביי די גראנדיעזע חתונה וואס וועט פארקומען מתי שיתרצו החתן והכלה והמחותנים (ובתנאי אז מען וועט נישט אינדערצווישן טרעפן עפעס בעסערס).

ואמר כל העם המן, ואמר כל העם המן וכו'.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח יוי כ'קען נישט סטאפן לאכן..... ווען דו ביסט גוט ביסטו סופער.....

איי די וועד העסקנים מיט די טוריסן וואס רייסן זיך אויף...

הערצליך געב איך מיינע טיפסטע וואונטשן פאר'ן פרעזידענט יר"ה, ער זאל זיך ווי פריער ארויסדערזעהן פון זיין פלאנטער און די וועלט זאל איינזעהן זיין שכל הישר....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נו, וואו איז צייטליך?... די ועד העסקנים זוכט א יושב על הראש...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין אנדערע נייעס, האט זיך ר' וויינבערגער פון אפארדעבל אראפגעשלעפט צום ווייסן הויז מיט זיין אפארדעבל קיט, אבער זיי זאגן אז די מחותן'ס צד האט זיך אונטערגענומען אויסצוצאלן די גאנצע.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

לעצטע נייעס!!!!!!!
די די ווייסע הויז איז איינשטימיג צו מאכן די חתונה אויף א קליינעם עפארדעבל פארנעם. ס'גייט זיין אינעם ראוז גארדן אויף פלאשינג עוו. אין ברוקלין....

the two were getting married in the Rose Garden
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

האט דאך יענע געענטפערט דארט אז ס'נאכנישט באשטימט... ביזט דאך א מגלה פנים ביאהו שלא כהלכה...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מזל טוב מזל טוב!!!

ווען גייט זיין תנאים ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תנאים? קודם רעדט מען פון א ווארט. די פראגע איז וואספארא 'ווארט' דאס זיין זיין. בוש וויל עס זאל זיין אין ספאניש, ווייל ענגליש איז נישט פון זיינע קענטעניסן. רעבעצין בוש וויל אז ער זאל זיך גענצליך האלטן דאס מויל, זאגענדיג אז פון יעדע ווארט וואס ער האט נאר אמאל ארויסגעזאגט האט ער שוין חרטה געהאט און צוויי מאל צוריקגעצויגן דערפון. די כלה ווידער - כאילו איינער פרעגט איר - איז צופרידן ווען מען זאל מאכן באלד די חתונה, "די ווארט" - זאגט זי, יונה'טע - "האט צייט שפעטער... לאזט דאס פאר מיר מיט הערשל'ן אויסצוארבעטן". באבע בוש, וועלכע האט ווי באקאנט גע'ירש'נט 9.0 מאס רייד אויפן ריכטער וואג, האט נאך זינטן שידוך נישט אויפגעהערט רעדן ווערטער, ציניקער זאגן אז אפילו אויב דאס פארפאלק וועט האבן כפלים כיוצאי מצרים'דיגע קינדער, האט באבע בארבערע שוין געפראוועט א ווארט פאר איטליכן פון זיי. זיידע בוש, וועלכער הייסט "דזשארדזש וואלקער בוש" נאכן זוהן, אין צוגאב צום "הערבערט" אינדערמיט קעגן עין-הרע, וויל נישט הערן קיין "ווארט", ער טענה'ט אז ער וועט גיכער שפרינגן פון א פאראשוט אפצוצייכענען דעם שידוך, אקוראט ווי ער האט געטוהן ביי זיין 180'סטע געבורטסטאג וואס איז אויסגעפאלן הארט נאך זיין פאריגן שפרונג. קארל ראוו, כאילו מען פרעגט אים נאך, טענה'ט אז דער ווארט זאל פארקומען אין דעמאקראטישן הויפטקווארטיר, ווייל דארט וועט דאס רעקארדירט ווערן אומזינסט דורך די רעפובליקאנער אונטערהער אפאראטן וואס ליגן נאך דארט זינט וואטערגעיט. אטורני דזשענעראל גאנזאלעז זאגט גארנישט, ער איז פארנומען אונטערזוכן דעם חתן דינן אויב ער איז נישט קיין אומלעגאלער אימיגראנט פון וויזניץ.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

קרעמער; אא+!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15891
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קקקקקקקרררררררררררעעעעעעעעעעעמממממממממממממעעעעעעעעעעעררררררררר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, ביסט זיס. האסט געוואוסט? אויב נישט, זאלסטו וויסן פון יעצט און ווייטער, און אויב יא, זאלסטו געוואר ווערן אז איך ווייסעס אויך.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יוי האסטו מיר געקאסט א שמייכל...

(יא, צו דיר רעד איך, קרעמער... וואס קוקסטו אזוי?...)
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט קומט די גוטע נייעס אז הערשל האגער וועט בלייבן ביים לערנען! דאס האבן אלע געוואוסט אז אויב דער רבי נעמט אן איידעם איינער פון זיינע גבאים און שמשים, וועט ער זיכער אויסקלייבן איינעם פון די גוטע, הגם די קרן איז אביסל, נו, וואס זאל איך זאגן? אנגעטרינקן... אבער, יחוס אבות האבן זיי דאך גאנץ פיין, קען מען דאך פארקוקן. אלע זענען אבער שאקירט געווארן צו הערן אז הערשל האט זיך ווירקליך פארפליכטעט אומצוקערן אין ישיבה אריין אויף נאך א זמן, מסיים צו זיין די מסכת וואס ער האט אנגעהויבן לערנען. ציניקער זאגן אז יעצט וועט ער שוין לערנען מיט מער רואיגקייט די ענגלישע קלאסן, וויסנדיג אז דער שווער קען אים נישט פארהערן דערין... א געלעכטער אין א זייט: בוש האט פאקטיש שנעלער א שידוך געטאן ווי זיין פארגייער, וועמענס אלטע מאד עס וואקסט שוין א גרויע צאפ.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יוי קרעמער ביסטו גוט, דערמאנסט מיר פון דיינע אמאליגע פאליטישע אפשאצונגען, אזוי זאפטיג געווען.

עניוועי, מזל טוב מזל טוב!!!!! יחי אדונינו מודינו ורכינו !
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

קרעמער א סופער זשאב, כאב זייער גוט געלאכט פון אראפלייגען דעם גאנצען הלוך ילך מיט א ניכטערען בליק.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער, יואא אר די בעסט, האסט מיר גוט געמאכט לאכן, דיין אפהאנדלונג איז גוט פאר די ביכער, מ'גיימער עס אריינשיקן צו די וואשינגטאן פאסט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

קרעמער, גין גאלד!! מעכטיג, כמותך ירבו בישראל, אראפצולייגן אזאך מיט א ניכטערן קוק, די שמאלץ זאל רינען, די שפייעכץ זאל גיסן.

ריזן ייש"כ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איבערלעזנדיג אלע באריכטן איבער דעם געהויבענעם שידוך שליסונג, ווערן מיר געוואויר א געוואלדיגע זאך, אז דער אבי הבן איז גאר עוסק אין חינוך מיוחד! ער איז געווען דער אונטער חינוך-מיניסטער ספעציעל געשטעלט פאר ספעציעלע עדיוקעישאן. מען האפט אז זיין עקספערטיז וועט גאר שטארק צוניצקומען ביים אויסלערנען דעם דיסלעקסיק מחותן וויאזוי צו זאגן א שטיקל דרוש ביי די שבע ברכות, מען קען דאך נישט פארשעמען דעם אבי הכלה פארענט פון אלע מסובין, בפרט אז עס וועט זיך זיכער דארט געפונען דער בוזעם-פריינט זיינער מיטן קוטשמע כאמיד קארזיי, וועלכער פארשטייט גאנץ גוט א 'באמבע' חידוש וואס איז 'מרפסין' אמעריקאנע זעלנער.

דער מחותן איז אויך געשלאגן מיט אנדערע יחוס עצמו, אז ער האט אינעם פארגאנגענהייט געדינט אלס ליוטענאנט גאווערנאר (בוש רופט אים גאווערנאר, ליוטענאנט איז צו לאנג און צו שווער פאר אים ארויסצוזאגן) פון ווירדזשיניע, דאס מאכט אים א פאסיגער קאנדידאט צו ווערן אן אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין יוגאסלאוויע (זאג נישט פאר בוש אז אזא לאנד עקזיסטירט שוין נישט) אויב זאל זיך מאכן עפעס שלום-בית פראבלעמען און מען וועט שפירן פאר נויטיג אפצוטיילן שנור פון שוויגער אויף א וויילע.

ווי עס הייסט יעצט, וועט די באווארפן פארקומען אין אנבאר פראווינץ, וואו עף-16 עראפלאנען וועלן שליידערן ספעציעלע פעקלעך אויף די קעפ פון די אויפשטענדלער לכבוד די שמחה, די פעקלעך זענען פארפאקט געווארן דורך די מינע גרעבער וואס זענען אראפגעפאלן פונעם צוזאמגעבראכענעם בריק אין מיניאפאוליס מינעסאוטע. דער פארשפיל וועט פארקומען ווי געווענליך אין קענעבאנקפארט מעין, די וואקאציע ארט פונעם אלטן בוש, וואו ער פארברענגט רעגלמעסיג מיט זיין ממלא מקום ביל קלינטאן, מיט וועמען ער האט אנגעקניפט דיפלאמאטישע באציאונגען זינט די צונאמי אין אינדאנעזיע און האריקעין קאטרינא (א ווייטע מחותנת'טע פון די חתן'ס זייט). קבלת פנים וועט זיין אין די ניי אויפגעבויטע פליגל פונעם פענטאגאן, וואו דאנעלד ראמספעלד וועט טאנצן א געדאטשקע און מען וועט הערן בדחנות פון דזשאן עדווארדס, זיין באקאנטע 'שטיק' איבער די צוויי אמעריקעס.

"מי בן שיח" וועט פארגעזינגן ווערן דורך נישט קיין צווייטע ווי די געוועזענע ערשטע פרוי און צוקונפטיגע ווייב פונעם ערשטן מאן, רעבעצין קלינטאן פון ניו יארק, אויפן נוסח פון די אמעריקאנע הימנע וואס זי חזר'ט שוין זינט יו-טוב'ס גרינדונג מיט א זעלטענע סוקסעס. דער הויפט ריכטער פונעם סופרים קאורט וועט זיין מסדר קידושין, אכט געבנדיג נישט אומצופאלן אויף די צובראכענע שטיקער גלאז נאך די חופה און פארלירן דאס באוואוסטזיין. פאר עדי קידושין זענען אראפגערופן געווארן 2 גאר מכובד'יגע געסט וואס זענען ווערט אלע געלטער (מען שאצט זייער קאפ אליין אויף 25 מיליאן איטליכער, אדער מער): אסאמא בין לאדין מיט מולא אמאר פון אפגאניסטאן (אין די לעצטע מינוט האט די יוסטיץ דעפארטמענט אריינגעגעבן א מאושען אז די צוויי זענען פסולי עדות, ווייל איינער איז אן איידעם ביים צווייטן - אויספארשער דערגרינטעווען זיך צו דערגיין ווער ביי וועמען, און אויב דארט איז אמאל געווען שלום-בית).

מיט כתובה ליינען וועט מכובד ווערן על שארפטאן, זייענדיג דער איינציגער וואס קען אן א מייק איבערשרייען טויזנטער פארזאמעלטע. ראש לימבאו און שאן הענעטי וועלן זיין עמידה לברכה, און דזשאן קערי מציצה.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קרעמער ביזט ריזיג;l;p-
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעעעעעעעעעמעעעעעעעעעער, לכבוד שבת, האסטו מיך זייער פרייליך געמאכט, ביסט מעכטיג, שכוח.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15891
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוי ביסטו גוט, חחחחחחחחחחחח.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאטמעך אנגעכאפט א לאכן אטאקע...

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קרעמער געוואלדאוונע עי-וואן-פלאס

דערמאנסט מיך פון די גוטע אלטע צייטן ווען איך פלעג ליינען אין אלט קרעטשמע די פאליטישע אנאליזן פול מיט געשמאק, ווי וואנט מאר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טעלעגראמען און דעפעשעס האלטן אין איין אנקומען פון אלע ווינקלען פון די וועלט, פרעזידענטן און פרעמיער מיניסטארן, קעניגן און שאך'ן, אלע פארשפרעכן דרשה געשאנק פאר דאס אינגע פארל. פון רוסלאנד איז געקומען א מעלדונג אז וולאדימיר פוטין רעכט זיך א נאמען צו געבן פאר איין אייז בארג אינעם צפון-פאול (וואס איז לעצטנס באשטעטיגט געווארן אלס זייערס דורך זייערע אייגענע פארשער) על שם דאס יונג פארפאלק (סי.איי.עי. אגענטן שטעלן שוין אויף מיסיל שיץ פראגראמען ארום דעם בארג, די גלאבאלע אנווארעמונג זאל איר נישט צולאזן אזוי לאנג ווי דאס פארפאלק האלט זיך אינאיינעם). קאנאדע האט געשיקט א טענק-יו קארטל פאר מאמע רוסיא, זאגנדיג אז דער בארג געהערט אייגנטליך פאר איר, אלס אזא האט זי שוין דערמיט אויך יוצא איר טייל פאר דעם אונטערשטן נארישן שכן.

דער אלטער שכן פון קובא, קאסטרא, האט פארשפראכן צו קומען 'פידל'ען ביי די חתונה, זיין אינגערער ברודער דער אלמן ראול וועט בלייבן אכט געבן אז קיינער זאל זיך דערווייל נישט אריבערשווערצן קיין מיאמי. דער לעצטער האט אויך געבעטן פונעם רויטן קרייץ מען זאל זיכער מאכן אז די ארעסטאנטן אין גוואנטאנאמא בעי, ביים עק פון זיין אינזל, זאלן באקומען א געהעריגן מאלצייט כאטש איין נאכט בעפאר די חתונה, דאס זאל דינען אלס די ארימע חתונה. בוש זאגט אבער אז יענע מאלצייט איז שוין רעזערווירט פאר די פארזיצער פונעם סטאק מארקעט.

יוגא שאוועז פון ווענעזועלא האט שוין געמאלדן אז ער וועט נישט קענען פערזענליך ערשיינען, אנשטאט שיקט ער זיין בוזעם-פריינט אכמעדינעדזשאד פון איראן, וועלכער ברענגט שיינע פערסישע טעפיכער אלס דרשה-געשאנק, די סטעיט דעפארטמענט קוקט יעצט אריין אויב עס איז אננעמבאר לויט די יו.ען. רעזאלוציע 1441 וואס פארבאט אלע אימפארטירונגען פון טעהראן. ניקאלעס סארקאזי, דער אידישער פרעזידענט פון פראנקרייך, וועט פערזענליך ברענגן א פלעשל שאמפעין פון זיין לאנד א מתנה פאר זיין געשוויסטער-קינד דער חתן, פון קראנטע קוועלער הערט מען אז ער וועט דאס איבערציען מיט זילבער-פאפיר עס זאל נישט ווערן נסך אויפן וועג.

נישט וועלנדיג בלייבן אונטערשטעליג האט דער פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס צוגעזאגט פאר דאס פארפאלק א פרייע האניג-לבנה וואקאציע אין זיין הויפטקווארטיר אין עזה, ווי נאר זיינע זיכערהייט קרעפטן באקומען צוריק פון כאמאס די שליסלעך דערצו. סאודי אראביע וועט שיקן איינע פון זייערע 700 פרינצן איינטיילצונעמען ביי די חתונה, פאר דרשה געשאנק שיקן זיי אן אלט פלעשל גאזאלין צו דערמאנען די אלטע גוטע פריינדשאפט צווישן די בוש און סאודיער פאמיליעס. די אפריקאנער לענדער האבן זיך צוזאמגענומען און אינאיינעם געספאנסערט א בראנד-נייע HIV (אפריקאנער מאדעל SUV) פארן פרישן פארפאלק, דאס איז אבער קאנפיסקירט געווארן ביים גרעניץ, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א שחור פון די בראנקס האט דאס גע'לקח'נט פון די ניו יארקער גאסן און אהיימגעליפערט צו זיינע עלטערן מיט עטליכע חדשים פריער.

מעקסיקא האט זיך זעלטן שיין אהערגעשטעלט, צושטעלנדיג ארום 12 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן אנצורעכטן און אויפצורוימען נאך די גרויסע הייראט צערעמאניע. אין אן איבערראשנדע שריט האט כינע צוגעזאגט צו פארשנעלערן די פראצעדורן און ארויסהעלפן דאס פארפאלק צו קענען אדאפטירן איינער פון זייערע ביליאנען איבריגע קינדער (זייער ערשטע אנבאט צו שענקן 1 יאר סופליי פון ציין-פיץ, און/אדער קינדערישע שפילצייג פאר די קינדערלעך זייערע, איז אפגעווארפן געווארן דורך געזונטהייט סעקרעטאר).

מדינת ישראל האט באלד געשאנקן אן איזראעלי פאספארט פארן חתן הרב האגער, א סובפינע האט באלד נאכגעפאלגט פארוואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטערישע דינסט. אין גייסט פונעם פרייליכן מאמענט האבן די צפון קארעאר אינסטאנצן סאלוטירט דעם צערעמאניע מיטן אויספרובירן א 500 מייליגן מיסיל וואס קען פירן נוקלעארע שפיצן.

דאס ערשטע מצוה טאנץ איז באשטימט פאר האוערד דיען, דער פארזיצער פונעם דעמאקראטישן פארטיי, שפעקולאנטן זאגן אז ער וועט מעגליך איבערזאגן זיין פזמון "פון דארט קיין נארט קאראליינע, פון דארט קיין סאוט קאראליינע, קאליפארניע, וואשינגטאן, ניו יארק, וכו' וכו'" יוצא צו זיין די מצוה פון שמחת חתן וכלה. צווייט וועט דער בדחן - נישט קיין צווייטער ווי דאן איימעס - אויפרופן מייקעל דזשעקסאן אראפצולייגן זיין באקאנטן לבנה-טאנץ. נאך די חתונה וועט דאס פארפאלק אהיימפארן מיט א ווייסע לימוזין געפירט דורך נישט קיין אנדערער ווי דער געוועזענער רוסישער פרעזידענט מיכאל גארבאטשאוו, וועלכער פארדינט היינט צוטאגס פון איין אזא רייזע מער ווי זיין גאנץ יעריגע געהאלט אלס פירער פונעם סאוויעטן פארבאנד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זשאן עדווארדס מציצה, על שארפטאןאון HIV זענען מוראדיג מוראדיג!


יויייי האב איך געלאכט, נקרעתי מצחוקקקקק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”