ברכת מזל טוב לכ"ק אדמו"ר שליט"א

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'ווערט בעסער און בעסער.
An article a day keeps the babies away
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

גראדע ווערט געמאלדן אז עס וועט זיין א פריוואטע חתונה ס'וועט נישט ווערן צוגלאזט קיין ריפארטערס און מען וועט זונטאג ארויסגעבן נאר אפאר פיקטשער'ס פון די געהויבענע חתונה.

חבל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קערמער פון קנ"א וועט מען זיכער אריינלאזן
ער פירט דאך יעצט אן מיט די אסיפת אסקנים ווי מען אויספלאצן מיט צען טויזנט תגובות אאפס מענטשען אין די זוי גערופענע באשיידענע חתונה
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עפעס נייעס פון די חתונה ?

א טיילווייזער בילד פון חתן דנן וקנוניא הדין...
אטעטשמענטס
art_bush_hager_gi.jpg
art_bush_hager_gi.jpg (5.64 KiB) געזען 2392 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

העמער ווארטן אויף אינזער נייעס אנקער מיסטער קרעמער ער זאל קימען מיט א גאנצער באריכט איבער די חתונה און די נאכפאלגענדע שבע ברכות'ר.

(שוועמל; פארוואס האסטו געשניטן דאס בילד ?...)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

די לאנג ערווארטעטע בילדער זענען שוין דא צו זען
לעצט פארראכטן דורך John McCain אום דינסטאג מאי 13, 2008 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33539
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

John McCain האט געשריבן: די לאנג ערווארטעטע בילדער זענען שוין דא צו זען


כ'וועל ווארטן אויף כל העולם כולו,

קרעמער, כאניש קיין ווערטער!

אה, כ'האב שוין עפעס, אויב מ'לייגטעס אריין אין סמעטענע, פארשעמט מען דיך!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווייסעך שוין נאך א זאך.

די "זעקסטע הקפה ניגון" האט מען 'נישט' געזינגען ביים געהויבענעם מצוה טאנץ....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גאנץ א שיינע חופה אין א טענט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
John McCain האט געשריבן: די לאנג ערווארטעטע בילדער זענען שוין דא צו זען


כ'וועל ווארטן אויף כל העולם כולו



חחחחחחחחחח
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע:אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

John McCain האט געשריבן: (אכטונג מ'זעט פארשטייט זיך נשים)


נו???? נו????
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

געפילטע פיש האט געשריבן:
John McCain האט געשריבן: (אכטונג מ'זעט פארשטייט זיך נשים)


נו???? נו????


וואס איז דיין פראבלעם? ווילסט מיר זאגן אז דו האסט נישט געקליקט די לינק דערפאר? איך גלייב דיר נישט....

איך מאך נאר א וויץ.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

John McCain האט געשריבן: די לאנג ערווארטעטע בילדער זענען שוין דא צו זען

(אראפגענומען די לינק אויפן פארלאנג פון די חשובע מעמבערס.)

(אכטונג מ'זעט פארשטייט זיך נשים)


אויב מען זעט נשים דאן לייג עס נישט ארויף נישטא שרייב אז מען זעט נשים
אויב איינער זעט א ראי' אסורה פין דיין לינק איז עס אויף דיין חשבון
נעקסטיין וואטש וואס די לייגסט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פוי, כ'אב געזען דארט א צלם, שקץ תשקצנו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, אקאורשט געליינט דעם המשך, געוואלדיג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

John McCain האט געשריבן: (אכטונג מ'זעט פארשטייט זיך נשים)
זיי מוחל און זיי מיר מסביר פליז וואס די מיינסט מיט דעם.
ווען איז דאס לעצטע מאל וואס די ביסט געווען אויף א חתונה אהן נשים?
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך וואלט גערן ארויפגעשטעלט א באריכט פון די חתונה, די סיקרעט סערוויס האט מיר אבער פארבאטן ארויסצוגעבן די דעטאלן ביז נאכן גט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דאס האבען זיי יא ערלויבט? מרמז זיין אז עס קומט א גט?
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז א מילתא דפשיטא, קוק אויף די סטאטיסטיקס פון אמעריקאנער משפחות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א גט אדעם סתם א סעפעראציע ?
דאס איז אפשר א קאנספעראציע ?
די סיקרעט סעוויסט וועט ערלויבן קאאפראציע?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאס איז היינט די סאציאליזאציע,
יעדער אמעריקאנער אינעם סיוויליזאציע,
פירט דורך דעם סערעמאניע,
איינמאל אין פארם פון א קאנגראטולאציע,
אביסל שפעטער אין פארם פון סעפעראציע,
אבי ס'זאל זיין א סענזאציע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוין. נאך אזויפיל פארמערטע תחינות און בקשות מצד די חשוב'ע ליבע לעזער מיט די דיקע ראם אויף די גלעזער, וועלן מיר זיך נישט לאנג לאזן בעטן, און עפעס אויסקנעטן איבערצוגעבן פון די נאבעלע חתונה צערעמאניע וואס מיר אלע האבן זיך משתתף געווען פון א האלב-אמעריקע אוועק, ששים ושמחים בשמחת רבינו.

די וואס האבן געזען די איינצעלנע בילדער וואס זענען ארויסדערווישט געווארן דורך די מידיע פון די שמחת נשואין, קענען עדות זאגן אז דארט איז פארגעקומען א היבשע 'תיגרא', עס איז געווען אזא שטארקע מתי ש'יתרוצצו' שני המחותנים, אז דער מחותן מצד החתן איז געבליבן צוקאלוטשט און צו'מזיק'ט אזש מען זעהט אים זיצן אין א רעדער בענקל מיט א געצווינגענעם שמייכל (אויך די קליידער דארט זענען עפעס האלב צוריסן געווארן אינעם געפעכט).

דער חתן האט נישט אויסגעשפילט אונזערע דמיונות, ער איז טאקע הכרת פניו ענתה בו אז ער איז אן איידעם א שטיק שווער; נארישער ווי נאר, ממש דאס נאר'נות הענגט אים אויפן געזיכט ווי די נעקטיי אויפן גארגל. לויט באריכטן האט ער זיך טאקע געיערט יענעם פרייטאג, מקיים צו זיין דעם מאמר הטיפש בן שלשים לחופה.

די כלה שתחי' האט אויסגעקליבן אז די חתונה זאל פארקומען אין קראופערד טעקסעס אנשטאט אינעם ווייסן הויז, זאגענדיג אז זינט די קלינטאן סקאנדאל איז נישט ערלויבט צו מאכן א יחוד שטוב אינעם פרעזידענטליכן פאלאץ.

מען האט סערווירט פארן עולם סטימיולעס פעקלעך, איינגעהילט אין א סוד, ווי דער שטייגער פונעם בוש אדמיניסטראציע. אנשטאט א תחיית המתים טאנץ האט מען דורכגעפירט וואסער-באורדינג פייניגונגען אויף טייל דזשורנאליסטן וואס האבן זיך דארט אריינבאקומען אומגערופן.

דער בדחן ר' פאועל קאלין (דער שווארצער קאזין פון ר' פייוול קליין) האט זיך אויפגעשטעלט אינמיטן די מסיבה אויסצורופן דרשה געשאנק. ער האט אנגעהויבן מיטן סדר הא"ב: דער ערשטער איז געקומען אכמעדינעדזשאד, וועלכער האט געשאנקן 10,234 סענטערפיוזשעס וואס קענען גענוצט ווערן אין ניו-קילער וואפן. דער צווייטער איז געווען בוש דער אלטער, וועלכער האט צוגעזאגט צו שפרינגן פונעם פאראשוט ווי נאר דאס פארפאלק ווערט געהאלפן. דריט איז געקומען אין די רייע על גאור, וועלכער האט צוגעזאגט אויסצוצאלן די עירקאנדישאן פאר די ערשטע יאר, זייענדיג פאראנטווארליך פאר די גלאבאלע אנווארעמונג איבער די וועלט. דער פערטער אין די רייע איז געווען דער דאליי לאמא פון טיבעט, וועלכער האט נישט געקענט קומען פערזענליך צוליב דעם וואס ער פארמאגט נישט קיין רעכטן רעקל מיט 2 ערמל. שפעטער איז געקומען הרב האגער דער פאטער פון חתן, וועלכער האט פארשפראכן נקמה צו נעמען פון זיין נייעם מחותן ווי נאר ער קען שטעלן א טריט אן די הילף פון א שטעקן.

האלטן מיר ביי ו'. דא רופט זיך אן באראק אבאמא אז מען האט אים אויסגעלאזט... אבער דער בדחן האט זיך פארענטפערט אז צוליב די יו.ען. עמבארגא קען מען נישט נעמען קיין געשאנקן פון כוסעין... דא האט הילערי אריינגעשריגן אז היות זי האלט זיך ביים שיידן פון דעם וואס איז פאראנטווארליך אויף איר נארוואס דורכגעפאלענע קאמפיין, זאל מען איר נאמען אויסרופן ביי ראדהעם און נישט ביי קלינטאן (דערביי וועט זי אויך פארדינען א מאמענט, צו קענען טראכטן עפעס א בעסערע וועג וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון שענקן דרשה געשאנק).

דער בדחן האט צוריקגענומען דאס ווארט נאכן פארשטילן די קוויטשעדיגע וויינערייען פון די קלינטאן'ס, און האט זיך ווידער גענומען צו זיין סדר ע"פ אלף בית: וולאדימיר פוטין, דער פרישער פרעמיער מיניסטער פון רוסלאנד, האט צוגעזאגט פארן נייעם פארפאלק א וואך וואקאציע אין סיביר (וואו די וועטער איז היבש אנגענעם זינט גלאבעל ווארמינג). זיאנג זעמין פון כינע האט זיך פארפליכטעט צו געבן מערערע מעיד-אין-כינע טישטוכער פאר דאס ניי פארפאלק (אריינגערעכנט א כינעזער שטריימל פון די יריד). חאמאס און חיזבאלא האבן זיך גע'טענה'ט ווער ס'זאל שענקן דרשה געשאנק, צום סוף איז געבליבן אז איינער וועט געבן קאסעם'ס און דער צווייטער קאטיושא'ס. טאני בלעיר האט געשענקט אן אונטערגעשריבענע קאפי פון זיין פרוי'ס נארוואס ערשינענע בוך (טיפיקל קארגער ענגלישער). יוגא שאוועז האט געשיקט א בילד פון זיך איינגעהילט אין רויט, שטייענדיג נעבן פידל קאסטרא'ס קראנקע בעטל.

כלינטאן - דער מאן - האט זיך פאררויטלט ווען ער האט געהערט אויסרופן זיין נאמען, און צוגעזאגט צו שענקן די 8 סופערדעלעגאטן וואס זענען דערווייל איבערגעבליבן אין זיין רעבעצין'ס קאמפיין (ער האט זיך פארענטפערט אז קיין געלט פארמאגט ער שוין נישט, זינט די קאמפיין קאסע האט אלעס געבארגט שלא על מנת להחזיר). יוסף ליבערמאן האט צוגעזאגט א צווייער לייכטער, צוגעבנדיג "נישט אום שבת גערעדט". באן קי מאן פון די יו.ען. האט געזאגט אז ער איז צו פארנומען מיט די קריזיס אין בורמא, אבער ווי נאר ער ווערט פארטיג מיט די ארטיגע מיסיע, וועט ער אנפירן מיט א ספעציעלע גענעראל אסעמבלי אדורכצופירן א רעזאלוציע אויב מען זאל שענקן דרשה געשאנק פאר די רייכע פארפאלק אין די צייט וואס מיליאנען אפריקאנער קינדער מוטשן זיך מיט הונגער. נארי על מאליקי פון איראק האט צוגעזאגט א פרייע האניג-לבנה וואקאציע אין סאדאר סיטי פאר די פרישע פארפאלק און זייערע עלטערן (עס איז אינטערסאנט געווען זיין דערקלערונג אז ער באצאלט בלויז דעם וועג אהין, ווייל עס איז סייווי נישטא קיין וועג ארויס פון איראק).

סארקאזי פון פראנקרייך, אליינס א שנה ראשונה יונגערמאן, האט צוגעזאגט צו געבן ראט בעניני שלום בית (האלטנדיג ביים דריטן זיווג, איז ער דאך אן אין חכם כבעל הנסיון). עהוד אולמערט פון איזראעל האט זיך ארויסגעדרייט מיט א תירוץ אז בוש קען נעמען פון איין טאש און לייגן צום צווייטן, ווייל זיין לאנד וועט סייווי נעמען אמעריקאנער געלטער צו באצאלן די ביליגע דרשה געשאנק. שמעון פערעס האט יא צוגעזאגט צו שטעלן א קוויטל מיט חתן-כלה'ס נעמען ביים יד ושם מוזעאום. די ענגלישע צדיקת האט געבראכט א לאנדאן באס פאר די נארוואס פארהייראטע קאפל, צו איר שלימזלות האט דאס אויפגעריסן פריצייטיג דורך 5 שווארצע מוסולמענער פון דרום לאנדאן.

דער בדחן האט זיך אפגעשטעלט, גענומען א טיפן אטעם, און אויסגערופן הילערי קלינטאן... בוש האט אזאנס געלאכט פון דעם געלונגענעם וויץ אז 2 סיקרעט סערוויס אגענטן האבן אנגעהויבן שפריצן וואסער. רעבעצין קלינטאן האט פארשפראכן אז אויב זי געווינט מישיגען און פלארידע, וועט זי זיי ערלויבן צו כאפן א זון-ברען ביי די ברעגעס פון מיאמי-ביעטש. רובאשקין האט צוגעשטעלט די 700 אומלעגאלע ארבייטער אפצורוימען נאך מצוה טאנץ. שבח האט צוגעשטעלט די פלייש פאר ביליג. און תומכי שבת האט גענומען די איבעריגע עסן פאר משביע און מספקי מזון.

סטעי טונד פאר אן אויספירליכע באריכט איבער שבת שבע ברכות וואס וועט פארקומען באולם (ארויסגענומען אויפן פארלאנג פון פרעזידענט בוש).
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אייזן! אייזן! ביי יעדע שורה באזונדער (און אויפ'ן בלעקבערי איז עס קליינע שורות...) האב איך אויסגעפלאצט אין א געלעכטער.

דאס איז באמת א סופער-דעלעגאט ארטיקל!
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א זאנס ארויס געגליטשט אן די רשות פון די סיקריעט סערוויס

עס מיז זיין אז יד קרעמער באמצע

און דאס אז עס איז געגאנגען לויט די אראבישע בוכשטאבן דאס דערציילסטו גארנישט?

עס איז בציקער צום לאכן און צו קייכן (פאר געלעכטער)

יאפ איי עם סיטינג טונד (אויב עס וועט נעמען צו לאנג וועל עס ווערן טונא)
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג מאי 13, 2008 12:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”