היסטארישע בליזארד מאנטאג און דינסטאג בשלח תשע"ה
ס'קוקט אויס מער און מער אז א היסטארישע מאסיווע שניי קען באגראבן ריזיגע חלקים פון די מיד-אטאלאנטיק און נארט-איסט ראיאן אונטער עטליכע פיס שניי, אנגעפאנגען פון מארגן מאנטאג אלס א לייכטע שניי וואס וועט זיך זייער שטארק פארשטערקערן מארגן ביינאכט און אנהאלטן ביז דינסטאג ביינאכט, און מעגליך אפילו אז ס'קען נאך אנהאלטן ביז מיטוואך פארטאגס, היות די שטורעם וועט ארויפקומען די איסט קאוסט מיט זייער א שטייטע ספיד.
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט "ווינטער שטורעם וואטשעס" פאר גאנץ נוי דזשערזי, מזרח פענסעלוועניע, ארויף ביז מעין, אינקלודעד נוי יארק סיטי, וועסטשעסטער, ראקלענד, אראנדזש, אלסטער און סאליווען קאונטיס, פון מארגן 1:00 נאכמיטאג ביז דינסטאג ביינאכט חצות הלילה, ווי לויט די יעצטיגע שאצונגען פון די נאציאנאלע וועטער סערוויס קען פאלן 10 ביז 14 אינטשעס שניי, באגלייט מיט ווינטן פון 35 מייל א שעה.
מזרח און סענטראל לאנג איילענד איז אונטער א "בליזארד וואטש" ווי ס'קען פאלן 12 ביז 18 אינטשעס שניי מיט ווינטן פון איבער 50 מייל א שעה.
*
די סיבה פארוואס נוי יארק סיטי איז אונטער א "ווינטער שטורעם וואטש" און נישט אונטער א "בליזארד וואטש" איז צוליב וואס דערווייל האט די נאציאנאלע וועטער סערוויס נישט גענועג קאנפידענס אז די ווינטן וועלן זיין גענוג שטארק אין די סיטי אז ס'זאל קענען באצייכענט ווערן אלס בליזארד (ס'דארף זיין אנהאלטענדע ווינטן פון מינומים 35 מייל א שעה פאר מינומים 3 שעה אין א ציה), אבער ס'איז מעגליך אז היינט נאכמיטאג וועט די ווינטער שטורעם וואטש אין נוי יארק סיטי געאפגרעיט ווערן צו א בליזארד ווארענונג.
אזוי אויך האלט זיך די נאציאנאלע וועטער סערוויס דערווייל צוריק פון אריינשפרינגען גראד מיט די גאר הויכע נומערן פון 18 אינטשעס און ארויף, כאטשיג וואס אלע מעידזשער מאדלס ווייזן עס און זענען אייניג איינשטימיג דערמיט, היות ס'איז נאך אלס דא א מעגליכקייט אז די מאדלס וועלן אביסל נאכלאזן פון די עקסטרימע אמאונטס ווי 18 ביז 36 אינטשעס, אבער אויב במשך היינט וועלן די מאדלס אנהאלטן צו ווייזן די עקסטרימע נומערן, וועלן זיי גאנץ זיכער העכערן די אמאונטס היינט נאכמיטאג.