וואויס לעססאנס
א דאנק פאר אייער מיה און צייט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שוועמל האט געשריבן: קען איינער אביסל אראפשרייבן צו פארשטיין וואס איז וואויס לעססענס און וואספארא טוישונגען צו ערווארטן, און עווענטועל וויזוי צו קענען פרעקטיסן אליינס די בעסיקס.
א דאנק פאר אייער מיה און צייט
שוועמל האט געשריבן: ריכטיג. אויב ארבעט זיך אויס דער חלק קען מען טראכטן פון גיין ווייטער צום אפערא
(מער ערענסט לשיטתך).
איך וויל פשוט פארבעסערן מיין שטימע און בעסער קאנטראלירן א טאן און בעיקר אביסל קאנפידענס, ווייל רוב מענטשן שעמען זיך אדער פארלירן דאס געוויסן ביים זינגען זייענדיג אומזיכער. דאס וויל איך אויסארבעטן
שוועמל האט געשריבן: קודם וויפיל לעסענס רעדט מען פון?
ווילאנג נעמט א לעסאן?
וויפיל עקסערסייז דארף מען?
איז ער גוט וואס איז זיין פידבעק?
שוועמל האט געשריבן: לינק ביטע
אישית פארגעצויגן
גערעכטער האט געשריבן: גיב א קוק דא
שוועמל האט געשריבן: לינק ביטע
אישית פארגעצויגן
אין א סייד נאוט, האב איך געוואלט איינער זאל גוט מסביר זיין די וואקאל קארדס צו פארשטיין וואס דאס איז און וויאזוי זיי יא אדער נישט צו נוצן. רעדט מען דעם דארטן?
פער בריסטאו האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן: לינק ביטע
אישית פארגעצויגן
אין א סייד נאוט, האב איך געוואלט איינער זאל גוט מסביר זיין די וואקאל קארדס צו פארשטיין וואס דאס איז און וויאזוי זיי יא אדער נישט צו נוצן. רעדט מען דעם דארטן?
#איינשטיין- אז דו קענסט עס נישט מסביר זיין מיינט עס אז דו פארשטייסט עס נישט.
פער בריסטאו האט געשריבן: (אז מען רעדט שוין יא כדי צו וויסען אז סתם גיין צו א וואויס טיעטשער וואס דו ווייסט נישט וואס ער וויל פון דיר (איך ווייס נישט צו ער ווייסט יא) און צאלן שווערע געלטער איז סתם נישט קיין עסק, דו דארפסט זען ריזאלטס שוין ביי די ערשטע פאר לעסען'ס, אז נישט איז ער ווערט א בודם.)
דער טיעטשער מיז דיר געבן יעדע וואך א באריכט ווי דו האלסט,
געבן וואס צו פרעקטיסען דורכן וואך (צו האבן א שטימע געהעריג ווי עס ברויך צו זיין דארף מען מאכן עקסערסייז עטליסט פינף צו זעקס טאג א וואך - כאטשיג צוואנציג פינף און צוואנציג מינוט א טאג)
שקר_הדייעט האט געשריבן:פער בריסטאו האט געשריבן: (אז מען רעדט שוין יא כדי צו וויסען אז סתם גיין צו א וואויס טיעטשער וואס דו ווייסט נישט וואס ער וויל פון דיר (איך ווייס נישט צו ער ווייסט יא) און צאלן שווערע געלטער איז סתם נישט קיין עסק, דו דארפסט זען ריזאלטס שוין ביי די ערשטע פאר לעסען'ס, אז נישט איז ער ווערט א בודם.)
דער טיעטשער מיז דיר געבן יעדע וואך א באריכט ווי דו האלסט,
געבן וואס צו פרעקטיסען דורכן וואך (צו האבן א שטימע געהעריג ווי עס ברויך צו זיין דארף מען מאכן עקסערסייז עטליסט פינף צו זעקס טאג א וואך - כאטשיג צוואנציג פינף און צוואנציג מינוט א טאג)
דאס איז נישט ריכטיג. מען קען נישט זען רעזולטאטן ביי די ערשטע פאר לעסאנס. צו בויען א שטימע געהעריג נעמט א מינימום צוויי יאר. אלע גרויסע זינגערס גייען צו וואויס לעסאנס לאנגע יארן.
אגב, ר' פער בריסטאו, דו אליין שרייבסט "צו האבן א שטימע געהעריג דארף מען מאכן עקסערסייז פינף צו זעקס טעג א וואך". גערעכט, אבער מען דארף דאס טון א שיינע צאל וואכן איידער מען הויבט אן זען רעזאלטס.
אבער דאס בין איך מודה צו דיר. נאך עטליכע מאנאטן דארף מען שוין יא שפירן א שטיקל שינוי, און דאן אויב מען זעט נישט, איז צייט צו זוכן א נייע טיטשער.
יאנקעלע קליגער האט געשריבן: יא
רבי משה האט געשריבן: איך האב אמאהל געדאווענט פארן עמוד צו גאסט, איז צו מיר צוגעקומען א גרויסע בעל תפילה זאגענדיג, איך האב גאנץ א אפענע שטימע, אבער.... ספעלט נאך אביסעלע... כזאל גיין אויף טערעפי.
האב איך גערעדט צו גאר א גרויסע חזן ( איך מיין יענער גיט טערעפי אויך ), האט ער מיר געזאגט בתוך הדברים, אז אין זיין שטימע ליגט הונדערט אלפים..... די ערשטע פיפציג איז געגאנגען פארן גארבידש!!!