איך עפען די אשכול וואס זאל זיין געווידמעט פאר סיי וועלכע נייעס וואס פאסירט אין און אינערהאלב די לופטפעלדער.
אויב שוין דא אזא אשכול, ביטע אריבערפירן.
ובזה החלו;
די טי עס עי האט פארשפראכן 15 אלפים כסף פאר דער וואס וועט געבן א רעיון וואס וועט פארשנעלערן די זיכערהייט פראצעדור אין די לופטפעלדער, פארשטייט זיך אז די רעיון מעג נישט פארמינערן די הויכע שטאפל זיכערהייט וואס די אמעריקאנע אגענטור נוצט.
צבש אויף יונייטעד עירליינס מיינט א פשוט'ע קלינג די סיעט בעלט סיין, א "דינג דאנג" מיינט אז די פילאט רופט די פלייט אטענדענטס אויף די אינערליכע פאון סיסטעם
אויף קוואנטעס עירוועיס מיינט א פשוטע קלינג אז א פאסענדשיר רופט א פלייט אטענדענט, א הויעכע קלינג נאכגעפאלגט מיט א נידריגע מיינט אז מען רופט אויף די אינערליכע פאון סיסטעם, און דריי נידריגע קלינגעס איז א ווארענונג פונעם פילאט צב"ש אז מען פארט אריין אין טיערבעלענס
אנדערע עירליינס האבן א ספעציעלע קלינג פאר ווען די פליגער גרייכט 10,000 פיס, געוויסע האבן א סיגנאל אז די פילאט מאכט צו די לאנדונגס גיער, ווי אויך אײנס צו סיגנאלן אז מען גייט באלד לאנדן און די מאנשאפט זאל אנהייבן אויפרוימען
אלץ (זינט איך האב געדרוקט דעם קנעפל...) געוויסט אז עס מיינט אז א פאסאזשיר רופט איינעם פון די מאנשאפט. קומענדיגע מאל וועט מען מוזן צולייגן מער קאפ, אפשר וועל איך אויך אויספיגערן וואס די אלע קאלירפולע לעמפלעך ביי די בתי כבוד סיינס זענען... איינס דערפון צינדט זיך אהן ביים אויבנדערמאנטע פאל.
ווער סאיז שוין אמאל געפארען קיין אוקריינא, קיין אומאן אדער אנדערע קברי צדיקים אדער געמאכט א סטאפ אין קיוב ווייסט אז זיי פארען מיט אלטע 767 פליגערס זייער צושטיפט און אלטע בית כסא, אין נישט קיין געהעריגע ביזנעס קלאסס פון may און ווייטער לייגען זיי א 777 געליסט פון די air india קאמפאני אויף די ניו יארק- קיעוב פליגער, אין פון קיוב קיין tlv אויף די ביינאכט פלייט לייגען זיי די 767 וואס זיי פלעגען ניצען קיין ניו יארק , און אין געוויסע צייטען לייגען זיי דארט אפילו א 777, דאס איז גיטע נייס סיי פאר די אמעריקאנער יודען און סיי פאר די ארץ ישראל דיגע יודען