Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
רעיט Skytrax אויך די רואיג’גייט פון די לופטפעלדער? פארוואס מיט דעם זוכן זיי זיך נישט צו צושטעלן?...
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ס'וואלט ווען געדארפט זיין נאך א באטן אונטען נאכן ליינען "דאבל יור לייק"!רוממה האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 15, 2024 11:28 pmזונטאג סך הכל.jpg
האמיר דא דעם "זונטאג סך הכל" וואס איז די וואך אויסגעפאלן אויף א מאנטאג...
געדענקט צו לייקן און קאמענטן כדי צו דרייען די מאטארן ווייטער!
אויב זענט איר חושש אז איר וועט פארגעסן צו לייקן נאכן ארטיקל, קענט איר שוין איבערלאזן דעם לייק דא אויבן אויפן לינקן זייט, און צוריקקומען עס אראפנעמען אויב זענט איר נישט צופרידן פון וואס איר ליינט...
א גוטע שאלה!אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:07 am@רוממה הערליך שיין!
ווי האלט עס היינט צוטאגס, עירבאס איז שוין אפיציעל העכער פון באואינג? און וואס קוקט אויס איז באואינג'ס פלאן?
אזוי גוט....
ירא שמים יוצא ידי שניהם...הרב יואל קליין האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 12:57 pmאיך גיי ענדערש צו שרייבן יישר כח פאר דיינע תגובות ווי סתם דריקן לייק.
שכחהרב יואל קליין האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 12:57 pmלגבי באוינגס אישוס, דארף מען געדענקען אז ערבאס איז אויך א קאאליציע פון לענדער, און קאראפציע און מי בראש אנגעפעשעטע בּאָללי גאווה זענען אויך דא איבעראל. די ספאטלייט שיינט יעצט אויף באואינג. איך געדענק ווען ס׳האט געשיינט אויף ערבאס מיט זייער A380.
רואיג יעדער…
ווען איינער דארף א נייע פליגער דארף ער סייווי ווארטן 6 יאר מינימום ביי באואינג און 8 יאר מינימום פאר א נייע ערבאס.
אוטש! סקערי!!!רוממה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 4:35 pmשרעקעדיגע אינצידענט ווען צוויי פליגער זענען געקומען נאנט צו א צוזאמשטויס אויפן ראנוועי
די שולד ליגט אויף די קאנטראללער'ס וואס האבן קלאר געגעבן גרייזיגע אינסטרוקציעס
די טראגעדיע האט נישט פאסירט נעכטן דאנערשטאג אינעם ראנעלד רעיגען עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווען די Ground קאנטראלער האט געגעבן ערלויבעניש פאר א סאוטוועסט 737 פליגער צו קראסן א ראנוועי אינדערצייט וואס די Tower האט געגעבן Takeoff Clearance פאר א דזשעטבלו E190 פונעם זעלביגן ראנוועי.
די טעות איז באמערקט געווארן ווי נאר די רעדער פון ביידע פליגערס האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף די ראנוועי, און די קאנטראלערס האבן אריינגעקוויטשעט אין די ראדיא פאר ביידע פילאטן זיך אפצושטעלן תיכף ומיד.
די דזשעטבלו וועלכע האט זיך אפגעשטעלט א געפארפולע 300 פיס אפגערוקט פון די סאוטוועסט, האט נישט געקענט פליען ווי געפלאנט קיין באסטאן (ווי @הרב יואל קליין האט שוין ערקלערט אמאל אז נאך א רידזשעקטעד טעיקאפף דארף מען בודק זיין בחורין ובסדקין) אבער די סאוטוועסט איז יא געפארן ווייטער ווי געפלאנט קיין מאמי.
איך האב פונקט נישט גערעדט היינט צו קיינעם אין די NTSB, אבער איך שטעל מיך פאר אז זיי פארשן די אינצידענט...
זיך אויך געוואונדערט. אבער אזוי שטייט אין אלע מקורותהרב יואל קליין האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 4:41 pmאוטש! סקערי!!!רוממה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 4:35 pmשרעקעדיגע אינצידענט ווען צוויי פליגער זענען געקומען נאנט צו א צוזאמשטויס אויפן ראנוועי
די שולד ליגט אויף די קאנטראללער'ס וואס האבן קלאר געגעבן גרייזיגע אינסטרוקציעס
די טראגעדיע האט נישט פאסירט נעכטן דאנערשטאג אינעם ראנעלד רעיגען עירפארט אין וואשינגטאן די. סי. ווען די Ground קאנטראלער האט געגעבן ערלויבעניש פאר א סאוטוועסט 737 פליגער צו קראסן א ראנוועי אינדערצייט וואס די Tower האט געגעבן Takeoff Clearance פאר א דזשעטבלו E190 פונעם זעלביגן ראנוועי.
די טעות איז באמערקט געווארן ווי נאר די רעדער פון ביידע פליגערס האבן זיך אנגעהויבן דרייען אויף די ראנוועי, און די קאנטראלערס האבן אריינגעקוויטשעט אין די ראדיא פאר ביידע פילאטן זיך אפצושטעלן תיכף ומיד.
די דזשעטבלו וועלכע האט זיך אפגעשטעלט א געפארפולע 300 פיס אפגערוקט פון די סאוטוועסט, האט נישט געקענט פליען ווי געפלאנט קיין באסטאן (ווי @הרב יואל קליין האט שוין ערקלערט אמאל אז נאך א רידזשעקטעד טעיקאפף דארף מען בודק זיין בחורין ובסדקין) אבער די סאוטוועסט איז יא געפארן ווייטער ווי געפלאנט קיין מאמי.
איך האב פונקט נישט גערעדט היינט צו קיינעם אין די NTSB, אבער איך שטעל מיך פאר אז זיי פארשן די אינצידענט...
איך פארשטיי נישט עפעס,
צו קראסן א אקטיווע ראנוועי, דארף די ״טאוער״ געבן רשות, נישט די גראונד קאנטראל.