Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
א זיס יאר אויף דייר און דיין קעפעלע!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
זאגט מיר מיין ברודער וואס איז געווען אויף דעם פליגער, אז זיי וועלן נישט באקומען (דערווייל) קיינע געלטער דערפון, דאס גייט אלעס פאר די DOTרוממה האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:13 amדי DOT האט ארויפגעשטעלט א 4 מיליאן דאללער'דיגע שטראף אויף לופטהאנזא, פאר די אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט ערב ג' אייר תשפ"ב, וואו די עירליין האט פארהאלטן אלע אידן באזירט אויף זייער אויסזעה.
אין די דיסקרימינירנדע שריט האבן עירליין מאנשאפט נישט געלאזט קיינעם פון די 128 אידן ארויפגיין אויף די צווייטע בודאפעסט-באונד leg פונעם פלייט, לאזנדיג זיי צייטווייליג געשטראנדעט אין פראנקפורט, צוליב דעם וואס א טייל היימישע האבן ליידער נישט אויסגעפאלגט אנווייזונגען פון די מאנשאפט אויף די ערשטע ניו יארק-פראנקפורט leg.
די DOT האט געקרעדיט לופטהאנזא מיט די סומע פון קאמפענסאציעס וואס זיי האבן שוין - אונטער א סעטטלמענט - דירעקט פארטיילט פאר די פאסאנדזשירן, ברענגענדיג דעם סך הכל פונעם אינוואויס צו בלויז צוויי מיליאן דאללער.
די לופטליניע לייקנט נאכאלץ אין די עפנטליכקייט אז זייערע ארבייטער זענען באגאנגען מיסברויכן, אבער זאגן אז זיי וועלן צאלן די פעימענט כאשר יושת עליהם כדי צו פארמיידן ווייטערע לעגאלע קאנסעקווענצן מיט וואס די טראנספארטאציע דעפארטמענט סטראשעט זיי.
יע יע. דעיס איז סתם א שטראף.אלטער האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:22 amזאגט מיר מיין ברודער וואס איז געווען אויף דעם פליגער, אז זיי וועלן נישט באקומען (דערווייל) קיינע געלטער דערפון, דאס גייט אלעס פאר די DOTרוממה האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 15, 2024 11:13 amדי DOT האט ארויפגעשטעלט א 4 מיליאן דאללער'דיגע שטראף אויף לופטהאנזא, פאר די אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט ערב ג' אייר תשפ"ב, וואו די עירליין האט פארהאלטן אלע אידן באזירט אויף זייער אויסזעה.
אין די דיסקרימינירנדע שריט האבן עירליין מאנשאפט נישט געלאזט קיינעם פון די 128 אידן ארויפגיין אויף די צווייטע בודאפעסט-באונד leg פונעם פלייט, לאזנדיג זיי צייטווייליג געשטראנדעט אין פראנקפורט, צוליב דעם וואס א טייל היימישע האבן ליידער נישט אויסגעפאלגט אנווייזונגען פון די מאנשאפט אויף די ערשטע ניו יארק-פראנקפורט leg.
די DOT האט געקרעדיט לופטהאנזא מיט די סומע פון קאמפענסאציעס וואס זיי האבן שוין - אונטער א סעטטלמענט - דירעקט פארטיילט פאר די פאסאנדזשירן, ברענגענדיג דעם סך הכל פונעם אינוואויס צו בלויז צוויי מיליאן דאללער.
די לופטליניע לייקנט נאכאלץ אין די עפנטליכקייט אז זייערע ארבייטער זענען באגאנגען מיסברויכן, אבער זאגן אז זיי וועלן צאלן די פעימענט כאשר יושת עליהם כדי צו פארמיידן ווייטערע לעגאלע קאנסעקווענצן מיט וואס די טראנספארטאציע דעפארטמענט סטראשעט זיי.
האט זייער פראבלעמען צוטוהן מיט די שענעלע וואוקס פון הייסקיי?רוממה האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:07 amדי ראמענישע Tarom האט געמאלדן אז אין נאוועמבער וועלן זיי אויפהערן פלייטס מיט די איקאנישע A318 פליגער, נאך וואס זיי האבן פארקויפט די 4 שטיק פון דעם סארט וואס זיי נוצן שוין פאר 18 (כאפסט?) יאר.
די מאדעל ווערט גערופן "בעבי באס" זייענדיג די קלענסטע אין די A320 פאמיליע. כ'בין כמעט זיכער אז ס'איז נישט די זעלבע בעבי באס אויף וואס מיין כתה ב' אינגל'ס באס-רבי סטראשעט צו לייגן ווער ס'זיצט נישט שיין...
דאס וועט לאזן עיר פרענס די איינציגסטע Carrier צו אפפערן פלייטס מיט דעם מאדעל.
TAROM גייט אריבער א ריקאנסטרוקטינג פראסעס אין וועלכע זיי טוישן רוטס, סטראטעגיעס, פלאטע וכו' כדי צו זיין מער פראפיטבל, צוליב דעם וואס טארראראם האט איבערגענומען די הקפה ניגנים מארקעט איבער די פשוט'ע טאראם...
318.jpg
כ'בין נישט באקאנט, אבער דאס דראפן די 318 איז א חלק פון די restructuring, נישט די פראבלעמעןnobody האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 15, 2024 2:02 pmהאט זייער פראבלעמען צוטוהן מיט די שענעלע וואוקס פון הייסקיי?רוממה האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 14, 2024 2:07 amדי ראמענישע Tarom האט געמאלדן אז אין נאוועמבער וועלן זיי אויפהערן פלייטס מיט די איקאנישע A318 פליגער, נאך וואס זיי האבן פארקויפט די 4 שטיק פון דעם סארט וואס זיי נוצן שוין פאר 18 (כאפסט?) יאר.
די מאדעל ווערט גערופן "בעבי באס" זייענדיג די קלענסטע אין די A320 פאמיליע. כ'בין כמעט זיכער אז ס'איז נישט די זעלבע בעבי באס אויף וואס מיין כתה ב' אינגל'ס באס-רבי סטראשעט צו לייגן ווער ס'זיצט נישט שיין...
דאס וועט לאזן עיר פרענס די איינציגסטע Carrier צו אפפערן פלייטס מיט דעם מאדעל.
TAROM גייט אריבער א ריקאנסטרוקטינג פראסעס אין וועלכע זיי טוישן רוטס, סטראטעגיעס, פלאטע וכו' כדי צו זיין מער פראפיטבל, צוליב דעם וואס טארראראם האט איבערגענומען די הקפה ניגנים מארקעט איבער די פשוט'ע טאראם...
318.jpg
נישט קיין מאדנע לומדות, ס'איז געווענליכע נארמאלע יוריסדיקציעסטיטשינער האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 15, 2024 3:41 pmדי DOT נוצט אן אינטערסאנטע לומדות כדי צו באקומען יוריסדיקציע אויף די קעיס, וואס האט אויבענאויף גארנישט מיט זיי.
וויבאלד דעס איז בעצם א פלייט פון נ''י קיין בודאפעסט, נאר פערצופאל האט עס געמאכט א סטאפאווער אין פראנקפארט, קומט אויס אז די אמעריקאנע האבן יוריסדיקציע אויף די גאנצע מעשה. אינטערסאנט. יעדעס מאל עפעס געשעהט אויף א קאנעקטינג פלייט קען איך קלאגן אין אן אמעריקאנע געריכט ווייל בעצם בין איך ארויסגעפארן פון אמעריקא?
די הלכה איז אז ווען מען רופט איינעם אויס צו דער תורה אבער ער קומט נישט קומט א צווייטער אן אויסרופען. איז אויב אזוי הננו.
Wow אזא ענדארסמענטרוממה האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 16, 2024 10:43 amהיימישע אוויאציע ליבהאבער אלוועלטליך, וועלן הנאה האבן צו באזוכן און נאכפאלגן דעם פריש-געגרינדעטע אשכול פון דעם עקספערט @אין איין ווארט, וואס ענהאלט א פרישע סעריע פון ידיעות ארום אוויאציע, ספעציפיש איבער פלייט טרעינינג.
גייט אריין און האט הנאה!
דא קען מען אויך זעהן לייוו וועלכע ראנוועי ווערט באנוצט פאר לענדינגס.רוממה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 16, 2024 1:06 pmקענסט הערן ATIS אויף liveatc.netפעטער שמואל האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:32 pmאיך וויל נעמען די קינדער צו Planeview Park לעבן לא גווארדיע ווי מ’קען זעהן די פליגער לאנדן ממש העכער די קאפ. אבער נאר ווען זיי נוצן ראנוועי 4 פאר לענדינגס.
איז דא א וועג צו וויסן וועלכע ראנוועי ווערט יעצט גענוצט?
ס’איז אמאל געווען א פאון האטליין פון ATIS וואס האט געזאגט די אינפאו אין ריעל טיים. אבער עס ארבעט שוין נישט.
@רוממה
@הרב יואל קליין
@Ivelt Cockpit
@בריטיש עירוועיס
אדער קענסטו זעהן וועלכע ראנוועי זיי נוצן יעצט אויף FlightRadar24
Wow!! קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם. ס'א מורא'דיגע גוטע toolפעטער שמואל האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:17 pmדא קען מען אויך זעהן לייוו וועלכע ראנוועי ווערט באנוצט פאר לענדינגס.רוממה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 16, 2024 1:06 pmקענסט הערן ATIS אויף liveatc.netפעטער שמואל האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:32 pmאיך וויל נעמען די קינדער צו Planeview Park לעבן לא גווארדיע ווי מ’קען זעהן די פליגער לאנדן ממש העכער די קאפ. אבער נאר ווען זיי נוצן ראנוועי 4 פאר לענדינגס.
איז דא א וועג צו וויסן וועלכע ראנוועי ווערט יעצט גענוצט?
ס’איז אמאל געווען א פאון האטליין פון ATIS וואס האט געזאגט די אינפאו אין ריעל טיים. אבער עס ארבעט שוין נישט.
@רוממה
@הרב יואל קליין
@Ivelt Cockpit
@בריטיש עירוועיס
אדער קענסטו זעהן וועלכע ראנוועי זיי נוצן יעצט אויף FlightRadar24
https://datis.clowd.io/KLGA
זעה צו מען נוצט ראנוועי 4 פאר LND אדער APCH אויב יא קען מען זייער גוט זעהן פון די פארק.