נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:43 am
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט אריין אין די אשכול, כ׳האף אז מיין ידיד @רוממה וועט נישט מקפיד זיין.

די וואך דאנערשטיג האב איך געהאט די קורצטע פלייט אין מיין לעבן ווען פון זיך הייבן ביזן לאנדן האט גענומען בלויז 29 מינוט.

פלייט OS 718 פון אוסטריען עירליין מיט סערוויס פון בודאפעסט קיין וויען, האט זיך געהויבן 7:07 Am פון בודאפעסט, נאכן גרייכן 10,000 פיס האט מען אויסגעטיילט טרונקען, 7:22 האט די פילאט אויסגערופן אז מגרייט זיך צו לאנדן, 7:26 האט מען צוגענומען מיין שווארצע קאווע און צאמגעלייגט ס׳טישל, און 7:36 האבן די רעדער אנגערירט די ראנוועי און VIE.

כ׳בין נייגעריג אויב ס׳איז דא א עירליין וואס סערווירט א קורצערע רוט…
איך בין געווען מיטן זעלבן פליגער.
ס׳איז העכער 10 טויזנט די פיס.
די פלייט האט נישט קיין סקרין.
אבער טשעק אויף פלייט ראדאר.
די קעבין ווערט נישט געהעריג פרעשורייזד, און די עפעקט שפירט זיך.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:43 am
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט אריין אין די אשכול, כ׳האף אז מיין ידיד @רוממה וועט נישט מקפיד זיין.

די וואך דאנערשטיג האב איך געהאט די קורצטע פלייט אין מיין לעבן ווען פון זיך הייבן ביזן לאנדן האט גענומען בלויז 29 מינוט.

פלייט OS 718 פון אוסטריען עירליין מיט סערוויס פון בודאפעסט קיין וויען, האט זיך געהויבן 7:07 Am פון בודאפעסט, נאכן גרייכן 10,000 פיס האט מען אויסגעטיילט טרונקען, 7:22 האט די פילאט אויסגערופן אז מגרייט זיך צו לאנדן, 7:26 האט מען צוגענומען מיין שווארצע קאווע און צאמגעלייגט ס׳טישל, און 7:36 האבן די רעדער אנגערירט די ראנוועי און VIE.

כ׳בין נייגעריג אויב ס׳איז דא א עירליין וואס סערווירט א קורצערע רוט…
פון ב"פ קיין וויליאמסבורג אינטער 5 מינוט - אוויאציע 2.0

יעצט לאמיר זעהן די 5 קערצטע רייזעס.

1. פלייט ציווישען Westray און Papa Westray. דאס זענען אינזלען און סקאטלאנד. די פלייט נעמט אינטער 2 מינוט.

2. Karpathos און Kasos אינזלען און גריכענלאנד. פלייט געדארט 5 מינוט

3. St. Maarten און Anguilla אינזלען נישט ווייט פון Cuba די פלייט איז 10 מינוט

4. Connemara און Inis Mor אינזלען און איירלאנד אויך 10 מינוט

5. St. Maarten and Saba און די געגענט פון caribbean 15 מינוט.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:43 am
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט אריין אין די אשכול, כ׳האף אז מיין ידיד @רוממה וועט נישט מקפיד זיין.

די וואך דאנערשטיג האב איך געהאט די קורצטע פלייט אין מיין לעבן ווען פון זיך הייבן ביזן לאנדן האט גענומען בלויז 29 מינוט.

פלייט OS 718 פון אוסטריען עירליין מיט סערוויס פון בודאפעסט קיין וויען, האט זיך געהויבן 7:07 Am פון בודאפעסט, נאכן גרייכן 10,000 פיס האט מען אויסגעטיילט טרונקען, 7:22 האט די פילאט אויסגערופן אז מגרייט זיך צו לאנדן, 7:26 האט מען צוגענומען מיין שווארצע קאווע און צאמגעלייגט ס׳טישל, און 7:36 האבן די רעדער אנגערירט די ראנוועי און VIE.

כ׳בין נייגעריג אויב ס׳איז דא א עירליין וואס סערווירט א קורצערע רוט…
דיס איז סאם עקספעריענס!!
אבער די קורצסטע פלייטס זענען פון קליינע עירליינס וואס פארן צווישן אינזלען איבער די וועלט. פארשטייט זיך אז ס'איז נישט אין די זעלבע קאטעגאריע פון א געהעריגע אוסטריען פלייט, אבער אויף די בוקס זענען זיי די קורצסטע סקעדזשועלד עירליין רוטס און ס'איז שווער אראפצולייגן א גדר וואו ס'הייסט שוין א "נארמאלע עירליין" אזויווי אוסטריען.
דעי פלייט האט די אפיציעלע רעקארד.
-
בריטי האקט, כ'האף ער איז נישט ברוגז אז איך שיק עניוועי
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 11:43 am
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט אריין אין די אשכול, כ׳האף אז מיין ידיד @רוממה וועט נישט מקפיד זיין.

די וואך דאנערשטיג האב איך געהאט די קורצטע פלייט אין מיין לעבן ווען פון זיך הייבן ביזן לאנדן האט גענומען בלויז 29 מינוט.

פלייט OS 718 פון אוסטריען עירליין מיט סערוויס פון בודאפעסט קיין וויען, האט זיך געהויבן 7:07 Am פון בודאפעסט, נאכן גרייכן 10,000 פיס האט מען אויסגעטיילט טרונקען, 7:22 האט די פילאט אויסגערופן אז מגרייט זיך צו לאנדן, 7:26 האט מען צוגענומען מיין שווארצע קאווע און צאמגעלייגט ס׳טישל, און 7:36 האבן די רעדער אנגערירט די ראנוועי און VIE.

כ׳בין נייגעריג אויב ס׳איז דא א עירליין וואס סערווירט א קורצערע רוט…
WOW, איך ווייס נישט צו א איד מעג פארען מיט די פלייט,
נישטאמאל קיין צייט צו גיין אין ביהכ"ס, אראפנעמען עפעס פון אויבן, און דאוואנען מנחה...
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 2554 מאל

סך הכל פונעם וואך-ענדיגע נייעס אנטבאלאנגט אוויאציע און ארום.
א לייק וועט ברענגען הנאה פאר מיר, פאר דיר און פאר אלע ליינער פון דעם ווינקל.


אמעריקאנע נייעס

דריי זענען פארוואונדעט
געווארן פרייטאג ווען זיי האבן עוועקואירט אן אמעריקען עירליינספליגער ביים געיט אין SFO.
די שרעק איז אנטשטאנען ווען א לעפטאפ איז געווארן איבערגעהיצט און ארויסגעלאזט א רויעך אין די קאבינע אינדערצייט וואס די פאסאנדזשירן האבן נאך געהאלטן אינמיטן boarding. אין די ערשטע סעקונדען איז נישט געווען קלאר וואס די מקור פון די רויעך איז, און די פילאטן האבן נישט געצעגערט מיטן ארויסגעבן א שעת חירום דעקלעראציע און ארויסלאזן די גליטשער.
דריי האבן געליטן וואונדן דורכאויס די פראסעס פון עוועקואירן, זיי האבן ערהאלטן מעדיצינישע באהאנדלונג דורך די לאקאלע עמערדזשענסי סערוויסעס.
---
א פארשעמנדע פאל איז פארגעקומען מיט א דזשעט בלו פליגער פון פאריז אויפן וועג קיין ניו יארקוואס איז צוויי מאל געווארן diverted פאר די זעלבע סיבה!
דזשעט בלו איז ניי צו די CDG-JFK רוט, און די A321LR פליגער מיט וואס מ'האט זיך באנוצט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג איז אויך געווען כמעט ניי, בלויז א קליינע צאל חדשים אין דינסט. אבער א קורצע וויילע אריין אין די רייזע האט מען געדארפט מאכן א 180ווייל ס'איז אנטשטאנען א פראבלעם מיט די gauge וואס ווייזט וויפיל fuel ס'איז פארבליבן אין די טאנקן.
נאך א היפש ביסל כאאס זענען די געשטראנדעטע פלאצירט געווארן אין פראנצויזישע האטעלן מיטן פלאן צו פארן ווייטער מיטן זעלבן פליגער דעם נעקסטן טאג. דערווייל האט די עירליין ארויסגעשיקט קיין צרפת א ריפלעיסמענט טייל, מעכאניקער האבן געארבעט אויפן פראבלעם, און עווענטועל באצייכנט דעם פליגער אלס א פארראכטענער.
ממחרת ווען דער מכלומר'שט באארבעטער A321 האט ווידעראמאל פראבירט צו אריבערצושפרייזן דעם אטלאנטיק פריי פון פראבלעמען, האט זיך וואונדערליך דער זעלביגער פראבלעם איבערגעשפילט!! די פילאטן דריקן אלע קוועטשער וואס מ'קען נאר קוועטשן, אבער דער ווייזערל ווייזט נישט די טאנק סטאטוס!
מיט גרויסע כלימות האט מען ווידער מכריז געווען א diversion, אבער וויבאלד מ'האט שוין געהאלטן טיפער אין וועג ווי א טאג בעפאר, האט מען זיך נישט צוריקגעקערט דעם גאנצן וועג, נאר געלאנדעט אין דובלין, איירלאנד, און דארט געטיילט גאסט-הייזער פארן ציבור זיך אויסצורוען פון טורח הדרך. פארוואונדערט און אויפגעברויזט האבן א טייל פאסאנדזשירן פארלאנגט אז זיי ווילן מער נישט זיצן אויף דעם פליגער און געבעטן אלטערנאטיווע וועגן אהיים. אנדערע האבן יא געגעבן א דריטע שאנס פאר דזשעט בלו.
איך ווייס נישט וואס ס'איז געבליבן צום סוף מיטן פליגער זעלבסט, אבער איך בין זיכער אז אויב די פראבלעם וואלט זיך איבערגע'חזר'ט צום דריטן מאל וואלט עס שוין געווען באריכטעט.
---
די רעדל קאמיוניטי דארף זיך ספראווען מיט א פרישע פארלוסט ווען א CRJ פון SkyWestהאט אויסגעבלאזן איר לופטיגע אינהאלט ביים זיך הייבן.
די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ביי אן עירפארט אין Grand Rapids, מישיגען, ווען די פלייט וואס האט אפערירט אלס א דעלטא האט זיך געהויבן קיין מיניאפאלעס. אינמיטן די roll איז איין tireנתהפך געווארן לתוהו ובוהו. ס'האט נישט געשטערט דאס הייבן זיך, די פילאטן האבן געפאסט דעם באשלוס פארצוזעצן מיט די פלענער כבתחילה, און די דעסטינאציע איז דערגרייכט געווארן לחיים ולשלום אן קיין ווייטערדיגע פראבלעמען.
דאס קומט אין א צייט ווען מ'האט געהערט נאך צוויי פראבלעמאטישע טעיקאפפס וואס האבן געליטן רעדל-פארבינדעטע שוועריקייטן (מיש צוריק צו ליינען די אנדערע צוויי) שאפנדיג א באזארגטע נייגער ביי ראפא און אנדערע רעדל-הענדלער איבער די אויפשטייג פון פאטאליטעטן און זייער באדייט...
---
אז מ'רעדט שוין פון די רעדלדיגע געשיכטעס. די פאל מיט א יונייטעד 777 וואס האט איבערגעלאזט איינע פון אירע אופנים ביים זיך הייבן פון SFO פאריגן מארטש 7, האט גענאסן פון פרישע אטענטשןאין די מידיע.
אן עירפארט ארבעטער האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט די בעי-געגנט ABC7 נייעס סטאנציע, אין וועלכע זי דערציילט אז איר קאר איז גענצליך צושמעטערט געווארן פונעם איינצעלנעם געפלויגענעם רעדל וואס האט געמאכט א דירעקטע לאנדונג אויף איר אויטא אין די סטעף פארקינג לאט. זי זאגט אז די עירליין האט איר נאכנישט געגעבן קיין באצאלט אדער קאמפענסאציעפאר די שאדנס און איבריגע קאפוויי. איר אינשורענס האט צו מזל יא געדעקט אזא אומגעווענליכע שאדן, אבער זי האט ערווארטעט אז די עירליין זאל נעמען די אחריות אויף ארומיגע אויסגאבן און נאך צואווארפן אביסל פון די PR אקאונט...
די עירליין האט רעאגירט מיט א סטעיטמענט אז זיי ווייסן נישט פון קיין פראבעס דורך דעם באטראפענעם זיי צו קאנטאקן און זיי וואלטן זיך זייער געפרייט אויסצוגלייכן מיט איר ווען זיי וועלן האבן א שטיקל דיאלאג.
---
א פרוי קלאגט דזשעט בלו פאר 1.5 מיליאןצוליב דעם וואס זי האט געליטן בראנד-וואונדן ווען אטענדענטס האבן סערווירט טייאינדערצייט וואס טורבעלענס האט באהערשט דעם פלייט.
דער קלעגער דערציילט אז מאי 25 איז זי געפלויגן אויף פלייט 2237 ווען די סטוארדס האבן זיך ארומגעדרייט פארטיילן הייסע משקה פארן עולם טראצדעם וואס די סיעטבעלט צייכן איז געווען אנגעצונדן צוליב א רוח קדים עזה און זי האט געכאפט א עירוי שלא נפסק הקילוח פון מים רותחין וואס די מאנשאפט'ס פכים קטנים האבן משפיע געווען אויף די ארומיגע ווען ס'האט זיך געוואקלט צוליב די ווינטן.
ווי די לאוסוט לויטעט האט זי געליטן 2טע און דריטע גראד בריען, אבער די מעדיקל באהאנדלונג פון די מאנשאפט איז געווען - לויט איר - שוואך און אומפראפעסיאנאל.
---
באואינג האט ערהאלטן א פרישע שטאפל פון סערטיפיקאציעפאר די 777X פליגער. די FAA ערלויבעניש פאר די 777-9 וועריאנט טראגט עס ארויף צו א פרישע ניווא דורך וועלכע פארברייטערטע טעסטס קענען שוין דורכגעפירט ווערן אינאיינעם מיט די FAA אינספעקטארס אלס א הקדמה פון די ענטגילטיגע באשטעטיגונג.
דערווייל זאגט באואינג אז זיי ערווארטן אנצוהייבן דעליווערן פארטיגע X פליגערס אין 2026
---
אנדערע ווייסן צו דערציילן אז מ'קען ערווארטן אן אנאנסאיבער א ריזיגע ארדער פון Korean עירליינס פאר די 777X מאדעל ביים Farnborough עיר שאו.
---
א ברענטש פון א טערקישע עירקרעפט ליעסינג קאמפאני האט באשטעלט 35 מעקס פליגערס. דאס איז די ערשטע גרעסערע קאנפירמד ארדער אין מער ווי א יאר צייט פאר די מעקס טייפ.


לייק פאר חלק ב' - וועלטליכע נייעס
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (88.25 KiB) געזען 2442 מאל

וועלטליכע נייעס

די אנגייענדע געפעכט און סטרייקס ביי Aer Lingus איז פארבייווען יוניאן פילאטן האבן איינגעשטימט צו א לעצטיגע ווערסיע פון א דיעל ארויסגעשטעלט דורך די עירליין.
דאס ברענגט אויף דערווייל אן ענדע צו חדשים לאנג פון רייבערייען און צושטערטע סקעדזשועלס צוליב די געראנגל אין וועלכע ביידע זייטן האבן געוויזן שטארקע עקשנות.
---
אינוועסטירער פון אונגארן'ס צענטראלע עירפארט אין בודאפעסטהאבן געמאלדן א פראיעקט צו בויען א דריטע טערמינאלאין די עירפארט.
די קאנסטרוקציע וואס איז געשאצט אפצוקאסטן ארום 2 ביליאן יורא, איז ערווארטעט צו ווערן פארענדיגט פריסטנס 2032. קיין בלו-פרינטס זענען נאכנישט דא, אבער איך האף אז די היימישע פירמעס האבן שוין רעזערווירט א ווינקל וואו צו גרינדן א קאווע שטיבל...
---
א LATAM פליגערהאט געליטן א tail strikeביים זיך הייבן פון מילאן, איטאליע.
די 777 האט זיך געהויבן קיין בראזיל, ווען די פילאטן האבן צו שטארק געהויבן דעם פארדערשטן חלק, ברענגענדיג דערצו אז די הונטערשטע חלק זאל זיך אריינרייבן אין די ראנוועי, שיקנדיג דערביי פונקען און רויעך צו די הונטערוויילעכץ.
די פליגער האט זיך באוויזן צו הייבן אין די לופטן, אבער נאכן ארומצירקלען א שטיק צייט אין די לופטן (צו פארברענען אביסל וואג פון די fuel) האט זי צוריקגעלאנדעט אין מילאן (MXP) און אוועקגעפירט געווארן פאר ריפעירס.
ס'ווערט אנגעוויזן, אז די ארבעט צו פאררעכטן א פליגער נאך א tail strike איז געווענליך גאר א פארצויגענע, בפרט ווען ס'קומט פאר אין א פרעמדע עירפארט וואו די עירליין האט נישט די נויטיגע מעכאניקער און געצייגן אויפן פלאץ.
---
א בריטיש עירוועיס A380פון וואשינגטאן-דאללעס (IAD) קיין היטראו, האט זיך אפגעשטעלט אונטערוועגנס צוליב א מאדנע גערוךוואס האט ממש געמאכט די מאנשאפט nauseous. סיי די פילאטן און סיי די פלייט אטענדענטס האבן באריכטעט אז זיי קענען נישט טוהן זייער ארבעט געהעריג צוליב די אנגייענדע שמעק. עווענטועל האבן די פילאטן דערקלערט אן עמערדזשענסיצוליב די ריח און פארקירעוועט דעם פליגער קיין באסטאן.
ביים לאנדן אין באסטאן האט א שנעלע אונטערזוכונג אנטדעקט די מקור פון די דורכדרינגליכע ריח, נעמליך, עטליכע pallets פון א געוויסע וועשעריי דעטערדזשענטס וואס די פליגער האט געשלעפט אין די קארגא אפטיילונג!
ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די פליגער געטראגן א צאל שאכטלען פון א bead וואס מ'נוצט ביים וואשן וועש צו אריינגלייגן א גוטע גערוך אין די קליידער, אבער ווי עס שיינט איז עס נאר גוט אין וואש מאשין, נישט אין פלי געצייגן...
---
צוויי בירגער פון מדנ"י האבן דורכגעלעבט מינוטן פון שרעק ווען זייער פליגער האט געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אין פאקיסטאן.
די flydubai פליגער איז געווען אויפן וועג פון דובאי צום פארשטופן לענדל Sri Lanka ווען א מעדיקאל עמערדזשענסי איז אנטשטאנען onboard. די פילאטן האבן גענוצט די נענטסטע diversion אפציע וואס איז אויסגעקומען צו זיין קאראטשי, די הויפט-שטאט פון פאקיסטאן. אבער ווען די פלייט אטענדענטס האבן אנאנסירט די פלענער אויף די מייקס האט עס תיכף אנגעברענגט א וואלקן פון שווייס פאר צוויי מדנ"י בירגער וואס האבן געציטערט זיך צו געפונען אינעם פיינטליך לענדל אפילו אזוי אגב'דיג.
נאך זייענדיג אויפן פליגער האבן זיי זיך פארבינדן מיט די מדנ"י אויסערן מיניסטער און מיטגעטיילט זייערע זארגן, אבער ער האט זיי פארזיכערט אז ער וועט רעדן מיט וועם ס'פעלט אויס זיכער צו מאכן אז זיי האבן נישט קיין צרות.
צום סוף איז יעדער געבליבן אויפן פליגער און מ'האט נאר אראפגעפירט דעם פאסאנדזשיר וואס האט געדארפט מעדיצינישע באהאנדלונגען, און די צוויי חברה זענען ווייטער געפארן באקוועם מיט זייער דרכון אין טאש און נעבעך געבליבן גלייבן אז זייער מדינה איז מעכטיג און קען זיי באשיצן פון אלעם בייזן. יה"ר שיתמו חטאים מן הארץ במהרה.


דו לייק קודם, די איבריגע העט מען שוין זעהן שפעטער...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1589
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

פיינע נייעס @רוממה !!!
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עירליינס זעען ערנסטע פארלוסטן צוליב די אלימפיקס שפילן
דעלטא CEO זאגט די זעלבע ווי עיר פראנס-KLM

דעם יעצטיגן זומער סעזאן קומען פאר די איינמאל-אין-פיר-יאר זומער אלימפיק שפילן, דאס זענען א סעריע פון ספארט געימס אפגעהאלטן צווישן גרויסע שפילערס פון איבער די וועלט. יעדע פיר יאר ווערט די אלימפיק סעריע געפראוועט אין א צווייטע פלאץ אלוועלטליך, 2024 איז עס אין פאריז.
די אלימפיקס ציען מיליאנען פון איבער די וועלט,וועלכע באגנוגן זיך נישט מיטן עס מיטהאלטן ווירטואל אויף טעלעוויזיע נאר ווילן זיין באותו מעמעד און עס מיטהאלטן פונדערנאנט. פארשטייט זיך אז אפאר מיליאן טוריסטן אויף א פלאץ ברענגען א שפע פאר די לאקאלע עקענאמיע און פראנקרייך האט שוין ווירקליך פארשידענע שאצונגען איבער וויפיל זיי ערווארטן ארויסצוקעשן פון די געשיכטע.
אבער פון אן אנדערע פערספעקטיוו זאגט די דעלטא CEO אז די עירליין דערלייגט אסאך געלט דורך די אלימפיקס אין פאריז, וויבאלד פאריז איז סייווי א דעסטינאציע יעדעס יאר אין די ווארימע חדשים פאר וואקאציאנערן פון איבער די וועלט, און יעצט שטעלט זיך ארויס אז טאקע וויבאלד ס'קומען פאר די ספארטס פארמעסטן דארט, האלטן זיך געווענליכע טרעוולערס אפ פון פליען קיין פאריז און די פלייטס אהין זענען ליידיגער ווי געווענליך.
ער זאגט אז די עירליין רישט זיך צו דערלייגן אזויפיל ווי 100 מיליאן דאללער אויף דעם שפיל (תרתי משמע...)!
ענליך צו דעם האט מען געהערט פארשאצונגען פון די שותפים עיר-פרענס און KLM, וועלכע האבן רויטער געמאכט דעם ציפער וואס זיי רישן זיך צו דערלייגן דעם קווארטל אלס דירעקטע רעזולטאט פון ווייניגער-ווי-יעדעס-יאר פארלאנג אויף טיקעטס קיין פאריז.
עכ"פ ווייסן מיר נאכנישט ווער ס'וועט געווינען די ספארטס ביי די אלימפיקס, אבער מיר ווייסן שוין לכה"פ עטליכע זיכערע פארלירער....


די לאגא פון די היי-יעריגע מעמד
אלימפיקס.jpg
אלימפיקס.jpg (264.81 KiB) געזען 2128 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4755
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

די אלעע מענטשן וואס קומען יא איז ווייניגער ווי די וואס קומען נישט?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 10:36 pm
די אלעע מענטשן וואס קומען יא איז ווייניגער ווי די וואס קומען נישט?
זעהט זיך אויס
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

Airbus האט היינט געמאלדן אז זייער לאנג ערווארטעטע A321 XLR האט באקומען די נויטיגע certification צי קענען אריינגיין אין באנוץ פאר עירליינס פון די אייראפעישע EASA (דאס איז אויווי די FAA אין אמעריקע)
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

א הערליכע ארטיקל געשריבן דורך די מייסטער שרייבער @יחזקאל סגל לנדא
viewtopic.php?p=5256009#p5256009
ליינט און האט הנאה
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 1540 מאל
א פרייליכן זונטאג פנחס טייערע ליינער!ווען די העדליינס שטורעמען מיט גאר גרויסע נייעסער אין פאליטיק וכו', בלייבט נישט קיין פלאץ פאר קיינע קרישקעלעך פון די לופטן, דעריבער האבן מיר געשטעלט קוים עפעס באריכטן משבת לשבת. יעצט זענען מיר שולדיג היפש אסאך אריינצופאקן אינעם סך הכל, דעריבער וועלן מיר עס האלטן קורץ אין שארף, און פראבירן צו ווידמען נאר איינס ביז עטליכע שורות פער נייעסל.
אגב, היינט האב איך די זכי' געהאט צו געבן א היטש אין קאר פאר א חשוב'ע בנש"ק ומרביץ תורה, וואס צווישן אנדערע ברייטע ידיעות האט ער אויך א שיינעם געשמאק אין עניני אוויאציע והמסתעף. ס'איז געווען א רימיינדער מיך צו מאכן טראכטן פון וואספארא חשוב'ע אוידיענץ איר טייערע אוויאציע ליבהאבער באשטייען!


די CrowdStrike קראך

די הויפט נייעס דעם וואך\וויקענד איז די CrowdStrike דורכפאלדעם פארגאנעגענעם פרייטאג. פאר מער באריכטן קענט איר ליינען אין די צענטראלע אשכול .
ציפערן צייגן אז 6,855 פלייטסגלאבאל זענען געקענסלט געווארן פרייטאג, און איבער 1,500 רוטסהאבן שובת געווען ממלאכה שב"ק. דאס זענען אויסער טויזנטע דילעיסאלוועלטליך.
---
זונטאג זענען רוב פלייטס געווען אן-טיים, מיט א קליינע צאל דילעיס און קענסעלעישנס. דעלטא באריכט יא ערנסטע נאכווייען, מיט ארום 650 רייזעס אפגערופןאון 1,300 פארשפעטיגט.
---
סאוטוועסט עירליינסהאט זיך וואונדערליך ארויסגעדרייט פון די גאנצע מהומה, און זייערע סקעדזשועלס זענען געלאפן צייטליךכאילו לא היה! די סיבה דערצו? זיי האבן גאר א אלטע ווערסיע פון מייקראסאפט, אנדערש ווי רוב עירליינס וואס לויפן אין טאקט מיט די טעכנעלאגיע שוואונג.
אבער איידער איר לויפט לאזן א מעסעדזש אין השמיעיני את קולך טעלעפאן ליניע איבער די נס בזכות'ן זיין אפגעהיטן בעניני טעכנעלאגיע, זאלט איר געדענקען אז בדרך כלל מאכט די אלטע סיסטעם מער קונצן און האט שוין שווער געקראכט מער ווי איין מאל, צווישן אנדערס האט זיך געשאפן די 22' האלידעי meltdown.


אמעריקאנע נייעס

סאוטוועסטדארף זיך פראווען מיט א פרישע סעיפטי אינצידענט, נאך וואס א פליגער פון אהייאו האט ווידער געטריגערט א low altitude alertביים פראבירן צו לאנדן אין טעמפא, פלארידע. די פליגער איז געקומען צו א הייעך פון בלויז 175 פיס העכער די טעמפא ברעגעס, גאנצע דריי מייל ווייט פון טעמפא עירפארט.
---
אן אמעריקען עירליינספליגער פון סיאטעל קיין Dallas האט פארקירעוועט קיין סאלט לעיק סיטי(SLC), נאך וואס אן אנגעזויפטער האט פרובירט צו גיין פתיחה אויף די קאקפיט טירן.
---
שיקאגאהאט דורכגעלעבט עטליכע שווערע טארנעידאספאריגע וואך. הונדערטע זענען געבליבן געשטראנדעט אין די עירפארט טערמינאלן איבערנאכט, נאך וואס די ATC איינגעשטעלטע זענען געלאפן אויספאלגן די Shelter in place ארויסגעשטעלט דורך די וועטער באאמטע, לאזנדיג די פילאטן אן קיין מורה דרך זיי אנצואווייזן אז זיי קענען זיך הייבן!
---
די לעצטערע וואכן טוט זיך א סומאטוכע מיט pins פון flags, צוליב דעם וואס פלייט אטענדענטהאבן זיך אנגעהויבן ארומגעטראגן מיט שטעכערלעך פון פאלעסטינעאויף די אנצוגן, און ס'האט געשטאכן אין די אויגן פאר אסאך רייזנדע. דעלטא האט איינגעפירט א פארבאטאויף סיי וועלכע pins אויסער די USA פאן (וועלכע קיינער איז סייווי נישט אינטערעסירט צו טראגן...) און דזשעט בלולאזט שוין נאר טראגן פענער פון לענדער צו וועלכע די עירליין פליהט.
---
יונייטעדפארלאנגט פון פלייט אטענדענטס אז פון היינט און ווייטער דארפן זיי ברענגען "פרוף"אז זיי פילן זיך טאקע נישט גוט ביים נעמען א פטור מפאת חולשת הגוף, ווייל אסאך ארבעטער האבן אביוזד דעם אויסריידאון עס גענוצט צופיל מאל פאלשערהייט.
---
א יונייטעד פלייט אטענדענטהאט אלארמירט פאליציי צו ארעסטירן א פאסאנדזשירפארן אנגעבליך זיך אויפפירן ווילד. למעשה שטעלט זיך ארויס אז די סטוארד איז דא געווען דער שולדיגער אין די גאנצע מעשה! ולא עוד אלא דער פאסאנדזשיר איז א גרויסע געוועזענע פוטבאל שפילער, און דאס איז שוין ממש געפערליך (פאר PR...)
אין די ענדע האט מען סוספענדירט דעם אטענדענט, און מר. Terrel Davis האט ערהאלטן אפיציעלע אפאלאדזשיס פון די עירליין און פון די FBI (וואס האבן אים געפארשט דארט אויפן פלאץ)
---
אמעריקען עירליינסהאט זיך אויסגעגליכן מיט אירע ארבעטערס אויף דיני ממונות, נאך וואס ס'האט זיך געקאכט אין די לופטן אויב מ'זאל קוקן אויף די סטרייק אפציע.
---
אלאסקע עירליינס וועט איבערארבעטן ארום 150 פליגערסצו האבן מער ערשטע קלאס און פרימיום זיצן, די פראצעדור הייבט זיך שוין אן און וועט זיך ציען פאר די קומענדיגע 18 חדשים.
דערמאנונג: אלעס רעדט זיך פון 737 פליגערס, ערווארט נישט קיין גרויסע חידושים...
---
אז מ'רעדט שוין פון אלאסקע. די עירליין רוקט זיך נענטער צו א mergerמיט Hawaiian, די וואך האבן זיי אריינגעגעבן א DOT אפליקאציע פאר נאך א שטאפל אין די שמעלץ-פראצעדור.
---
א פעדעראלע טורמע וועט האבן צוגאסט א 41 יעריגע מאן פון ראוד איילענד פאר די קומענדיגע צוויי יאר, צוליב א באמבע סטראשעוואס ער האט געלאזט פאלן אויף א Breeze פלייט אין אפריל 23'. די סטראשע איז יענסצייט געווארפן געווארן בשעת א העפטיגע פלפול בטיב גיטין וקידושין מיט מלפנים-זיין-יענצל, און געברענגט די פליגער צו ווערן פארקירעוועט. אל תרגזו בדרך...
---
אמעריקען עקספרעסעפנט זייער 29סטע Centurion Lounge, דאסמאל איז עס אין די ראנאלד רעיגען עירפארטאין וואשינגטאן DC.
---
@אבימלך צייכנט צו א וועבזייטל, וואו מ'קען זוכן פלייטס וואס שליסן אויס רוטס וואס מ'פליהט אויף באואינג פליגער...

ביטע לייקן, וועלטליכע נייעס וועט נאכפאלגן.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ישר כח @רוממה

וואס גיבט אמעריקן צו טרינקען אז דער האט שוין עספיעט צו האלטן ביי עד דלא ידע פון סיאטעל ביז יוטא?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

קאטאר עירוועיס האט אויפגעפענט די פארמאכטע פארהאנגען אויף די נייע Qsuites next generation און עס האט זיך אנטדעקט א פראכט פון א סוויט!
עס איז די זעלבע אויסשטעל ווי פארדעם אבער יעדע זאך געמאכט שענער, בעסער, און געשמאקער מיט נייע טעקנאלדזשי, די קאטאר עירוועיס ביזנעס קלאס איז באקאנט מיט די מעגלעכקייט פון צוזאמשטעלען פיר סוויטס אינאיינעם פאר א גרופע צו פארברענגען געשמאק, אין די יעצטיגע סוויטס שטערט אבער די סקרינס צווישן די סוויטס די שבת אחים, אבער אין די נייע סוויטס איז ב"ה די פראבלעם () קער גענומען געווארן און ווי מען קען זעהן אין די פיקטשערס וועט מען קענען רוקן די סקרינס אין א זייט.
אטעטשמענטס
546830-Qsuite-Next-Gen-11-8b9979-original-1721654121-800x534.jpg
546830-Qsuite-Next-Gen-11-8b9979-original-1721654121-800x534.jpg (57.32 KiB) געזען 1399 מאל
Qsuite-Next-Gen-6.jpg
Qsuite-Next-Gen-6.jpg (149.05 KiB) געזען 1399 מאל
Qsuite-next-gen-1.jpg
Qsuite-next-gen-1.jpg (101.98 KiB) געזען 1399 מאל
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
שמחת התורה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע:אין ביהמ"ד

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

Flying blue איז די נעקסט אין די רייע פון די סקיי טיעם עירליינס צו מאכן עוועלעיבל אווארד בוקינגס אויף אל-על און מיט סופרייזינג גוטע רעיטס אן קיין סורטשארדזשעס!
אטעטשמענטס
El AL.jpg
El AL.jpg (24.4 KiB) געזען 1201 מאל
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

מיט גרויס פרייד נעמט די אידישע טרעוולער וועלט אויף די גינסטיגע נייעס אז די געשמאקע פרעסקאו כשר מיעלס באקומט די גאר גוטע און אפגעהיטענע הכשר פון די וועד הכשרות קרית יואל!
עס איז א גאר שטארקע דורכברוך אין די וועלט פון אידישע טרעוול נאך ווי באקאנט איז די מיעלס פון די פרעסקאו קעטערינג איינע פון די בעסטע כשר מיעלס אויף עירליינס, די וועד הכשרות השגחה איז אין צוגאב צו די אפגעהיטענע טארטיקוב הכשר וואס האט ביז יעצט באקרוינט די פרעסקאו מיעלס.

https://yiddishtravel.com/fresko-kosher ... tification
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ליביע ארעסטירט מענטשן-שמוגלער עירליין עקזעקיוטיוו
די לאנד רוקט זיך אין גוטן ריכטונג פון א אוויאציע שטאנדפונקט

ליביע אויטאריטעטן האבן ארעסטירט די הויפט פון א פריוואטע עירליין Ghadames Air Transport צוליב דעם וואס די עירליין האט אראנדזשירט טשארטער פליגערס פון אזיאנע לענדער צו Nicaragua, מיטן ציהל אז די רייזנדע זאלן קענען שמוגלען זייער וועג אריין קיין אמעריקע.
די עירליין האט גענוצט זייער 777 פליגער צו פארקויפן טויזנטע טיקעטס פאר מענטשן פון לענדער ווי אינדיע און פאקיסטאן און האבן גענוצט זייער hub אין די הויפשטאט טריפאלי צו קאנעקטן ווייטער קיין צענטראל אמעריקע.
זייט די רעוועלוציע אין 2014 האט ליביע געהאט אסאך צייטן פון אלע סארטן פאליטישע וועטערס, אבער כעת ווילן זיי זיך צושטעלן צו לענדער ווי אמעריקע און אנדערע פון אייראפע. דעריבער נעמען זיי שארפע שריט פאר אומלעגאלע אקטיוויטעטן וואס שעדיגן די אינטערעסן פון יענע לענדער.
אמעריקע האט שוין אריינגעגאסן 20 מיליאן דאללער אין די ליביע אוויאציע סעקטאר, ספעציפיש אין סעקיורעטי, מיט די האפענונג אז נארמאלע פלייטס צווישן די לענדער קענען אוועקגעשטעלט ווערן אויב איז די ליביע זייט פארזיכערט.

א 777 וואס געהערט פאר גהאדאמעס און איז suspiciously אומבאצייכנט
Ghadames.jpg
Ghadames.jpg (38 KiB) געזען 701 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א פארשעמנדע ווידיאו האט צירקולירט פון א Cathay Pacific ארבעטער וואס ווארפט אראפ רענצלעך פון שטיגן בשאט נפש.
די האנג קאנג עירליין האט זיך געמוזט אנטשולדיגן פאר די וועלט אויף די אינצידענט און צוגעזאגט צו פארשן.
ספעציפיש ערווארטן מיר אויף א apology פאר די אידישע געמיינדע, אז ווען מ'כאפט שוין יא אמאל אפ אויף קעמערא אזא מעשה, איז די ארבעטער א פרוי און מ'דערלייגט א גוטן ווידיאו...
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בריטלאנד'ס ווירדזשין אטלאנטיק הערט אויף פליען קיין טשיינע, ווייל זייט די מלחמה אין אוקריינע דארפן זיי אויסמיידן די רוסישע לופט-רוימען און ס'מאכט עס זייער שווער, לאנג און קאסטבאר צו אפערירן דעם רוט.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

Yiddish Travel האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:26 pm
Flying blue איז די נעקסט אין די רייע פון די סקיי טיעם עירליינס צו מאכן עוועלעיבל אווארד בוקינגס אויף אל-על און מיט סופרייזינג גוטע רעיטס אן קיין סורטשארדזשעס!
וועלכע דעיט האסטו דא געטשעקט?
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

Yiddish Travel האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 1:20 pm
מיט גרויס פרייד נעמט די אידישע טרעוולער וועלט אויף די גינסטיגע נייעס אז די געשמאקע פרעסקאו כשר מיעלס באקומט די גאר גוטע און אפגעהיטענע הכשר פון די וועד הכשרות קרית יואל!
עס איז א גאר שטארקע דורכברוך אין די וועלט פון אידישע טרעוול נאך ווי באקאנט איז די מיעלס פון די פרעסקאו קעטערינג איינע פון די בעסטע כשר מיעלס אויף עירליינס, די וועד הכשרות השגחה איז אין צוגאב צו די אפגעהיטענע טארטיקוב הכשר וואס האט ביז יעצט באקרוינט די פרעסקאו מיעלס.

https://yiddishtravel.com/fresko-kosher ... tification
אגב בינעך לעצטנס געוואויר געווארן אז Fresco מיינט אין ספאניש Fresh. נישט ווי כ'האב אייביג געמיינט אז די קאמפאני טראגט א פרעסערישן נאמען
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די Farnborough עיר שאו גייט אן אין די טעג, ס'איז דא אסאך נייעס פאר פיינע ארדערס ביי באואינג, און נאך.
ווען ס'ענדיגט זיך וועלן מיר מאכן א שטיקל סך הכל, מסתם קומענדיגן זונטאנג.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די FAA קוקט אריין אין סאוטוועסט'ס אקטיוויטעטן נאך א רייע אינצידענטן ביי די עירליין.

- אפריל 11 איז א פליגער געפארן צו נידריג צום וואסער - ביי בערך 400 פיס אלטיטוד - ביים לאנדן אין האוואאי
- מאי 25 האט א פליגער געמאכט א א.ג. Dutch Roll וואס איז געפארפול אויב די פילאטן פארעכטן עס נישט גלייך מיט די קאנטראלס
- יוני 19 איז א פליגער ווידער געפלויגן נידריג איבער אוקלעהאומע נאך זייענדיג מיילן ווייט פון די עירפארט
- יוני 25 איז גאר א ערנסטע אינצידענט פארגעקומען ווען א פליגער האט זיך געהויבן פון א פארמאכטע ראנוועי אין פארטלענד, מעין, אינדערצייט וואס ארבייטער האבן זיך געפונען דארטן
- יולי 18 האט זיך א פליגער ווידער נישט געקענט איינהאלטן פון גיין נידריג דריי מייל ארויס פון טעמפא, די פליגער איז געקומען אזוי נאנט ווי 150-175 פיס צום וואסער!

דאס זענען אויסער געווענליכע נארמאלע טעכנישע פעלערן ווי ענדזשין פראבלעמען א.א.וו. וואס מאכן זיך אייביג.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”