נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5452
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 1:38 pm
בעלוגע באזוכט אייראפע
די גיגאנטישע איקאנישע קוריאזע עירבאס "בעלוגע" האט געמאכט צוויי וויזיטס קיין אייראפע די לעצטערע טעג, איין געפלאנטע און איין אומגעפלאנטע.

די ריזיגע פליעדיגע פייגל - אדער אפשר פיש - איז א איבערגעמאכטע ווערסיע פון די A330 וואס עירבאס נוצט צו טראנספארטירן טיילן פון זייערע ווייד-באדיס אינערהאלב זייער אייגענע נעטווארק פון פאבריקן. זעלטן וואס מ'זעהט דעם פעטן-פישל פליען ערגעץ אנדערש אויסער פון איין עירבאס לופטעלד צום צווייטן.
אבער בריטיש עירוועיס האט געהאט אין היטראו א געשעדיגטן A350 וואס האט געדארפט א part וואס האט נישט געהאט קיין פלאץ אין קיין שום UPS טראק, האט מען בלית ברירה געמוזט נעמען שיפינג דורך עירבאס גופא. געבנדיג פאר די יוקעי'אישע א געלעגנהייט צו זינגען צהלי ורוני כי גדול בקרבך...

א צווייטע וויזיט איז אין אמסטערדאם Schiphol, וואו איינע פון די 6 בעלוגעס האבן געמאכט נעכטן א עמערדזשענסי לאנדונג, זייענדיג אונטערוועגנס פון איין עירבאס עירפארט צום צווייטן.
איך זעה נישט אין די נייעס אויב די בעלוגע איז שוין אוועקגעפארן פון דארט, ס'קען זיין אז זי זיצט נאך אין אמסטערדאם אינדערצייט וואס איך שרייב די שורות.

בעלוגע.jpg
דאכציך אז בעלוגע איז צושטאנד געקומען ווען מען האט געבויט דעם A380
ביז דאן פלעגט ערבאס טראנספארטירן זייערע גרויסע חלקים מיט !!! ??? א באויאינג 747 - דאן גרעסטער פלי געצייג
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:44 pm
צוויי דעלטא פליגער געקומען אין בארירומג אין אטלאנטע עירפארט
ערנסטע שאדנס אבער נישט קיין פארוואונדעטע

א דעלטא A350 מיט 221 פאסאנדזשירן אויפן וועג קיין טאקיא האט געמיינט אז די וויידל פון א דעלטא CRJ ווארט פשוט אויף א היטש, האט ער עס פראבירט צו געבן א כאפ מיט מיט זיין פליגל, בשעת taxiing צום ראנוועי אין אטלאנטע עירפארט.
די CRJ900 איז אומפארהאפט באשאנקען געווארן מיט די שנהי' לראש ולא לזנב סטאטוס, זיך טרעפנדיג אין די רוישיגע עירפארט עקלאז, אינדערצייט וואס זי האט אומשולדיגערהייט פראבירט צו פירן 56 פאסאנדזשירן קיין לואיזיאנע.
די נעכטיגע אינצידענט האט שטארק אלארמירט די אויטאריטעטן, ווייל ס'זענען שוין געווען א שיינע צאל כמעט'ס אויף טעקסי-וועגן און ראנוועיס די לעצטערע חדשים, אבער א פליגער מיט אזעלכע השגות צו בורר זיין א חלק יפה און נעמען דוקא א חתיכה הראויה להתכבד מן האליה, דאס איז שוין געווען א שטארקע חידוש און א אפגרעיד פון די ביז יעצטיגע קליינע קראצערייען וואס האבן זיך אפגעשפילט.
אלע פאסאנדזשירן זענען ארויס אומבאשעדיגט, הגם אז ס'איז מסתבר צו זאגן אז די וואס באקומען שנעל "טשילס" זענען מסתם ארויס היפש צושוידערט נאך דעם הויכן קראץ...
ביידע פליגערס זענען געווארן אריינגעפירט צו די דעלטא הענגערס פאר ריפעירס, אטלאנטע איז דעלטא'ס גרעסטע "האב" און זיי זענען אויסגערישט מיט אלע פעסילעטיס פאר ריפעירס, דעריבער איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו אזא אינצידענט זאל געשעהן.

ווייסן מיר שוין וואו די הוה אמינא פון שחיטה ביים וויידל "ואימא מזנבו" איז אנגענומען געווארן להלכה...

דא האט איר א קורצע ווידיאו , און ווער ס'קוקט נישט קיין ווידיאו קען קוקן די בייגעלייגטע בילדער

dlatl.jpg
view.jpg
האסט מיר דערמאנט די מעשה אין פסחים דף ג מיט רבי יהודה בן בתירא מיט דער אלי-ה
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יישר כח פאר די בילדער. איך האב שטיקל קבלה פאר א קורצע צייט בנוגע קוקן טיווי נייעס ווידיאוס

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
אין איין ווארט
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 31, 2022 11:05 am
לאקאציע:ספעיס

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין איין ווארט »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:44 pm
צוויי דעלטא פליגער געקומען אין בארירומג אין אטלאנטע עירפארט
ערנסטע שאדנס אבער נישט קיין פארוואונדעטע

א דעלטא A350 מיט 221 פאסאנדזשירן אויפן וועג קיין טאקיא האט געמיינט אז די וויידל פון א דעלטא CRJ ווארט פשוט אויף א היטש, האט ער עס פראבירט צו געבן א כאפ מיט מיט זיין פליגל, בשעת taxiing צום ראנוועי אין אטלאנטע עירפארט.
די CRJ900 איז אומפארהאפט באשאנקען געווארן מיט די שנהי' לראש ולא לזנב סטאטוס, זיך טרעפנדיג אין די רוישיגע עירפארט עקלאז, אינדערצייט וואס זי האט אומשולדיגערהייט פראבירט צו פירן 56 פאסאנדזשירן קיין לואיזיאנע.
די נעכטיגע אינצידענט האט שטארק אלארמירט די אויטאריטעטן, ווייל ס'זענען שוין געווען א שיינע צאל כמעט'ס אויף טעקסי-וועגן און ראנוועיס די לעצטערע חדשים, אבער א פליגער מיט אזעלכע השגות צו בורר זיין א חלק יפה און נעמען דוקא א חתיכה הראויה להתכבד מן האליה, דאס איז שוין געווען א שטארקע חידוש און א אפגרעיד פון די ביז יעצטיגע קליינע קראצערייען וואס האבן זיך אפגעשפילט.
אלע פאסאנדזשירן זענען ארויס אומבאשעדיגט, הגם אז ס'איז מסתבר צו זאגן אז די וואס באקומען שנעל "טשילס" זענען מסתם ארויס היפש צושוידערט נאך דעם הויכן קראץ...
ביידע פליגערס זענען געווארן אריינגעפירט צו די דעלטא הענגערס פאר ריפעירס, אטלאנטע איז דעלטא'ס גרעסטע "האב" און זיי זענען אויסגערישט מיט אלע פעסילעטיס פאר ריפעירס, דעריבער איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו אזא אינצידענט זאל געשעהן.

ווייסן מיר שוין וואו די הוה אמינא פון שחיטה ביים וויידל "ואימא מזנבו" איז אנגענומען געווארן להלכה...

דא האט איר א קורצע ווידיאו , און ווער ס'קוקט נישט קיין ווידיאו קען קוקן די בייגעלייגטע בילדער

dlatl.jpg
view.jpg
אויף סעיל
IMG_0647_optimized.jpeg
IMG_0647_optimized.jpeg (55.46 KiB) געזען 2599 מאל
קום אין אישי אויב די ווילסט

🖥️ Custom software
🕸️Web Development
☁️Salseforce development

[email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איין שורה אוויאציע.jpg
איין שורה אוויאציע.jpg (33.42 KiB) געזען 2404 מאל

מער נאטיצן זענען געווען פארצייכנט, אבער א אייוועלט גליטש האט מיך כסדר ארויסגעלאגט און די ארבעט איז געווען לריק.

סאוטוועסט עירליינס פירט איין א פרישע איין-טאגיגע סעיפטי סעמינאר פאר אלע זייערע פילאטן, אין ליכט פון די סעיפטי אינצידענטן די לעצטערע חדשים ( זיי זענען אונטער FAA אויספארשונג )
-
די FAA זאגט אז זיי זענען שוין נאנט צו פערטיג מיט די איבערזיכט אויף יונייטעד וואס האט צייטוויליג געצוימט נייע רוטס און ארדערס. מ'האט נאכנישט געהערט די סטאטוס פון די DOT רעוויזיע
-
סקאנדאל: א צואווילדעוועטע אמעריקען געיט אגענט האט געצווינגן א מוטער אריינצוטשעקן איר אינפענט-סיעט, טראצדעם וואס פלייט אטענדענטס האבן איר יא ערלויבט עס מיטצוברענגען
-
אמעריקען איז אראפגעפאלן פון די S&P 500 צוליב זייער גאר שוואכע performance לעצטנס. (בכלל דארף מען מאכן א לענגערע אנאליז אויף די עירליינ'ס ירידה די לעצטע פאר יאר)
-
א יונייטעד פלייט אטענדענט קלאגט די עירליין אז זיי האבן נישט גענומען ערנסט אירע סעיפטי פארלעצונגען באריכטן, אנשטאט איז זי אויסגעשטאנען "מוסר-קעצי" שפעטערייען פון קאלעגעס
-
באריכטן זאגן אז די סאוטוועסט טשעירמאן רעזיגנאציע דעם וועג פאר געשפרעכן איבער טשארדזשן פאר פעקלעך און אנדערע טוישונגען פון וועלכע ער האט נישט געהאלטן. פינג @שלמה מולכו
-
דזשעט בלו האט א סעיל ביז היינט 11:59 כחצות וואו מ'קען זיך איינהאנדלען טיקעטס פאר $39 אויף געוויסע רוט אין געוויסע דאטומען. פאר מער גייט צו זייער זייטל
-
נאכן פארהאנדלען 5 יאר האט אמעריקען געשלאסן א דיעל מיט זייערע פילאטן, א קורצע צייט נאך וואס די פילאטן האבן אנגעהויבן זינגען דעם באקאנטן "סטרייק" ניגון... ס'האט געארבעט...
-
עיר קאנאדע רוקט זיך יא נענטער צו א סטרייק, די עירליין רעקאמענדירט שטארק פאר פאסאנדזשירן צו טוישן דאטומען פון טרעוול און נעמט נאך שריט אז ס'זאל אדרוכגיין smooth
-
אין א מיילסטאון פאר עיר טשיינע האבן זיי דורכגעפירט די ערשטע פלייט מיט די כינעזע C919. די מאדעל איז שוין אין באנוץ מיט טשיינע איסטערן, אבער פאר עיר טשיינע איז עס נייעס
-
Wizz פארקויפט שוין טיקעטס פאר זייער ערשטע לאנג-האול פלייט. די פלייט צווישן געטוויק און סאודי אראביע קאסט 134.99 בריטישע פונט און ווערט ערמעגליכט נאר צוליב די A321XLR
-
Flying Blue איז געקליבן געווארן אלס די בעסטע עירליין פראגראם אין א סורוועי דורך point.me, עיר קאנאדע'ס Aeroplan און יונייטעד מיילעדזש פלאס פארנעמען פלאץ צוויי און דריי
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 4:59 pm

אויב ווילסטו נישט אז דער גליטש זאל פאסירען נאכאמאל דאן אינסטאליר דער סקריפט וואס גייט אלץ קאפיען פארן שיקן צו דער קליפבארד.

https://greasyfork.org/en/scripts/49617 ... st-content
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דזשעט בלו טוישט מאפע ווענדאר צוליב מיטל-מזרח פארבינדעטע קריטיק
סורפרייז נאך די פארווע ערשטע רעאקציע

דזשעט בלו איז געקומען אונטער קריטיק די לעצטערע וואכן איבער דעם וואס זייער סקרין מאפע האט געוויזן די נאמען פון די געגנט ארום מדנ"י אלס "Palestinian Terretories"
בילדער פון די Inflight Map האבן אנגעהויבן צירקולירן אויף סאושעל מידיע, און האבן געצויגן היפש נעגאטיווע רעאקציעס. די עירליין האט נישט רעאגירט ביז ס'האט ערוועקט די אינטערעסע פון נייעס קאנאלן און זיי זענען אנגעפרעגט געווארן דערוועגן.
זייער ערשטע רעאקציע איז געווען היפש קאלט "דזשעט בלו מאכט נישט אליינס די מאפעס, נאר זיי ווערן צוגעשטעלט דורך א דרויסנדיגע ווענדאר, מיר וועלן זיי אנפרעגן איבער די לעצטע טוישונגען"
די טרוקענע ענטפער האט געהויבן ברעמען, ווייל ביי די שערורי' מיט די pins האט דזשעט בלו זיך צוגעשטעלט צו די ארגינעלע אמעריקאנע ווירדן און פארבאטן פאלעסטינע פענער א.ד.ג.
אבער עטליכע טעג דערויף האט דזשעט בלו געלייגט אן אפדעיט, זאגנדיג אז צוליב די געשיכטע וועלן זיי אפהאקן מיט זייער יעצטיגע ווענדאר, און א צווייטע קאמפאני וועט אנהויבן צושטעלן זייערע מאפעס. ווי אויך זאגן זיי אז דערווייל טוען זיי פארלאנגען פון די יעצטיגע ווענדאר אז זיי זאלן צוריקשטעלן די מאפע צו "שטימען מיט די אפיציעלע מאפע אנערקענט דורך די פאראייניגטע שטאטן"

Screenshot-2024-09-08-093354.jpg
Screenshot-2024-09-08-093354.jpg (67.73 KiB) געזען 2008 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:21 pm
אייביג ביזי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:15 pm
ווילסט ארום וואקן און א ליידיגע עראפלאן? דא האסטע...
https://maps.app.goo.gl/9b6gtY4Jh66ftbrj7?g_st=ac

כ'ווייס נישט וועלכע דאס איז, אפשר @בריטיש עירוועיס וועט קענען ארויסהעלפן
https://en.m.wikipedia.org/wiki/RED_Air

דאס איז א NARROW BODY

לכארה א Airbus A320-200
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אין דער איד דעילי
אטעטשמענטס
Flight.jpg
Flight.jpg (93.66 KiB) געזען 1757 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עיר קאנאדע האט פארמיטן דעם סטרייק פון וועלכע מען פארכט זיך שוין פאר לאנגע וואכן אז ס'גייט אנקומען, דורכן אויסארבעטן א דיעל מיט זייערע ארבעטערס פאר פרישע 4 יעריגע קאנטראקטן.
די עירליין און די יוניאן האלטן די ליפן פארשפארט ווען מ'פרעגט זיי איבער די פונקטליכע טערמינען פונעם דיעל, אבער אז ס'איז דא א דיעל, אטעמען תושבי קאנאדע אפ מיט דערלייכטערונג, ווייל די געפלאנטע 72 שטונדיגע סטרייק וואלט בלי שום ספק געברענגט כאאס און שוועריקייטן פאר הונדערטע טויזנטע.

AC.jpg
AC.jpg (79.84 KiB) געזען 1481 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אז מיר זענען שוין יא אינעם לאנד פון מעיפל סירופ, לאמיר דערציילן איבער א שערורי' וואס האט זיך אפגעטון מיט די ארטיגע Porter עירליין, ווייל זיי האבן אראפגעשטעלט (bumped) א פאסאנדזשיר צוליב דעם וואס די פלייט איז געווען צו איבערגעפילט.
די פראבלעם איז אבער אז די פאסאנדזשיר איז געווען א 14 יעריגע קינד וואס איז געפארן אליינס אן די עלטערן, און עירליינס דארפן נישט צו לאזן קיין קינדער זיך ספראווען אליינס אין אן עירפארט אן די הילף פון אן ערוואקסענעם.

Porter.jpg
Porter.jpg (59.4 KiB) געזען 1467 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

וועלקאם בעק @רוממה איך האב מיך שוין געבענקט
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קלאגע קעגן פראנטיער פארן נישט ארויפלאזן פארפאלק
זיי באשולדיגן די עירליין אין דיסקרימענאציע

א פארפאלק קלאגט אן פראנטיער עירליינס פארן זיי אומבארעכטיגט אראפשטעלן פון פליגער, בלויז ווייל זיי זענען בולגאריש און טויב!
ווי זיי באשולדיגן, האבן זיי פראבירט צו ארויפגיין אויף א פליגער אום נאוועמבער פון 2022, אבער זענען אפגעשטעלט געווארן דורך א געיט אגענט וואס האט זיי אנגעוויזן אז זייערע רענצלעך זענען גרעסער ווי די סייז וואס די סדום געזעצן ערלויבן.
די פארפאלק לייגט אראפ זייער זייט, אז זיי זענען נאך קיינמאל נישט געפארן מיט קיין לאו-קאסט עירליינס, און זיי האבן נישט געוואוסט אז די רענצלעך דארפן זיין ראדיקאל קלענער ווי דאס וואס זיי זענען געוואוינט.
למעשה, האבן זיי נישט געהעריג פארשטאנען די אינסטרוקציעס פון די אגענט, ווייל זיי ליידן אויף טיילווייזע טויבקייט, און דער אנווייזער האט געטראגן א מאסק, און זיי האבן נישט געקענט ליינען יענעם לעפצן.
דער פראנטיער איינגעשטעלטער איז געווארן נערוועז פון די אומפארשטענדעניש, און זיי אנגעשריגן אז זיי זאלן ווארטן אין א זייט ביז מ'וועט זיך מיט זיי באפאסן. עווענטועל האבן זיי אבער באמערקט אז באורדינג האט זיך געענדיגט און מ'גרייט זיך אויף נעילת שערים, האבן זיי זיך גענומען מאכן א ויצעקו, אבער די אגענט האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, נאר אדרבה געלאכט אין פנים פאר די אומבאהאלפענע מיט - עפעס וואס מנחם מענדל וואלט באצייכנט אלס - א סאדיסטישע געלעכטער.
די עלטערע לייט האבן פארצווייפעלטערהייט גערופן 911, אבער פאליציי האט קלאר געמאכט אז זיי האבן נישט קיין טעכניק אין באזיץ צוריקצושלעפן א פליגער פון די לופטן.

פרעג מיך נישט וואס די סוף מעשה אין נאוועמבער 22' איז געווען, אבער כעת ווילן די באקריוודעטע אז די סוף מעשה זאל זיין אפאר מיליאנען אין זייער באנק אקאונט...
די קלאגע באשולדיגט אז די פראנטיער רעפרעזענטאט האט זיך אזוי אויפגעפירט צו זיי וויבאלד זיי זענען בולגאריש-אפשטאמיגע און ס'איז קענטליך אויף זייער פנים. עקסטער זאגן זיי אז די עירליין איינגעטשעלטער האט פארלעצט די ADA געזעץ וואס צווינגט ביזנעסער צו געבן גלייכבארעכטיגונג פאר מענטשן מיט פיזישע באגרעניצונגען.

אויב איז די געשיכטע טאקע ווי זיי לייגן עס אראפ, איז עס א האר-אויפשטעלנדע ווילדע אקט פון א עירליין איינגעשטעלטע, און פראנטיער דארף ענטפערן אויף אסאך קשיות דא. אבער די עיקר קשיא איז אויף די באטרעפנדע: ווער האט ענק געבעטן צו פארן מיט פראנטיער...

די סדום בעטלעך אין וועלכע מ'דארף קענען אריינקוועטשן די רענצל אז ס'זאל דורכגיין ביי פראנטיער
frontier.jpg
frontier.jpg (356.49 KiB) געזען 1356 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:37 pm
אבער פאליציי האט קלאר געמאכט אז זיי האבן נישט קיין טעכניק אין באזיץ צוריקצושלעפן א פליגער פון די לופטן.
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא פליגער עמערדזשענסי לאנדונג נאכן ווערן באטראפן פון לופט-פרעשור פראבלעמען
צען האבן ערהאלטן מעדיקאל באהאנדלונג

א דעלטא פליגער האט זיך געדארפט צוריקערן קיין סאלט לעיק סיטי, יוטא נאך וואס די פרעשור אין די קאבינע איז געווארן אומסטאביל און עטליכע פאסאנדזשירן האבן געליטן סיפטאמען.
די FAA האט נעכטן באריכטעט די זונטאג'דיגע אינציעדענט, אין וועלכע פלייט 1203 איז ארויסגעפארן פון SLC אויפן וועג קיין פארטלענד, ארעגאן אבער האט געליטן פרעשורייזעישן אישוס קורצליך נאכן זיך הייבן, צווינגענדיג די עראפלאן צוריקצופארן קיין יוטא.
די פליגער איז אפגעווארט געווארן דורך עמערדזשענסי פערסאנעל צוליב דעם וואס 10 רייזנדע (פון די 140) האבן געדארפט צוקומען צו "מעדיצינישע אפשאצונגען און באהאנדלונגען".
מ'האט נישט געהערט פון די FAA אדער פון די עירליין וואספארא מעדיצינישע פראבלעמען האבן באטראפן די באטראפענע, אבער שלעכטע קאבינע-פרעשור ברענגט געווענליך אזעלכע סיפטאמען ווי נאז-בלוט און געקראכטע אויער-פויקן

SLC.jpg
SLC.jpg (388.39 KiB) געזען 1047 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:37 pm

די סדום בעטלעך אין וועלכע מ'דארף קענען אריינקוועטשן די רענצל אז ס'זאל דורכגיין ביי פראנטיער
frontier.jpg
שכח פאר דיינע באריכטן.
איך וואלט דאס נישט אנגעריפן סדום. יעדער ווייסט אז פראנטעיר איז די ביליגסטע אירליין אין די וועג וויאזוי זיי קענען זיין אזוי ביליג איז דורך אינפאסירן בעגעדזש סייז!
אין די קונץ איז צו מיטארבטן מיט די סייז אנגעגעבן אויף זייער סייט.
אז איינער פילט אז עס איז אים א פרעשער זיך צוצושטעלן צו די סייז אינפאסירונג קען ער פארן מיט א אנדערע אירליין אין צאלן טאפ דאלער

מיי עפיניען....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:41 am

פון א געוויסע פראספעקטיוו ביסטו גערעכט, ס'איז זיכער אז איך בין א בלינדע העיטער עניוועי.
אבער מצד שני וואלט געווען אמת וואס דו זאגסט אויב וואלטן זיי געטוהן ממש נאר דאס. די פאקט איז - און ס'איז שוין איבערגעוויזן געווארן אסאך מאל - אז די לאו קאסט קעריערס נעמען פארשידענע שריט צו ארויסקוועטשן דעם דאללער פון די רייזנדע, א שטייגער ווי נישט מאכן די פרייזן upfront, בעטן unreasonable fees פארן רעדן צו א טעלעפאן אגענט, טשארדזשן עקסטער אויב מ'טשעקט נישט אריין אנליין א.א.וו.
די אנדערע וואס האבן זיך געוואלט רופן LCC אבער נישט געווען ברוטאל (דזשעט בלו און סאוטוועסט) האבן טאקע נישט זוכה געווען צו בלייבן מיט דעם טיטל.
סאו אויף די ספעסיפיק זאך וואס איך האב געשריבן וועגן די רענצלעך און בעגעדזש סייז, נא, קען זיין אז נאך א שטיקל ויכוח וועסטו בלייבן גערעכט, אבער ווען מ'קוקט אויפן גאנצן פיקטשער: סדום איט איז!

רוממה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:55 am

איך האב מיך נישט באצויגן צו די ספעציפישע מעשה.

איך האב שוין גענוצט פראנטעיר צעינדליגע מאל אין כ'האב נאך ''קיינמאל'' געהאט ס'זאל מיך קאסטן מער ווי די טיקעט. יא כ'האב געדארפא האבן די בארדינג פעסס אויפן פאון. יא כ'האב נישט באקומען וואסער אויפן פליגער. יא כ'האב נישט געמעגט רעדן צו א מענטש.
אבער אז מ'קען די סיסטעם אין מ'ווייסט אין וואס מ'גייט אריין גייט אלעס כשורה בעזרת השם

את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

באריכטען אז אלאסקע אירליינס און הוואי איירליינס גייען זיך צוזאמשטעלן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:37 pm
קלאגע קעגן פראנטיער פארן נישט ארויפלאזן פארפאלק

****
די סדום בעטלעך אין וועלכע מ'דארף קענען אריינקוועטשן די רענצל אז ס'זאל דורכגיין ביי פראנטיער
frontier.jpg
frontier.jpg (338.85 KiB) געזען 711 מאל
frontier.jpg
ווען דו פליסט פון נוארק אינטערנאצינאל מיט אויסטריען, לופטהאנזא וכו' האסטו אויך אזא סדום-טעסט איידער דו גייסט אריין אין ליין צו איינטשעקן, דא דארט אזא באקסיל, א גויטע דערנעבן און יעדער מיט א היט און רעקל פעלט די טעסט...

געהאט א שטיקל ניצחון לעצטענס דארט נאך וואס די גוי'טע איז געווען היבש נענסטי דארט, און פארשטייט זיך אז די כמים פנים אל פנים האט געארבייט - און איר עס געלאזט וויסען .... אזאש איך האב שוין מורא געהאט איך בלייב אין ניוא יארק... איר אנגעפיפן כאילו לא היה און קיינער האט גארנישט געזאגט שפעטער.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:41 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:55 am
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:41 am
רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:37 pm

די סדום בעטלעך אין וועלכע מ'דארף קענען אריינקוועטשן די רענצל אז ס'זאל דורכגיין ביי פראנטיער
frontier.jpg
שכח פאר דיינע באריכטן.
איך וואלט דאס נישט אנגעריפן סדום. יעדער ווייסט אז פראנטעיר איז די ביליגסטע אירליין אין די וועג וויאזוי זיי קענען זיין אזוי ביליג איז דורך אינפאסירן בעגעדזש סייז!
אין די קונץ איז צו מיטארבטן מיט די סייז אנגעגעבן אויף זייער סייט.
אז איינער פילט אז עס איז אים א פרעשער זיך צוצושטעלן צו די סייז אינפאסירונג קען ער פארן מיט א אנדערע אירליין אין צאלן טאפ דאלער

מיי עפיניען....
פון א געוויסע פראספעקטיוו ביסטו גערעכט, ס'איז זיכער אז איך בין א בלינדע העיטער עניוועי.
אבער מצד שני וואלט געווען אמת וואס דו זאגסט אויב וואלטן זיי געטוהן ממש נאר דאס. די פאקט איז - און ס'איז שוין איבערגעוויזן געווארן אסאך מאל - אז די לאו קאסט קעריערס נעמען פארשידענע שריט צו ארויסקוועטשן דעם דאללער פון די רייזנדע, א שטייגער ווי נישט מאכן די פרייזן upfront, בעטן unreasonable fees פארן רעדן צו א טעלעפאן אגענט, טשארדזשן עקסטער אויב מ'טשעקט נישט אריין אנליין א.א.וו.
די אנדערע וואס האבן זיך געוואלט רופן LCC אבער נישט געווען ברוטאל (דזשעט בלו און סאוטוועסט) האבן טאקע נישט זוכה געווען צו בלייבן מיט דעם טיטל.
סאו אויף די ספעסיפיק זאך וואס איך האב געשריבן וועגן די רענצלעך און בעגעדזש סייז, נא, קען זיין אז נאך א שטיקל ויכוח וועסטו בלייבן גערעכט, אבער ווען מ'קוקט אויפן גאנצן פיקטשער: סדום איט איז!
איך האב מיך נישט באצויגן צו די ספעציפישע מעשה.

איך האב שוין גענוצט פראנטעיר צעינדליגע מאל אין כ'האב נאך ''קיינמאל'' געהאט ס'זאל מיך קאסטן מער ווי די טיקעט. יא כ'האב געדארפא האבן די בארדינג פעסס אויפן פאון. יא כ'האב נישט באקומען וואסער אויפן פליגער. יא כ'האב נישט געמעגט רעדן צו א מענטש.
אבער אז מ'קען די סיסטעם אין מ'ווייסט אין וואס מ'גייט אריין גייט אלעס כשורה בעזרת השם
ריכטיג, און דו ביסט פון די מענטשן וואס באקומען קיינמאל קיין פארקינג טיקעט אין ני"ס ווייל דו קענסט די סיסטעם!

באטעם-ליין: א סיסטעם אויסגעשטעלט אז פינף און ניינציג פארצענט מענטשן מאכען עס נישט איז נישט קיין סיסטעם...
לעצט פארראכטן דורך קו ירוק אום דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 3:02 pm
באריכטען אז אלאסקע אירליינס און הוואי איירליינס גייען זיך צוזאמשטעלן.
די DOT האט פולי באשטעטיגט די צוזאמשטעל, מיט גאר אסאך גוטע צוזאגעכצער פון אלעסקע עירליינס בנוגע זייער ריווארדס פראגראם
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3564
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

IMG-20240918-WA0093.jpg
IMG-20240918-WA0093.jpg (146.85 KiB) געזען 415 מאל
אין JFK פריער...
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

באשעפער אין הימל.... דעס ווערט נאר אפטער און אפטער
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 6:35 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט באנייט דאס באנייאונג פון פאספארטן אנליין.
אין 2021 האט עס די DOS אויספראבירט אין די Alpha שטאפל, א טעסט וואס האט אנגעהאלטן ביז אין מארטש 2023. יעצט איז עס ווידער געעפנט געווארן אין די Beta שטאפל.

Pass.jpeg
טעסט רעזולטאטן? פאזיטיוו!
די Beta טעסט פאזע איז אריבער מיט סוקסעס ווען ארום 200,000 האבן גענוצט די דיגיטאלע מעגליכקייט דורכאויס די צייט. יעצט איז די באקוועמליכקייט אפן פאר אלע פאספארט באזיצער

DHS state.jpg
DHS state.jpg (389.91 KiB) געזען 394 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”