נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שלום חיים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:49 pm
פעדעקס פליגער לאנדעט אויפן נאז נאך וואס פאדערשטע רעדער לאזן זיך נישט ארויס
פונקען פייער זענען געפלויגן, אבער קיין מענטשן זענען נישט געשעדיגט געווארן

א פעדעקס פליגער וואס האט אפגעליפערט סחורה קיין אינסטאנבול, טערקיי, האט נישט געוואלט ארויסגעבן אירע פאדערשטע רעדער פארן פובליק איידערן לאנדן, צווינגנדיג די פילאטן צו דערקלערן עמערדזשענסי און פארלאנגען אז פייער טראקס זאלן זיי אפווארטן ביים אנקומען קיין טערקיי.
די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו, און ס'צייגט ווי די פילאטן טוען מאנואווערירן אז די אימפאקט זאל זיין דאס מינימאלסטע מעגליך, האלטנדיג די נאז אין די לופטן דאס לענגסטע מעגליך בשעת'ן פארשטייטערן די ספיד נאכן אנרירן די ערד.
ווען חוטם וקרקע האבן זיך באגעגנט זענען געגאנגען פונקן פייער פון די באלאטעס (ענדליך האב איך שוין פארשטאנען די מיסטעריעזע ווארט "נאז-ביים-פלאם"), אבער ווי נאר ס'איז געווען מעגליך האבן ווארטנדע פייער טרעקלעך ארויסגעלאזט זייערע זאפאסן פון וואסער איינצושטילן די סיטואציע און קיין גרעסערע פייער האט טאקע נישט אויסגעבראכן.
די צוויי פילאטן זענען ארויס אומבאשעדיגט.
אין אנדערע נייעס זעהט עמעזאן אן אויפשטייג צווישן טערקישע קאסטומערס וואס פארלאנגען ריפאנדס ווייל די באקס אין וואס ס'איז געשיפט געווארן איז געווען נאס...

די לאנדונג און די פונקן (ס'א סניפ פון די ווידיאו). מערקט די ווארטנדע עמערדזשענסי וויהיקלס אין די הונטערגרונד
Fedex.jpg
א גרויסן שכח פאר דיינע באריכטן איך בעלעק מיך ממש יעדע איינציגסטע מאל
אפשר איז שייך צו ברעגען די ווידאו?
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

שלום חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:56 pm
רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:49 pm
פעדעקס פליגער לאנדעט אויפן נאז נאך וואס פאדערשטע רעדער לאזן זיך נישט ארויס
פונקען פייער זענען געפלויגן, אבער קיין מענטשן זענען נישט געשעדיגט געווארן

א פעדעקס פליגער וואס האט אפגעליפערט סחורה קיין אינסטאנבול, טערקיי, האט נישט געוואלט ארויסגעבן אירע פאדערשטע רעדער פארן פובליק איידערן לאנדן, צווינגנדיג די פילאטן צו דערקלערן עמערדזשענסי און פארלאנגען אז פייער טראקס זאלן זיי אפווארטן ביים אנקומען קיין טערקיי.
די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו, און ס'צייגט ווי די פילאטן טוען מאנואווערירן אז די אימפאקט זאל זיין דאס מינימאלסטע מעגליך, האלטנדיג די נאז אין די לופטן דאס לענגסטע מעגליך בשעת'ן פארשטייטערן די ספיד נאכן אנרירן די ערד.
ווען חוטם וקרקע האבן זיך באגעגנט זענען געגאנגען פונקן פייער פון די באלאטעס (ענדליך האב איך שוין פארשטאנען די מיסטעריעזע ווארט "נאז-ביים-פלאם"), אבער ווי נאר ס'איז געווען מעגליך האבן ווארטנדע פייער טרעקלעך ארויסגעלאזט זייערע זאפאסן פון וואסער איינצושטילן די סיטואציע און קיין גרעסערע פייער האט טאקע נישט אויסגעבראכן.
די צוויי פילאטן זענען ארויס אומבאשעדיגט.
אין אנדערע נייעס זעהט עמעזאן אן אויפשטייג צווישן טערקישע קאסטומערס וואס פארלאנגען ריפאנדס ווייל די באקס אין וואס ס'איז געשיפט געווארן איז געווען נאס...

די לאנדונג און די פונקן (ס'א סניפ פון די ווידיאו). מערקט די ווארטנדע עמערדזשענסי וויהיקלס אין די הונטערגרונד
Fedex.jpg
א גרויסן שכח פאר דיינע באריכטן איך בעלעק מיך ממש יעדע איינציגסטע מאל
אפשר איז שייך צו ברעגען די ווידאו?
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:43 am
א דראמאטישע ווידיאו פון דעם מאָמענט וואס א פעדעקס קארגא פליגער מאכט א עימערדזשענסי לאַנדינג אין איסטאַנבול עירפּאָרט נאכדעם וואס די פראנט רעדער פון די פליגער זענען נישט ארויסגעקימען ביים לאנדען.
קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן אין די אינצידענט. ווידיאו
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6089
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דאס איז נישט קיין וואסער, דאס איז פאום.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פלייט אטענדענטס פון Breeze שליסן זיך אן אין יוניאן
קומט נאך א אפשטימונג צווישן די ארבעטער

א 76% מערהייט פון איינגעשטעלטע פלייט אטענדענטס ביי Breeze עירוועיס, האבן געשטימט זיך אנצושליסן אין א ארבעטס יוניאן, און דאס האט א ספעציעלע באדייט פאר אסאך.
ווען Breeze האט זיך געעפנט, האבן זיי פראבירט א סטראטעגיע צו רעקרוטירן קאלעדזש סטודענטן פאר די ארבעט, וועלנדיג נעמען אדווענטעדזש פון יונגען און מוידן מיט קליינע השגות און אנגעוויזן אויף געלט צו דעקן סטודענט-לאון קאסטן. די וועג וויאזוי ס'האט געדארפט צו ארבעטן איז קאמפליצירט, אבער סייווי האבן זיי געמוזט אפטרעטן צוליב שטארקע נעגאטיווע backlash ביים ברייטן המון, אנגעפירט דורך א ברייטע קאמפיין פון גרויסע יוניאנס.
יעצט האט די AFA יוניאן - די גרעסטע פלי-מאנשאפט יוניאן אין לאנד - אפגעהאלטן זייער צווייטע זיג איבער Breeze, ווען א גרויסע מערהייט פון די ארבעטסקראפט ביים עירליין האט געשטימט צו ווערן "יוניאניזירט".
AFA - וואס פארטרעט די פלייט אטענדענטס פון יונייטעד, סאוטוועסט און נאך - האט גאר נעגאטיוו אראפגעמאל די לופטלינעס פירערשאפט, זאגנדיג אז די ארבייטער באקומען ווייניג באצאלט, אומ'מסודר'דיגע ארבעטס באפעלן און גאר ווייניג בענעפיטן קעגן אנדערע עירליינס. דאס - זאגט די יוניאן - האט צוגעפירט צו אזא לענדסלייד געווינס פאר די "יא" זייט.


נאו פיקטשער טודעי...
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא פאסאדזשירן נוצן עמערדזשענסי גליטשער צו פארלאזן פליגער
פליגער וואס האט נארוואס געלאנדעט פון מעקסיקא לאזט ארויס א רויעך

א A321 פלי-געצייג האט ווארשיינליך נישט באמערקט די שטרענגע No Smoking סיינס אויפגעהאנגען איבעראל אינערהאלב איר פיוזעלאזש, ווייל ביים אנקומען צום געיט אין סיאטעל, וואשינגטאן, האט די "נאז" פונעם פליגער ארויסגעגעבן א רויעך!
די פאסאדזשירן וואס האבן זיך נארוואס אומגעקערט פון די בארטענעס אין קענקון, זענען דערשראקן געווארן ביים באמערקן די חרון אף פונעם פליגער וואס האט מקיים געווען דעם עלה עשן באפו, און זיי האבן זיך ספאנטאן א לאז געטאהן צו די עמערדזשענסי גליטשערס פון די פליגערס כדי צו פארלאזן דאס פלאץ עסעפ!
די דזשעט ברידזש איז שוין אויך געווען קאנעקטעד, און דער עולם האט זיך באנוצט מיט ביידע מיטלען כדי צו עוועקואירן ווי שנעלער.
די רויעך האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א תוצאה פון א ווייער וואס איז אריינגעפלאגט געווארן אינעם פליגער.

איך האב מורא אז רויך+סיאטעל ווערט די נייע טרענד...
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קאטאר עירוועיס פליגער מיט שווערע טורבולענס
קעניא לייקנט מכלומר'שטע פאלשע סאושעל מידיע אינפארמאציע

אומגעווענליכע געשפרעכן האבן זיך געפירט ארום א אינצדענט פאריגן פרייטאג, ווען בילדער אויף סאושעל מידיע האבן געצייגט א כאאטישע סצענע אויף א קאטאר עירוועיס A330, נאך וואס ס'האט זיך אנגעבליך באגעגנט מיט שווערע טורבולענס העכערן לאנד סאמאליע.
די פליגער - וואס איז געווען אויפן וועג פון Doha קיין טאנזאניע אין אפריקע - האט זיך געוואקלט היפש שלעכט שאפנדיג אומגעווענליך שווערע שאדנס ווי די בילדער צייגן.
אין א מאדנע סטעיטמענט האט קעניא'ס אוויאציע אגענטור שארף אפגעלייקנט די באריכטן אז די פליגער האט געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אין זייער לאנד. די פראבלעם איז נאר אז קיינער האט קיינמאל נישט באריכטעט אז קעניא איז גענוצט געווארן אלס א עמערדזשנסי לאנדונג בעל אכסניא! אדער האבן די אפריקאנער נישט געקענט גוט אפליינען א באריכט און פארשטאנען אז דארט שטייט אזוי, אדער זענען יא געווען אזעלכע באריכטן אינערהאלב קעניא, אבער מיר האבן נישט געהעריג קיין עקסעס צו זיי.

אזוי צו אזוי, זעהט אויס ווי די מצב אויפן פליגער איז געווען שרעקעדיג, ס'זעהט אויס ערגער ווי א געשעפט וואו ראיאטן האבן געפלינדערט (אבער בעסער ווי מיין צימער אין דארמיטארי אין די ישיבה יארן...). קיין געשעדיגטע זענען אבער נישט געווען.

אראפגעלאזטע מאסקעס, צובראכענע באלבס
Qatar damage 1.jpg
Qatar damage 1.jpg (146.12 KiB) געזען 2635 מאל
פקע איגרא
Qatar damage 2.jpg
Qatar damage 2.jpg (119.29 KiB) געזען 2635 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך גיי ציקאש פאר די באריכטן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

@רוממה איז א געהעריגע אור בעולם האוויאציע, שכח פארן האלטן די אשכול פריש!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:04 am
ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
וואס איז נעקסטע וואך אין א"י?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

איפה פייביש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:54 am
שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:04 am
ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
וואס איז נעקסטע וואך אין א"י?
התחלת הזמן?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:55 am
איפה פייביש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:54 am
שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:04 am
ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
וואס איז נעקסטע וואך אין א"י?
התחלת הזמן?
יא
עס איז ממש גאר שווער צו טרעפן יעצט א נארמאלע וועג קיין א"י.
***
דאס איז לכאורה די פליגער וואס פלען איט רייט גייט ניצן פאר זייער טשארטער
אטעטשמענטס
image.png
image.png (246.01 KiB) געזען 1581 מאל
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:27 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:55 am
איפה פייביש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:54 am
שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:04 am
ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
וואס איז נעקסטע וואך אין א"י?
התחלת הזמן?
יא
עס איז ממש גאר שווער צו טרעפן יעצט א נארמאלע וועג קיין א"י.
***
דאס איז לכאורה די פליגער וואס פלען איט רייט גייט ניצן פאר זייער טשארטער
א שלעכטע עראפלאן, די פירסט קלעס איז ניטאמאל ליי פלעט אינגאנצן נאר אביסל בעסער פון די היינטיגע פרימיום עקאנאמי
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

Yiddish Travel האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:21 pm
שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:27 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:55 am
איפה פייביש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:54 am
שלום חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:04 am
ברעיקינג: איך הער אז פלען איט רייט מאכט א טשארטער נעקסטע וואך פון jfk קיין א"י
וואס איז נעקסטע וואך אין א"י?
התחלת הזמן?
יא
עס איז ממש גאר שווער צו טרעפן יעצט א נארמאלע וועג קיין א"י.
***
דאס איז לכאורה די פליגער וואס פלען איט רייט גייט ניצן פאר זייער טשארטער
א שלעכטע עראפלאן, די פירסט קלעס איז ניטאמאל ליי פלעט אינגאנצן נאר אביסל בעסער פון די היינטיגע פרימיום עקאנאמי
חוץ פון דעם איז עס גאר א אלטע פליגער
קוקט אויב אז נאר דאס איז געווען עוועליבעיל
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ביטע אלעס ארום די פלייט קיין אר"י זייט ממשיך אינעם דעזיגנירטן אשכול מ'קען יעצט פארן קיין ארץ ישראל?

@אחראי ביטע אריבערפירן
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:38 pm
יונייטעד פליגער שטעקן אין בלאטע אין עדמאנטאן, קאנאדע
פאסאדזשירן זענען געפירט געווארן מיט באסעס צום טערמינאל

זעהט אויס אז היינט איז קאנאדע'ס טאג פאר עמערדזשענסיס...
א יונייטעד A320 פון דענווער האט געלאנדעט בשלום אין עדמאנטאן, אבער אויפן וועג צום געיט האט די rear-right סעט פון רעדער מנקר געווען באשפה, כאפנדיג א לענגערע טינק אין די מאראסטיגע ערד.
די עירפארט באאמטע זאגן, אז שווערע רעגנס אין די געגנט האבן פארבלאטעוועט די גראז ארום די ראנוועיס און טעקסיוועגן אינעם לופטהאפן, און ווען די פילאטן האבן בטעות געדרייט דעם פליגער בלויז א קליין ביסל ברייטער ווי די דרך הממוצע, איז דאס גענוג געווען אריינצושטעקן די רעדער אינעם זומפ אן קיין גרינגע וועג ארויס.
נאכן ווארטן לכה"פ א דריי-פערטל שעה אין די זיצן (מסתם האבן די פילאטן געהאלטן אין איין דערמאנען אז מ'קען נאר עפענען די סיטבעלטס ווען מ'איז ביים געיט), זענען די פאסאדזשירן אפגעפירט געווארן מיט באסעס צום טערמינאל.
ס'איז נישט דא קיין אפיציעלע באריכטן איבער ווי לאנג ס'האט געדויערט די המוציא פליגער מן הארץ, אבער מיר שטעלן זיך פאר אז יעצט ווען מיר שרייבן איז עס שוין מסודר.

עמערדזשעסי רעאקציע ביים סצענע
Mud.jpg
עס האט נישט געקענקט אראפריקען דעם טראטל ביז אינטן און אוועק רייסן פון דארט?
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שאקינג: פיר פלייט אטענדענטס אנגעקלאגט פארן שמוגלען קעש פארדינט פון דראגס
זיי האבן גענוצט זייער ספעציעלע סטאטוס צו פארדעקן זייערע טאהטן

די יו. עס. אטוירני פון סאוטערן ניו יארק האט דורכאויס די לעצטע צוויי טעג אריינגעטראגן קלאגעס קעגן 4 געוועזענע פלייט אטענדענטס וואס האבן אויסגענוצט זייערע פריווליגיעס צו שמוגעלען געלט פארדינט דורך דראג סעילס אין אמעריקע צו די דאמיניקן רעפאבליק, דורך JFK עירפארט.
די שמוגלערייען האבן אנגעהאלטן פון 2015 ביז לכה"פ 2019 ווען די איסטאנצן זענען געקומען אויף די שפורן פון די שמוגלער דורך אן אנאנימער אינפארמאנט, און געלאזט א ברייטע אויספארשונג אויף די קעיס אין גאנג. די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט איז געווען טיף פארמישט אין די אויספארשונג, נעמענדיג אן אקטיווע טייל דורך זייער אינוועסטיגעישנס דיוויזיע.
פעדעראלע פראסעקיוטער Damian Williams זאגט אז בסך הכל האבן זיי דורכגעשמוגלט א געשאצטע 8 מיליאן דאללער! און ערהאלטן א פראצענט פון די געלט אלס באצאלט פאר זייער שמוציגע ארבעט. זיי האבן אביוזט די ספעציעלע KCM פראגראם (Known Crew Member) אין JFK עירפארט, וואס לאזט די פלי-מאנשאפט נוצן ספעציעלע לייכטע TSA און CBP סעקיורעטי ליניעס, וואו זיי ווערן אפטמאל בכלל נישט אונטערזוכט איידערן ארויפשטייגן אויפן פליגער, נאר געווענליך וועלן אגענטן מאכן רענדאם טשעקס אן קיין סדר.
די קלאגעס זענען אריינגעטראגן געווארן צוטיילט אין צווייען. איין סעט פארברעכער Sarah Valerio Pujols (F,42)פון די בראנקס און Jarol Fabio, (M,35)פון מאנהעטן, זענען שוין געשטעלט געווארן פארן געריכט אום דינסטאג, ווידעראום די קעיס פון Emmanuel Torres (M,34)פון ברוקלין און Charlie Hernandez (M,42)פון וועסט ניו יארק, ניו דזשערסי, איז הערשט פרעזענטירט געווארן נעכטן מיטוואך.

די קעיס פון Fabio און Torres- ס'איז נישט פארהאן קיין אפיציעלע באשטעטיגונג פאר וועלכע עירליין די פיר באשולדיגטע האבן געארבעט, אבער די געריכט פאפירן ווייזן יא אז Fabio און Torres האבן אינאיינעם אנגעהויבן ארבעטן ביי איינע פון די גרויסע אמעריקאנע עירליינס אין 2015, און ס'איז שוין נאר פארבליבן פאר רעפארטערס די גרינגע זוך-אקציע פאר פאבליק און סאושעל מידיע אינפארמאציע אנליין, וואס האט אנטדעקט אז איינע פון זיי איז א דעלטא פלייט אטענדענט זייט 2015. אין די פרעסס ריליעס פון די פראסעקיוטער'ס אפיס שטייט אז די פיר האבן געארבעט פאר "פארשידענע לופטליניעס" (different airlines), דארף מען ווארטן געוואויער צו ווערן ווער די אנדערע איינס אדער צוויי עירליינס זענען.
די צוויי אויבערדערמאנטע האבן איטליכער דורכגעוואשן ארום 1.5 מיליאן דאללער און שטייען אויס קלאגעס וואס טראגן א מאקסימום פון 15 יאר אין תפיסה.

די קעיס פון Pujols און Hernandez- די צוויי עלטערע מער געשולטע פלייט אטענדענטס, האבן שוין אנגעהויבן די לעגיטימע עירליין ארבעט יארן פריער, אבער די קרימינאלע סייד דזשאב האבן זיי יא גענומען הערשט ארום די למספרם יארן 2014-2015. ענליך צו די סומעס פון די פאריגע צוויי, האט Pujols באוויזן אריבערצושווערצן 1.5 מיליאן, ווידער Hernandez שיינט צו זיין פון די טויגליכע בחורים, האט ער דורכגעפירט טראנזאקציעס פון 2.5 מיליאן דורכאויס די יארן.
די צוויי וועטעראן סטוארדס, זענען - ווי עס שיינט - געווען מער אויפגעסעט, דעריבער האבן זיי א עקסטערע קלאגע פון פירן א אומלעגאלע געלט טראנספער ביזנעס (כאילו א אומלעגאלע באנק), וואס לייגט צו די מעגליכקייט פון נאך 5 יאר אונטער גראטעס, לייגנדיג די מאקסימום סענטענס ביי צוויי-צענדליג יארן.
בנוסף לזה, האט Pujols א ספעציעלע קלאגע פון א "באלק" קעש שמוגלעריי צוליב דעם וואס אין 2019 האט מען געטראפן ביי איר אין טאשקע 60 אלפים קעש אויף איין מאל, (ס'האט נישט געהאלפן קיין געשרייען אז זי האט געוואונען די קרן חתנים ראפעל), און דאס איז א מעגליכע צוגאב פון 5 יאר אין חד גדיא.
ווי געזאגט, ווייסט מען נישט ביי וועלכע עירליין(ס) די צוויי זענען געווען איינגעשטעלט, אבער לויט די רוטס איז מסתבר אז מ'רעדט פון אמעריקען עירליינס אדער דזשעט בלו.

אלע אגענטורן פארמישט אין סקרינינג פראצעדורן זענען אלארמירט איבער דעם אינצידענט, טייל זענען שוין אינפארמירט געווארן א שטיק צייט פריער אלס precaution און ווייל מ'האט געדארפט זייער קאאפעראציע. ווי אויך זענען די באטראפענע עירליינס אינפארמירט דורך אפישעלס און טוען פולשטענדיג מיטשטיין מיט די מבצע. ס'איז צום ערווארטן אז פלייט אטענדענטס וועלן ליידן פון מער דורכדרינגליכע איבערזיכט אין ליכט פון די געשעענישן.


פרעסס ריליעס פון די יו. עס. אטוירני
פרעסס ריליעס פון די HSI

אילוסטראציע
Suitcase.jpg
Suitcase.jpg (263.17 KiB) געזען 1124 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום פרייטאג מאי 10, 2024 2:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די DOT וועט אריינקוקן אין די יונייטעד סעיפטי איבערזיכט פון די FAA
דאפלטע איבערזיכט וועט צילן יונייטעד און די FAA

די אינספעקטאר דזשענעראל האט געמאלדן, אז פון ענדע מאי וועלן זיך אינספעקטארס אריינזעצן אין די FAA אפיסעס, אריינצוגריבלען טיפער אין די יונייטעד סעיפטי פראצעדורן, און באטראכטן אויב די FAA טוט גענוג אין די קעיס.
די FAA האט איינגעפירט פארשטערקערטע איבערזיכט אויף יונייטעד'ס סעיפטי און מעינטענענס אפטיילונגען אינדערצייט וואס SFO אינצידענטן זענען געווען אין די טרענד. יעצט וויל די אינספעקטאר איבערקוקן די פראבלעמען, די אויספארשונג און די לעזונג.
אלס א טייל פון די איבערזיכט, פלאנען אינספעקטארס צו באזוכן די האבס פון יונייטעד אין SFO, שיקאגא און יוסטאן. איך ווייס נישט פארוואס נאר 3 פון יונייטעד'ס זיבן האבס ווערן געצילט דא.
אפיציעל איז די FAA א חלק פון די DOT, במילא איז די IG אין פאזיציע דורכצופירן איבערזיכטן אויף די אגענטור. אין ענגליש הייסט דאס Audit the Audit.

די אפציעלע דאקומענט
FAA1.jpg
FAA1.jpg (153.82 KiB) געזען 1082 מאל
FAA2.jpg
FAA2.jpg (15.69 KiB) געזען 1082 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ספיריט פלייט אטענדענט שפרינגט אריין אפצושטעלן קריגעריי
עראפלאן לאנדעט אן קיין אינצידענטן

פאריגן דינסטאג אוונט האט אויסגעבראכן א פויסט-געווארפאכץ צווישן צוויי פאסאדזשירן אויף א ספיריט עירליינס פליגער פון מוירטל ביעטש, סאוט קעראליינע קיין באסטאן, מעסעטשוסאטס.
ספיריט עירליינס האט זיך שוין לאנג ערווארבן דעם נאמען אלס די עירליין אויף וועמענס פליגערס פילע געפעכטן ברעכן אויס, סיי צווישן די מאנשאפט און קאסטומערס, ווי אויך ביי רייזנדע צווישן זיך.

עדות דערציילן אז די צוויי האבן געהאט עפעס א געפעכט צווישן זיך, אגאנצן וועג האט יעדע צד פרובירט צו געווינען מיטן שרייען העכער, שפעטער - שוין נאכן לאנדן אין באסטאן - איז עס אריבער צו היציגע אויסטויש וואו די ידים ידי עשיו זענען אריינגערופן געווארן פאר בעקאפ...
ביי איין הויכפונקט, האט א פלייט אטענדענט זיך אריינגעשטעלט צווישן האמער און נאגל, און געשטעלט א פליישיגע מויער צווישן די צוויי קריגערס. א ווידיאו פון די אינצידענט האט צירקולירט אויף סאציאלע מידיע, און די פלייט אטענדענט ווערט באצייכנט אלס "היראו"
די אינטערווענץ האט נישט גענצליך אפגעשטעלט די קריגעריי, אבער ס'האט געהאלפן אפקילן די שווערסטע אויפברויז. אויף א מאדנעם אופן האבן זיך ביידע פשוט בארואיגט, און די בעלי מחלוקה זענען פארסאפערטערהייט אריינגעפאלן אין זייער זיץ ביז די עראפלאן איז צוגעפארן צום געיט.
מעסעטשוסאטס פאליציי האבן אפגעווארט ביים טערמינאל, אבער ביידע זייטן האבן נישט געוואלט ברענגען קיין קלאגעס איינער אויפן צווייטן, ונפרדו לשלום.
קאמענטירער וויצלען זיך איבער די מאדנע פייטערס וואס האבן זיך סתם בארואיגט און נישט געזוכט קיין קלאגעס, זאגנדיג אז ווי עס שיינט האבן זיי געהערט די שמועה אז ס'איז נאכנישט געווען קיין פייט אויף א ספיריט פליגער יענעם טאג, האבן זיי פשוט וואלונטירט צו אויספירן די רוטינע איינפיר לבל יחסר המזג...

Spirit.jpg
Spirit.jpg (43.34 KiB) געזען 1054 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום פרייטאג מאי 10, 2024 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

נאך א ווהיסטל-בלאוער פון ספיריט עראוסיסטמעס קומט ארויס
דערציילט איבער אפטע סעיפטי פראבלעמען ביי די פעקטארי

אן ארבעטער וואס האט געארבעט פאר צוועלף יאר ביי ספיריט עראוסיסטמעס' פראבלעמאטישע פעקטארי אין קענסאס, האט זיך געלאזט הערן אין אן אינטערוויו מיט CBS.
ער דערציילט אז ער איז געווען געוואוינט צו טרעפן פון 50 ביז אזויפיל ווי 200(!) דיפעקטס, אין 737 פליגער-טיילן וואס זענען שוין געווען אנגעגרייט צו ווערן אפגעשיקט תיכף צו באואינג!
צוליב זיין ראלע אין אנטדעקן אפט פראבלעמען ווען זאכן זענען שוין געווען אויף די רעלסן צו ווערן ארויסגעשיקט פון די פלענט האט מען אים דארט צוגעקלעבט א שפעט-נאמען "Showstopper", ווי אויך האט ער געליטן נאך רדיפות פון די העכערע מענעדזשערס צוליבן זיין פארזיכטיג.
מ'דארף אנצייגן, אז דער מאן Santiago Paredes האט שוין דערציילט א ים מיט אינפארמאציע פאר לאיערס וואס האבן געברענגט א קלאגע אין נאמען פון ספיריט אינוועסטירער און שעירהאלדערס, דארט איז ער אנאנים באצייכנט געווארן אלס "Former Worker 1". יעצט איז ער אבער געגאנגען ווייטער מיטן גיין פאבליק און פארציילן זיין פערזענליכע געשיכטע אויף די נייעס סטאנציעס.
אז ער האט שוין יא א באקאנטשאפט מיט לאיערס, וואלט איך אים געראטן צו שרייבן א גוטן צוואה ASAP...
office.jpg
office.jpg (67.63 KiB) געזען 1026 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

רוממה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:48 am
נאך א ווהיסטל-בלאוער פון ספיריט עראוסיסטמעס קומט ארויס
דערציילט איבער אפטע סעיפטי פראבלעמען ביי די פעקטארי

אן ארבעטער וואס האט געארבעט פאר צוועלף יאר ביי ספיריט עראוסיסטמעס' פראבלעמאטישע פעקטארי אין קענסאס, האט זיך געלאזט הערן אין אן אינטערוויו מיט CBS.
ער דערציילט אז ער איז געווען געוואוינט צו טרעפן פון 50 ביז אזויפיל ווי 200(!) דיפעקטס, אין 737 פליגער-טיילן וואס זענען שוין געווען אנגעגרייט צו ווערן אפגעשיקט תיכף צו באואינג!
צוליב זיין ראלע אין אנטדעקן אפט פראבלעמען ווען זאכן זענען שוין געווען אויף די רעלסן צו ווערן ארויסגעשיקט פון די פלענט האט מען אים דארט צוגעקלעבט א שפעט-נאמען "Showstopper", ווי אויך האט ער געליטן נאך רדיפות פון די העכערע מענעדזשערס צוליבן זיין פארזיכטיג.
מ'דארף אנצייגן, אז דער מאן Santiago Paredes האט שוין דערציילט א ים מיט אינפארמאציע פאר לאיערס וואס האבן געברענגט א קלאגע אין נאמען פון ספיריט אינוועסטירער און שעירהאלדערס, דארט איז ער אנאנים באצייכנט געווארן אלס "Former Worker 1". יעצט איז ער אבער געגאנגען ווייטער מיטן גיין פאבליק און פארציילן זיין פערזענליכע געשיכטע אויף די נייעס סטאנציעס.
אז ער האט שוין יא א באקאנטשאפט מיט לאיערס, וואלט איך אים געראטן צו שרייבן א גוטן צוואה ASAP...

office.jpg
ווען איז די לוויה?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוגזה צווישן סאוטוועסט און יונייטעד פילאטן
צוליב FAA מסירה פון א דזשאמפסיעט פילאט

סאוטוועסט קאפיטאנען ברויזן אויף יונייטעד'ס, צוליב א פאל ווען א פרישע יונייטעד פילאט וואס האט געכאפט א היטש אויף א סאוטוועסט פליגער, האט גע'מסר'ט צו די FAA א טעות וואס די קא-פיילאט האט געמאכט ביים לאנדן.
די דזשאמפסיעט פילאט האט באמערקט ביים לאנדן, אז די פוירסט-אפיסער (וואס איז דעמאלטס געווען PIC) האט פארגעסן ארויסצולאזן די "פלעפס" אויף די ריכטיגע וועג, ער האט עס אויפגעמערקט אויפן פלאץ, און די פילאט האט זיך באדאנקט און עס פארראכטן.
ווי ס'שיינט האט דער נייע יונגל זיך געפילט מעכטיג, און געלאפן ווי א מאסערקעצי אויסזאגן די מנהל....
עטליכע טעג דערויף האט דער סאוטוועסט FO באקומען א קאלל פון די FAA צו אויסשמועסן די זאך, וויבאלד דער יונייטעד פילאט האט אריינגערופן די אינפאו ליין פון די FAA און דערציילט איבער די אינצידענט!
יעצט פירן סאוטוועסט פילאטן א קאמפיין אז מ'זאל נישט געבן מער פאר יונייטעד טרעמפערס די רעכט זיך מיטצוכאפן אין זייערע קאקפיטס, זיי שרייען האחד בא לגור וישפט שפוט?
די יוניאנס האבן זיך אריינגעמישט צו פארהאנדלען...
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:37 pm
רוגזה צווישן סאוטוועסט און יונייטעד פילאטן
צוליב FAA מסירה פון א דזשאמפסיעט פילאט

סאוטוועסט קאפיטאנען ברויזן אויף יונייטעד'ס, צוליב א פאל ווען א פרישע יונייטעד פילאט וואס האט געכאפט א היטש אויף א סאוטוועסט פליגער, האט גע'מסר'ט צו די FAA א טעות וואס די קא-פיילאט האט געמאכט ביים לאנדן.
די דזשאמפסיעט פילאט האט באמערקט ביים לאנדן, אז די פוירסט-אפיסער (וואס איז דעמאלטס געווען PIC) האט פארגעסן ארויסצולאזן די "פלעפס" אויף די ריכטיגע וועג, ער האט עס אויפגעמערקט אויפן פלאץ, און די פילאט האט זיך באדאנקט און עס פארראכטן.
ווי ס'שיינט האט דער נייע יונגל זיך געפילט מעכטיג, און געלאפן ווי א מאסערקעצי אויסזאגן די מנהל....
עטליכע טעג דערויף האט דער סאוטוועסט FO באקומען א קאלל פון די FAA צו אויסשמועסן די זאך, וויבאלד דער יונייטעד פילאט האט אריינגערופן די אינפאו ליין פון די FAA און דערציילט איבער די אינצידענט!
יעצט פירן סאוטוועסט פילאטן א קאמפיין אז מ'זאל נישט געבן מער פאר יונייטעד טרעמפערס די רעכט זיך מיטצוכאפן אין זייערע קאקפיטס, זיי שרייען האחד בא לגור וישפט שפוט?
די יוניאנס האבן זיך אריינגעמישט צו פארהאנדלען...
כדענק אז "אמאל" פלעגט זיין העשטעגס אין די תגובות
#מאסערקעצי - פלצתי
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

מאן קלאגט דעלטא איבער וואונדן צוליב צובראכענע ארעם-רעסט
פארלאנגט מיליאן דאללער אין קאמפענסאציעס

א מענטש פון קאליפארניע האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעלטא, איבער אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אין מאי 23' ווען ער איז געפארן פון קאליפארניע קיין סיאטעל.
ווי ער דערציילט האט ער שוין באמערקט ביים ארויפשטייגן אויפן פליגער, אז די armrest פון זיין אייל-זיץ האלט ביי חשבה להישבר, אבער ער האט נישט געקלערט ווי ווייט עס וועט גיין, אבער ווען ער האט זיך אנגעלאנט אויף עס ביים זיך איינבינדן מיט די סיעטבעלט, האט זיך די הענטל טאטאל מכניע געווען אונטער איר אונטערדריקער און אראפגעפאלן אויף דער ערד אינאיינעם מיט דעם פערזאן וואס האט זיך אויף איר סומך געווען.
די טראסקע האט גורם געווען א בראך אינעם ריפן ביין פונעם געפאלענעם, און אצינד קלאגט ער דעלטא פארן פארנאכלעסיגן ריפעירס וואס האבן געברענגט צו דעם
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 7:30 am
די IAG גרופע - וואס איז א parent קאמפאני פון עטליכע עירליינס - האט געסטראשעט פילאטן פון Aer Lingus, אז אויב וועלן זיי נישט צושטימען צו א געהעריגע פלאן אויף וועידזשעס, וועלן זיי נישט באקומען די נייע A321XLR פליגערוואס זענען אויף ארדער.
ווי מיר האבן שוין באריכטעט (ווער האט נאר געפרעגט פארוואס איך לייג העשטעגס?), איז Aer Lingus געווען איינע פון די קאנדיטאטן אויף וועמען מ'האט שפעקולירט אז זיי וועלן זיין די ערשטע באנוצער פון דעם פליגער-סארט. אבער מיט די נייע סטראשע אויפן טיש וועלן די נייע פליגערס מעגליך גיין צו אנדערע עירליינס וואס די גרופע באזיצט, א שטייגער ווי בריטיש אדער אייבעריע - און די Aer Lingus פילאטן וועלן בלייבן באשטראפט מיט עלטערע פליגערס.
איך ווייס נישט פארוואס די נייעס'ל האט מיך געמאכט שמייכלען... אפשר ווייל איך האב ביי דיפאלט א שנאה צו די יוניאנס...

די IAG גרופע האט באשטעטיגט אז די פריוויליגיע פון זיין די ערשטע A321XLR קעריער ווערט טאקע אוועקגענומען פון Aer Lingus און די עהרע וועט גיין לרעותה הטובה ממנה...
ווי זיי זאגן יעצט וועלן די ערשטע XLRס גיין צו די ספרד'ישע Iberia וואס איז אויך אונטער IAG אייגנטומערשאפט.
גראדע איז די FAA באזארגט איבער די דיזיין פון די נייע וועריאנט'ס fuel טאנק, במילא איז מעגליך אז ס'וועט נאך דויערן א וויילע ביז ס'וועט אפראווד ווערן פאר פלייטס אין די פאראייניגטע שטאטן.

A321XLR-Airbus-arrival-before-Paris-Air-Show-2023_AI-EVE-2648-00-17-09-1024x683.jpg
A321XLR-Airbus-arrival-before-Paris-Air-Show-2023_AI-EVE-2648-00-17-09-1024x683.jpg (83.01 KiB) געזען 330 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”