Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
א גרויסן שכח פאר דיינע באריכטן איך בעלעק מיך ממש יעדע איינציגסטע מאלרוממה האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 08, 2024 9:49 pmפעדעקס פליגער לאנדעט אויפן נאז נאך וואס פאדערשטע רעדער לאזן זיך נישט ארויס
פונקען פייער זענען געפלויגן, אבער קיין מענטשן זענען נישט געשעדיגט געווארן
א פעדעקס פליגער וואס האט אפגעליפערט סחורה קיין אינסטאנבול, טערקיי, האט נישט געוואלט ארויסגעבן אירע פאדערשטע רעדער פארן פובליק איידערן לאנדן, צווינגנדיג די פילאטן צו דערקלערן עמערדזשענסי און פארלאנגען אז פייער טראקס זאלן זיי אפווארטן ביים אנקומען קיין טערקיי.
די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו, און ס'צייגט ווי די פילאטן טוען מאנואווערירן אז די אימפאקט זאל זיין דאס מינימאלסטע מעגליך, האלטנדיג די נאז אין די לופטן דאס לענגסטע מעגליך בשעת'ן פארשטייטערן די ספיד נאכן אנרירן די ערד.
ווען חוטם וקרקע האבן זיך באגעגנט זענען געגאנגען פונקן פייער פון די באלאטעס (ענדליך האב איך שוין פארשטאנען די מיסטעריעזע ווארט "נאז-ביים-פלאם"), אבער ווי נאר ס'איז געווען מעגליך האבן ווארטנדע פייער טרעקלעך ארויסגעלאזט זייערע זאפאסן פון וואסער איינצושטילן די סיטואציע און קיין גרעסערע פייער האט טאקע נישט אויסגעבראכן.
די צוויי פילאטן זענען ארויס אומבאשעדיגט.
אין אנדערע נייעס זעהט עמעזאן אן אויפשטייג צווישן טערקישע קאסטומערס וואס פארלאנגען ריפאנדס ווייל די באקס אין וואס ס'איז געשיפט געווארן איז געווען נאס...
די לאנדונג און די פונקן (ס'א סניפ פון די ווידיאו). מערקט די ווארטנדע עמערדזשענסי וויהיקלס אין די הונטערגרונד
Fedex.jpg
אפשר איז שייך צו ברעגען די ווידאו?
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)