נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:07 pm
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:28 am
דערמאנונג: אין די היינטיגע עפאכע ווען געז איז נישט קיין ביליגע ארטיקל, איז נאך פארבליבן איין סארט געזאלין וואס איז גענצליך אומזינסט! די לייק קנעפל!

ס'קאסט אייך נישט קיין געלט , א טראפקעלע צייט, און גיסט אריין געזאלין פארן שרייבער צו גיין ווייטער!
די עוורידזש לייק פער תגובה אין דעם אשכול איז געפאלן די לעצטע וואך-צוויי, טראצדעם וואס די views זענען אויף די זעלבע ראטע ווי בעפאר.
פליז לייק לייק נעווער ביפאר!
ס׳קאסט יא געלט. געבן א לייק ניצט דעטע. יו עס מאביל געבט עס נישט בחינם.😀
SkyTek האט נישט עפעס א סעלושען פאר דעם?
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

אמעריקען עירליינס איז ערווארטעט אנצוהייבן די רעטראפיט פון די 777 ביזנעס קלעס צו טוישן צו די נייע "פלעגשיפ" ביזנעס קלעס סוויטס אין די גאר נאנטע צוקונפט און עס איז ערווארטעט אז די ערשטע איבערגעמאכטע 777 וועט שוין זיין אין דינסט אנהייב סעפטעמבער
אטעטשמענטס
די נייע סוויטס.jpg
די נייע סוויטס.jpg (139.15 KiB) געזען 1922 מאל
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:28 am
דערמאנונג: אין די היינטיגע עפאכע ווען געז איז נישט קיין ביליגע ארטיקל, איז נאך פארבליבן איין סארט געזאלין וואס איז גענצליך אומזינסט! די לייק קנעפל!

ס'קאסט אייך נישט קיין געלט , א טראפקעלע צייט, און גיסט אריין געזאלין פארן שרייבער צו גיין ווייטער!
די עוורידזש לייק פער תגובה אין דעם אשכול איז געפאלן די לעצטע וואך-צוויי, טראצדעם וואס די views זענען אויף די זעלבע ראטע ווי בעפאר.
פליז לייק לייק נעווער ביפאר!
די לייק באטן דארף ווען זיין אונטן פון די תגובה, אזוי אז נאכן ליינען די תגובה זאל מען גראד קענען לייקן, און נישט דארפן צירוק ארויפגיין צו די טאפ פון די תגובה צו לייקן.

למשל דא.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:10 am
די CEO פון אמעריקען עירליינס האט פארדאמט די אינצידענט וואו פלייט אטענדענטס האבן גענומען שריט אראפצושיקן 8 מיטגלידער פון די שווארץ פאמיליע באזירט בלויז אויף אויסקוק. אין א אינטערנעל מעמא האט ער אריינגעשניטן אין די ארבעטערס מיט די שארפסטע ווארענונגען אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן.

אמעריקען עירליינס האט געגעבן אומזינסטע וואקאציע פאר א אומפאבליצירטע צאל ארבעטער וואס זענען געווען פארמישט אין די אינצידענט וואו ס'זענען אראפגעשיקט געווארן 8 פאסאנדזשירן פון די בייגעלייגטע קאליר

Black.jpg
Black.jpg (81.66 KiB) געזען 1693 מאל
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

זעלטן קלארע בילד.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 8:54 am
רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:10 am
די CEO פון אמעריקען עירליינס האט פארדאמט די אינצידענט וואו פלייט אטענדענטס האבן גענומען שריט אראפצושיקן 8 מיטגלידער פון די שווארץ פאמיליע באזירט בלויז אויף אויסקוק. אין א אינטערנעל מעמא האט ער אריינגעשניטן אין די ארבעטערס מיט די שארפסטע ווארענונגען אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן.

אמעריקען עירליינס האט געגעבן אומזינסטע וואקאציע פאר א אומפאבליצירטע צאל ארבעטער וואס זענען געווען פארמישט אין די אינצידענט וואו ס'זענען אראפגעשיקט געווארן 8 פאסאנדזשירן פון די בייגעלייגטע קאליר

Black.jpg
אומזינסטע ??? = אומבאצאלטע איי געסס
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

Borrower האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 10:11 am

אומזינסט פאר די עירליין...
מיין ראש ישיבה פלעגט זאגן אז אין חושן משפט איז נישט דא אזא זאך קולא'ס און חומרא'ס, ווייל אייביג ביסטו מחמיר פאר איין צד און מקיל פאר די אנדערע. סאו אומזינסט קען גיין ביידע וועגן...
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

סאוטוועסט פליגער פארט זייער נידריג איידערן לאנדן
ס'טויג נישט פאר די סאוטוועסט רעפוטאציע

די FAA פארשט א ערנסטע אינצידענט וואו א סאוטוועסט פליגער איז געפארן גאר נידריג העכער א שטעטל אין Oklahoma איידער לאנדן אין Oklahoma City.
ס'האט זיך אפגעשפילט דעם מיטוואך ווען פלייט 4069 פון לאס וועגאס איז געפלויגן העכער Yukon, Oklahoma, גאנצע 9 מייל ווייט פון די לאנדונג פונקט אין OKC עירפארט. די פליגער איז געקומען אזוי נידריג ווי 525 פיס העכער די ערד, טריגערנדיג די סיסטעמס צו ארויסשפייען א "low altitude alert" סיי אין די קאקפיט און אויך ביי די ATC. די טרעפיק קאנטראלער איז נערוועז געווארן, און זיך געוואנדן צום פילאט פרעגנדיג "You good out there?", די ריספאנס אומקלאר אויף די רעקארדירונג. די קאנטראלער האט אנגעוויזן פארן פילאט זיך צו הייבן ביז 3,000 פיס, א altitude וואס איז פאסיג ווען מ'איז נאך אזוי ווייט פון די עירפארט, און עווענטועל האט די פליגער געלאנדעט אן קיין פראבלעמען.
די געשיכטע איז אין קיין שום מעכאנישע וועג פארבינדן מיט די געשיכטע פארעפנטליכט די וואך, איבער א סאוטוועסט פליגער וואס איז פלוצלינג געפאלן ביז 400 פיס נאנט צום וואסער, אבער אין די וועלט פון PR איז עס שוין איינמאל פארבינדן, און סאוטוועסט ליידט פון נעגאטיוועטיט איבער די אלע אינצידענטן.

SW..jpeg
SW..jpeg (90.8 KiB) געזען 1537 מאל
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

ליין, האב הנאה, געב א לייק, און שרייב א קאמענט:
viewtopic.php?p=5180920#p5180920
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

Yiddish Travel האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 1:50 pm
ליין, האב הנאה, געב א לייק, און שרייב א קאמענט:
viewtopic.php?p=5180920#p5180920
viewtopic.php?p=5180920#p5180920
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:31 am
סאוטוועסט פליגער פארט זייער נידריג איידערן לאנדן
ס'טויג נישט פאר די סאוטוועסט רעפוטאציע

די FAA פארשט א ערנסטע אינצידענט וואו א סאוטוועסט פליגער איז געפארן גאר נידריג העכער א שטעטל אין Oklahoma איידער לאנדן אין Oklahoma City.
ס'האט זיך אפגעשפילט דעם מיטוואך ווען פלייט 4069 פון לאס וועגאס איז געפלויגן העכער Yukon, Oklahoma, גאנצע 9 מייל ווייט פון די לאנדונג פונקט אין OKC עירפארט. די פליגער איז געקומען אזוי נידריג ווי 525 פיס העכער די ערד, טריגערנדיג די סיסטעמס צו ארויסשפייען א "low altitude alert" סיי אין די קאקפיט און אויך ביי די ATC. די טרעפיק קאנטראלער איז נערוועז געווארן, און זיך געוואנדן צום פילאט פרעגנדיג "You good out there?", די ריספאנס אומקלאר אויף די רעקארדירונג. די קאנטראלער האט אנגעוויזן פארן פילאט זיך צו הייבן ביז 3,000 פיס, א altitude וואס איז פאסיג ווען מ'איז נאך אזוי ווייט פון די עירפארט, און עווענטועל האט די פליגער געלאנדעט אן קיין פראבלעמען.
די געשיכטע איז אין קיין שום מעכאנישע וועג פארבינדן מיט די געשיכטע פארעפנטליכט די וואך, איבער א סאוטוועסט פליגער וואס איז פלוצלינג געפאלן ביז 400 פיס נאנט צום וואסער, אבער אין די וועלט פון PR איז עס שוין איינמאל פארבינדן, און סאוטוועסט ליידט פון נעגאטיוועטיט איבער די אלע אינצידענטן.

SW..jpeg
העלפט אויך ישט פאר באאוניג, ביידע פעלער א 737 8
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נישט קיין מעקס.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 8:47 am

די Oklahoma אינצידענט איז כמעט זיכער געווען א פילאט ערראר, ס'איז נישט געווען קיין "דראפ" נאר א הערליכע decend
אבער ס'איז דא די Dutch roll אינצידענט וואס איז נישט געווען באריכטעט דא אויפן וועלטל
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 872 מאל
א פרייליכן זונטאג טייערע אידן! (איי ס'שוין מאנטאג, אבער נעכטן איז געווען אלטערנעט סייט סוספענדירט, ממילא איז עס געווען אביסל off schedule) לאמיר געבן א שטיקל סך הכל פון די וויקענד אוויאציע נייעס, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן.

לאמיר אנהייבן מיט א קורצע מעשה.
געווען אמאל א איד, ער האט געליינט דעם זונטאג סך הכל און שטארק הנאה געהאט. ביינאכט האט ער דערציילט אין שטוב אז ער האט היינט געליינט די געשמאקע אוויאציע נייעס, געט אים די ב"ב אזא אומשולדיגע פרעג "זאג נאר, האסט געלאזט א לייק אויף דעם ארטיקל?"געט ער זיך א כאפ ביים קאפ אז ער האט פארגעסן צו לייקן!! שומו שמים!! וואס טוט ער דא?! ס'איז איינס דריי און פערציג אויפדערנאכט און קיין לייק האט ער נישט געגעבן היינט!
האט ער זיך געדארפט איבערטוהן דעם אויבערראק, צוריקלויפן אין אפיס ווי פרעה מיט א רעקל, טאנצן אפאר מאל צוליב די ראטן וואס ער האט באגעגנט אויפן וועג, אלעס נאר כדי צו דרוקן דעם לייק קנעפל!!
פרעג איך אייך, ווילט איר זיין ווי אים? זייטס נישט קיין צועק לשעבר!! דרוקטס "שוין" דעם לייק קנעפל און פארשפארט זיך די אלע עגמת נפש!!
(ס'איז א הונדערט פראצענטיג עכטע מעשה, מיט א מינדערוויכטיגע פרט געטוישט. ער האט פארגעסן אויסצופלאגן א heater פון זיין אפיס, נישט לייקן די תגובה)

אמעריקאנע נייעס

צום ערשט אביסל באואינג נייעס.
היינט איז אריינגעקומען ברעיקינג באריכטן, אז פעדעראלע פראסעקיוטער שטופן די DOJ יא אנצוקלאגן די באואינג קאמפאני קרימינאלפארן ברעכן זייער אפמאך מיט די דעפארטמענט אויף די א.ג. deferred prosecution agreement. דאס קומט נאך וואס די באואינג CEO דוד קאלהאן איז ערשינען פאריגע וואך פאר געזעץ-געבערוואו מ'האט אים אויסגעבראטן במסריקות של ברזל אויף אלע דורכפעלער אונטער זיין פירערשאפט.
ווי מיר ווייסן שוין, איז די יעצטיגע CEO די פאסיגע שעיר לעזאזל, ווייל ער איז סייווי פענדינג א רעזיגנאציע ביים ענדע פון די יארווען ער וועט זיך פאקן פעק און ארויסציען פון באואינג. באריכטן געבן אן אז רוב פון זיינע זאכן ליגן שוין סייווי אין גראסערי באקסעס די לעצטע פאר טעג...
באואינג ווייסט גראדע נאכנישט ווער די נעקסטע CEO וועט זיין, עטליכע פארשלאגן זענען ארויף און אראפ פון טיש, אבער קיין קלארע געווינער איז נאכנישט דא. די זיץ איז נאך אפן, דו קענסט נאך זיין די נעקסטע CEO! גיי נאר צו די ICA קלאסן און דו וועסט קענען אלעס בלא בלא בלא...
-
אביסל באזארגנדע שמועות הערט מען ארויס פון די באואינג פעקטאריס, אז מ'רוקט דארט ארום ארבעטערס פון איין אפטיילונג צום צווייטן, כדי צו קענען נאכיאגן דעליוועריס. לויט ווי אינעווייניגסטע קוועלער זאגן, שטעלט מען אפילו אינדזשענירן צו טוהן די ארבעט פון פלאר ארבעטערס! ס'איז נישט קיין עבירה, ווייל די אינדזשנירן זענען גוט-קוואליפיצירט צו טוהן די ארבעט וואס זיי האבן אליינס פארגעשריבן, אבער דאס הערט זיך אביסל בנוסח הישן פון באואינג פון וועלכע זיי דארפן צו האלטן אינמיטן פטור ווערן.
-
די געשפרעכן אפצוקויפן Spirit AeroSystems גייען נישט אזוי גוט ווי געפלאנט, אבער ביידע זייטן האפן נאך צו אויסזעגן א גוטן דיעל בקרוב.

יעצט גיימער צו די געווענליכע עירליין\עירפארט נייעס
אמעריקען עירליינס ארבעטער זענען זיך נישט דורכגעקומען אין די לעצטיגע רונדע געשפרעכןפאריגן פרייטאג. אויב ווערט עס טאקע דערקלערט א דורכפאל, וועלן זיי קענען פאררופן א סטרייק 30 טעג דערויף.
---
אמעריקען עירליינס האט אפגעשטעלט דאס אויפנעמען פרישע פילאטןפאר ביז די ענדע פון 2024. זיי זאגן אז זיי מוטשענען זיך שוין גענוג מיט די יעצטיגע און זוכן נישט קיין צרות פון נאך סטרייקערס. על הראשונים אנו מצטערים ואתה בא להוסיף עליהם...
דאס איז נאר בדרך הלצה, פארשטייט זיך אז קיין איין עירליין וועט נישט אפשטעלן hiring צוליב סטרייקס, נאר די עירליין איז זייער אפעקטירט פון דעליווערי פארשפעטיגונגען און זיי דארפן נישט אזויפיל פילאטן. אויך האבן זיי געטוישט פארשידענע רוט אויסשטעלונגען אנהייב יאר און ס'האט געשניטן טייל פון די געברויך.
---
אמעריקען עירליינס וועט באנייען רוטס צווישן לאגווארדיע און 4 עירפארטסאנגעהויבן פון קומענדיגן נאוועמבער. די רוטס נעמען אריין צוויי טעגליכע פלייטס קיין ארלאנדא (MCO) און נאך צוויי ראונד-טריפס קיין פאלם ביעטש (PBI). אמעריקען אפפערט שוין נישט קיין רוטס פון LGA צו די צוויי דעסטינאציעס זייט 20' און 21' respectively.
---
נאך איין אמעריקען עירליינס נייעס פאר היינט.
פאריגן פרייטאג פארטאגס האט א גארביטש טרעקל בטעות אריינגעריבן אינעם פליגל פון א AA פליגער(באואינג? כי כי כי) אין א עירפארט אין נארט קאראליינע. רוב פונעם טרעקל האט זיך גערוקט ווייטער אבער איין שטיקל פ"ח נשבר איז געבליבן הענגען, שאפנדיג א מאדנע בילד פון וועלכע די אנוועזנדע האבן שטארק הנאה געהאט (אויסער די פאסאנדזשירן וואס האבן געליטן א 6 שעה'יגע דילעי פארשטייט זיך).
בילד אין ספוילער.
◄ ווייז ספוילער
שיירי אשפה.jpg
שיירי אשפה.jpg (114.57 KiB) געזען 872 מאל
---
אלאסקע עירליינס איז -זעהט זיך אויס - מער טויגליך ווי אמעריקען. זיי האבן יא אויסגעארבעט אן אגרימענטמיט זייערע ארבעטער, פארמיידנדיג די מעגליכקייט פון א סטרייק.
---
אין אנדערע אלאסקע נייעס, האבן זיי אריינגעמופט אין די ניי-איבערגעבויטע טערמינאל 1 אין סאן פראנציסקא SFO(וואס מישטעך אין פאליטיק?), די נייע טערמינאל איז גאר מאדערן און פארגעשריטן, צווישן אנדערס איז דא דארט א אויטאמאטישע בעג-דראפ סיסטעם אין וועלכע מ'דארף נישט רעדן צו קיין שום איינגעשטעלטע איידער boaridng אפילו אויב מ'האט פעקלעך אריינצוטשעקן!
די עירליין - וועלכע איז נישט אזוי באקאנט פאר אונז מזרח-וואנט אידן - האט יא א גאר שטארקע אנוועזנהייט אין די מערב-ברעג. מיט האבס אין סיאטעל, סאן פראנציסקא, לאס אנדזשעלעס, פארטלענד און ענקארעדזש שבאלאסקע. (ווען @בריטי 2.0 שמועסט ווען אויך אויס די אלאסקע עירליינס האבס אין זיין רייכע ארטיקל , וואלט ער מיר ווען געשפארט א וויקיפידיע סוירטש...)
---
יונייטעד עירליינס האט פשוט נישט געקענט ביישטיין די זונטאג'דיגע שטיקיגע + רעגנדיגע וועטער, און האבן געדארפט לייגן א פולע גראונד-סטאפאויף אלע אירע פליגערס אין ניוארק פאר עטליכע שטונדן. ס'האט אנגעבראכט 230 פארשפעטיגונגען און א אסטראנאמישע 40 קענסעלעישנס! טויזנטער פאסאנדזשירן זענען אפעקטירט געווארן, א טייל האט מען אפגעשיקט קיין לאגווארדיע פאר אלטערנאטיווע פליייטס.
שטעלט זיך ארויס אז יונייטעד איז א פלעינע שמויגער פונקט ווי מיך! זיי קענען נישט פונקציאנירן געהעריג ווען ס'איז humid אינדרויסן...
---
עיר פראנס האט געשניטן דעם עירוב פאר א נייע 12,000 סקווער-פיסיגע lounge אין לאס אנדזשעלעס LAX!די שטח איז אויסגעשטעלט אריינצונעמען 172 קאסטומערס גרינגערהייט, און ס'האט אלע מאדערנסטע איינריכטונגען פאר א פארגעשריטענע lounge, אריינגערעכנט א פריוואטע Spa באהאנדלונג פאר די חשוב'ע געסט.
באזונדער האט עס שטילע צימערלעך רעזערווירט נאר פאר די העכסט-ראנגיגע Flying Blue Ultimate מעמבערס, און פארשטייט זיך א גרויסן שיעור בהלכות אכילה, אינקלודינג פיקעל קעטשאפ מאסטערד חריין (קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג), און א רייכע אויסוואל פון פראנצויזישע וויין (דארף מען רעדן מיט די חברה זיך צו באקענען מיט רעב אמיקאל דארטן...)
---
TSA אגענטן אין פילאדעלפיע עירפארט האבן פארהאלטן אן ארבעטערוואס איז אויפגענומען געווארן דורך א קאנטראקט פאר אן עירליין, ווען ער האט פרובירט דורכצוגיין די טשעקפוינטוואס איז געאייגנט פאר לופטפעלד איינגעשטעלטע ,מיט א 9mm נישט-ל"ג-בוימער-שיסער צווישן זיינע חפצים. די געווער איז געווען אנגעלאדנט מיט 10 בולעטס.
דער באטרעפנדער איז ארעסטירט געווארן און האט תיכף פארלוירן זיין ספעציעלע ID וואס געט אים די מעגליכקייט ווייטער צו ארבעטן אין עירפארט. ווי אויך שטייט ער אויס א פעדעראלע שטראף פון טויזנטע דאללארן פארן פארלעצן זיינע פארפליכטיגונגען אונטער די סעיפטי clearance וואס ער האט ערהאלטן אלס עירפארט ארבעטער.

די וועלטליכע נייעס וועט בעז"ה נאכקומען. מיש ארויף דעם בלאט צו געבן א לייק, ארויסצואווייזן א דאנק אויף צוריק און געבן גאזאלין אויף פאראויס.

איך וויל מיך באדאנקן אויף אלע אידן וואס האבן זיך אנגערופן ווארים צום אפיעל און געגאסן לייקס בשפע. יעדעס מאל איך האב אריינגעסיינט האב איך געהאט צענדליגע נאטיפיקאציעס דורך ניקס וואס האבן פשוט דורכגעמישט די פאריגע בלעטער און משלים געווען אפצולייקענען אלע תגובות וואס זיי האבן פארפאסט צו מקריב זיין בזמנו! ס'איז געווען א שטארקע חיזוק!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

איך לייק פארן ליינען. אזוי דארף מען נישט צוריק סקראולן.

זאג פאר באואיג אז איך קען באשטיין צו הערן דעם אנבאט אלץ CEO. איך האב ב״ה די קוואליפיקאציעס צו מאכן סדר דארטן.

איך וואלט געריקט דעם הויפטקוואטיר נעבן קרית יואל, און צוגעשטעלט אסאך דשאבס פאר היימישע אינגעלייט.
מיט א אפטיילונג פאר עלטערע בחורים.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:57 pm

כ'קען איבערנעמען די פאון ביזנעס? (ס'האט א שטארקע פאטענציאל...)
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:59 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:57 pm
איך לייק פארן ליינען. אזוי דארף מען נישט צוריק סקראולן.

זאג פאר באואיג אז איך קען באשטיין צו הערן דעם אנבאט אלץ CEO. איך האב ב״ה די קוואליפיקאציעס צו מאכן סדר דארטן.

איך וואלט געריקט דעם הויפטקוואטיר נעבן קרית יואל, און צוגעשטעלט אסאך דשאבס פאר היימישע אינגעלייט.
מיט א אפטיילונג פאר עלטערע בחורים.
כ'קען איבערנעמען די פאון ביזנעס? (ס'האט א שטארקע פאטענציאל...)
די איינציגסטע קוואליפיקאציע וואס @ער האט צו זיין די CEO, איז צו צושטעלן א גוטע פאון סיסטעם פאר באואינג. אז דו נעמסט עס אוועק בלייבט ער מיט גארנישט....
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Author: @בריטיש עירוועיס

Time to read: 46 seconds

בילד

א קאריען איר פלייט אויף די וועג פון דרום קאריע קיין טייוואן האט דער פארלאפענעם שבת זיך צוריק געקערט קיין קאריע נאך וואס די פליגער האט געטראסקעט א 25 טויזענט פיס און א משך פון 5 מינוט.

די פליגער איז געווען א 737 מעקס 8.

די פליגער האט עווענטעל געלאדענט זיכערהייט טראץ די שמיציגע באלאנען וואס דער שכן האט נישט ווי צוהאלטען. מצפון תפתח הרע.

די פליגער האט זיך געהויבען 4:45 ארטיגע זייגער, מיט נעמענדיג מיט זיך 125 מחללי שבתות. 13 פארשוינען זענען געווארען אפגעפירט און שפיטאל פאר אינטערזיכונג אבער זענען אווענטעל געווארן ארויסגעלאזט.

ריקידיגע בילדער פון די סענציע ווייזען די אקעסעדיזשען מאסקס הענגען פון די דראפ סילינג. בלייבט נאר איבער צו וויסען אויב יענע מאסקעס טוט מען אן אויף אדער אינטער די טעגעגליכע מאסקעס וואס זענען די יארן שטארק פארשפרייט און מזרח אזיא.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:59 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:57 pm
איך לייק פארן ליינען. אזוי דארף מען נישט צוריק סקראולן.

זאג פאר באואיג אז איך קען באשטיין צו הערן דעם אנבאט אלץ CEO. איך האב ב״ה די קוואליפיקאציעס צו מאכן סדר דארטן.

איך וואלט געריקט דעם הויפטקוואטיר נעבן קרית יואל, און צוגעשטעלט אסאך דשאבס פאר היימישע אינגעלייט.
מיט א אפטיילונג פאר עלטערע בחורים.
כ'קען איבערנעמען די פאון ביזנעס? (ס'האט א שטארקע פאטענציאל...)
קודם קום דשוינען די סקייטעק טיעם.
אפילו איך זאל נעמען א CEO פאזיציע אין באואינג, וועל איך נישט לאזן סקייטעק טעלעקאם סתם פליען מיטן ווינט. עס זענען דא קאסאטומערס וואס רילייען דערויף. סקייטעק סערוויסעס איז יוניקלי קרעפטעט פאר די בענעפיט פונעם קאסטומער און די קאסטומער׳ס ביזנעס. ס׳איז נישטא נאך א פירמע וואס פירט עס אויף דעם יוניק מהלך. כ׳וויל עס זאל ווייטער מצליח זיין.

די איך האב ליב די הייליגע יום טוב קינדער אלבום׳ס איז אויך יוניק און עס ליגט אויפן שעלף ב״ה.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:15 am
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:59 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:57 pm
איך לייק פארן ליינען. אזוי דארף מען נישט צוריק סקראולן.

זאג פאר באואיג אז איך קען באשטיין צו הערן דעם אנבאט אלץ CEO. איך האב ב״ה די קוואליפיקאציעס צו מאכן סדר דארטן.

איך וואלט געריקט דעם הויפטקוואטיר נעבן קרית יואל, און צוגעשטעלט אסאך דשאבס פאר היימישע אינגעלייט.
מיט א אפטיילונג פאר עלטערע בחורים.
כ'קען איבערנעמען די פאון ביזנעס? (ס'האט א שטארקע פאטענציאל...)
קודם קום דשוינען די סקייטעק טיעם.
אפילו איך זאל נעמען א CEO פאזיציע אין באואינג, וועל איך נישט לאזן סקייטעק טעלעקאם סתם פליען מיטן ווינט. עס זענען דא קאסאטומערס וואס רילייען דערויף. סקייטעק סערוויסעס איז יוניקלי קרעפטעט פאר די בענעפיט פונעם קאסטומער און די קאסטומער׳ס ביזנעס. ס׳איז נישטא נאך א פירמע וואס פירט עס אויף דעם יוניק מהלך. כ׳וויל עס זאל ווייטער מצליח זיין.

די איך האב ליב די הייליגע יום טוב קינדער אלבום׳ס איז אויך יוניק און עס ליגט אויפן שעלף ב״ה.
נישט אויפן שעלף, אין אסאך אידישע הייזער ב"ה
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:20 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 2:15 am
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:59 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:57 pm
איך לייק פארן ליינען. אזוי דארף מען נישט צוריק סקראולן.

זאג פאר באואיג אז איך קען באשטיין צו הערן דעם אנבאט אלץ CEO. איך האב ב״ה די קוואליפיקאציעס צו מאכן סדר דארטן.

איך וואלט געריקט דעם הויפטקוואטיר נעבן קרית יואל, און צוגעשטעלט אסאך דשאבס פאר היימישע אינגעלייט.
מיט א אפטיילונג פאר עלטערע בחורים.
כ'קען איבערנעמען די פאון ביזנעס? (ס'האט א שטארקע פאטענציאל...)
קודם קום דשוינען די סקייטעק טיעם.
אפילו איך זאל נעמען א CEO פאזיציע אין באואינג, וועל איך נישט לאזן סקייטעק טעלעקאם סתם פליען מיטן ווינט. עס זענען דא קאסאטומערס וואס רילייען דערויף. סקייטעק סערוויסעס איז יוניקלי קרעפטעט פאר די בענעפיט פונעם קאסטומער און די קאסטומער׳ס ביזנעס. ס׳איז נישטא נאך א פירמע וואס פירט עס אויף דעם יוניק מהלך. כ׳וויל עס זאל ווייטער מצליח זיין.

די איך האב ליב די הייליגע יום טוב קינדער אלבום׳ס איז אויך יוניק און עס ליגט אויפן שעלף ב״ה.
נישט אויפן שעלף, אין אסאך אידישע הייזער ב"ה
יא, ב״ה. כ׳האב געמיינט צו זאגן אז ס׳איז נישט א פארגאנגענהייט און מ׳קען עס ווייטער קויפן. אפילו היינט וויל השי״ת איך זאל צושטעלן פאונס.

בינעך יעצט אין בודופעסט ערפארט. דערמאנט מיר פון די 1980 יארן אלץ קינד ווען מ׳פלעגט שפאצירן צום פליגער.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

בינעך אויף A321 Neo
ס׳איז דער פליגער וואס האט געמאכט באואינג פראדאצירן די 737 max
גיימער זעהן וויאזוי עס שפירט

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:51 am
בינעך אויף A321 Neo
ס׳איז דער פליגער וואס האט געמאכט באואינג פראדאצירן די 737 max
גיימער זעהן וויאזוי עס שפירט
דרך צלחה
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נעמוועלע שעלוועלע קעלבעלע מעלבעלע…
די זיץ קען זיך נישט ריקליינען… חוצפה!
איך ווייס ס׳איז נאר א קאנעקטינג פלייט קיין רוים, אבער פארט בינעך מיד!!

דערווייל איז דא א טאנדער סטארם, זיי האבן מורא פון בליצן. און מען ווארט איך זעה די גאס רעגן. טא פארוואס האט זיך נארוואס געהויבן א עיר פראנס פליגער? גראדע געווען א מחזה הוד ווי עס סאָקט אריין וואסער און שפייט עס אויס פון הינטן. א שאד כ׳האב עס נישט אפגעכאפט.
למעשה געבט די רעגן מער Thrust / שטויס קראפט פארן ענדשין?
אזוי ווי די ענגלישע העריער דשאמב דשעט (פייטער דשעט) וואס מ׳אינדשעקט וואסער צו געבן מער קראפט.
ווייסעך נישט צו דאס איז די זעלבע. ווארשיינליך נישט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”