Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער
1) כמעט אלע עירליין ארבעטער האבן געשטימט צו אויטאריזירן א יוניאן סטרייק אויב א רונדע פון געשפרעכן אין וועלכע מ'האלט אימיטן פאלט דורך. די עירליין זאגט אז זי נעמט שוין שריט אז מ'זאל נישט שפירן די אפפעקט אין פאל פון א סטרייק
2) א פלייט פון קענקאן צו שיקאגא האט געדארפט דיווערטן צו מעמפיס, טענעסי, ווייל טורבעלענס האט געשאקלט דעם פליגער און איינער האט געדארפט א שפיטאל ASAP
3) די עירליין טרעט נישט אראפ פון זייער פאליסי צו ערלויבן פלייט אטענדענטס צו טראגן pins פון די פאלעסטינע פאן, זאגנדיג אז זיי ערלויבן זייערע ארבעטערס צו ווייזן pride (שטאלץ) מיט סיי וואס זיי ווילן. עטליכע עירליינס אלוועלטליך האבן יא אדאפטירט לעצטנס - ווען די טעמע איז געווארן הייס - שטרענגערע פאליסיס איבער וואס זייערע ארבעטער מעגן צוטשעפענען צום יוניפארם, דעלטא און דזשעט בלו