נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:43 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:19 am
וואס איז די קליינע סטריעם פון רויעך וואס קומט פונעם מאטאר? ס׳איז געווען סיי אויפן ערד און סיי אינדערהייעך.
ס׳איז נישט א קעם-טרעיל (די ווייסע ליין וואס די עגזאסט פארמירט העכער 27 טויזנט פיס)

https://www.dropbox.com/scl/fi/fmenkg8d ... 65u2s&dl=0
פיול דאמפ ?
קוקט אויס ווי געז . ניין ?
-
אהה אויך אויף די ערד
פאני...

פינג באויאינג
א פיול דאמפ איז סך א גרעסערע סטריעם און עס קומט פון א אנדערע פלאץ אויף די פליגל. דאס איז לכאורה עפעס א עיראודיינעמיק עפעקט

יעצט זע איך אז עס איז אויך געווען אויף דער ערד ווי עס איז נישט דא קיין עיראודיינעמיקס.... ווייס איך נישט
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

איך גלייב איז דאס איז די אוטלעט פון די פרעשורייזער / עיר קאנדישאנינג סיסטעם, עס איז אבער שווער צו זאגן אויף זיכער, אויף די ווידעא פון @הרב יואל קליין קען מען נישט זעהן פון וואו פונקטליך עס קומט.
Clever code does not necessarily create clever Software

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:25 am
nodeJS האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 2:05 pm

עס קען אסאך מאל זיין אז וויבאלד עס איז געווען א דילעי בעפאר'ן ארויספארן, האט דער פליגער פארשפעטיגט זיין ערייוואל סלאט און האט געדארפט ווארטן פאר א געיט צו ווערן אוועילעבל. (ספעציעל אין T7, וואס האט דעפארטשערס און ערייוואלס אויף די זעלבע שטאק פון די געיט / עירברידזש.)
ביטע זיי בעסער מסביר די לעצטע שורה די ווערטער אין באלד.
זייער סימפל, געווענליך וועט די עירברידזש זיין קאנעקטעד צו צוויי שטאק, דעפארטשערס גייט פון איין שטאק, און ערייוואלס פון א צווייטע (דאמעסטיק ערייוועלס ווערן ארויסגעלאזט אויף די דעפארטשער שטאק).
אין טערמינאל 7 די ערייוואלס קומען ארויס אויף די זעלבע שטאק ווי דעפארטינג פלייטס, און פון דארט גייט מען אראפ צו ערייוואלס לעוועל, אין די צייט וואס א פלייט קומט אן ביז עס ווערט געקליערט, קענע אפי' אנדערע פלייטס נישט באורדן ווילאנג די ערייווינג פעסענדזשערס גייען אדורך (נוארק טערמינאל B אדער C איז אויך אזוי, דארט האבן זיי געהעריגע גלאזערנע מחיצות. וויאויך דוכציך אז בודאפעסט די אלטע טערמינאל איז אויך אזוי)
איך וועל פראבירן זעהן אויב איך קען טרעפן עפעס בילדער שפעטער

איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

אן עיר-יוראפ באואינג (יאפ, נעבעך) 787-9 פון מאדריד, שפאניע קיין מאנטיווידעא, אורוגוויי האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל צוליב שטארקע טורבעלענס.

די ווידיא וואס האט געמאכט אסאך איבערקוקן אויב זיי זעהן גוט איז געווען ווי מ'שלעפט איינעם אראפ פון די אווערהעד בין🙄

ס'זענען אויך געוועזן א שיין פאר פרומע אידן אויף דעם פלייט, צווישן זיי צוויי משגיחי כשרות.

געווען אסאך פארוואונדעטע אויף דעם פלייט.

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:07 pm

אין חדר פלעגט מען דאס טון פון די דאך..
אטעטשמענטס
Screenshot_20240701_171918_Plus.jpg
Screenshot_20240701_171918_Plus.jpg (131.11 KiB) געזען 1279 מאל
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:07 pm
אן עיר-יוראפ באואינג (יאפ, נעבעך) 787-9 פון מאדריד, שפאניע קיין מאנטיווידעא, אורוגוויי האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל צוליב שטארקע טורבעלענס.

די ווידיא וואס האט געמאכט אסאך איבערקוקן אויב זיי זעהן גוט איז געווען ווי מ'שלעפט איינעם אראפ פון די אווערהעד בין🙄

ס'זענען אויך געוועזן א שיין פאר פרומע אידן אויף דעם פלייט, צווישן זיי צוויי משגיחי כשרות.

געווען אסאך פארוואונדעטע אויף דעם פלייט.
JDN האט געשריבן:
דער רב פון בני ברק הגאון הגדול רבי שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, איז נעכטן ארויסגעפארן אויפן וועג קיין אורוגוואיי אין סאוט אמעריקע, צו געבן א הכשר אויף די שחיטה דארט וואס שטייט אונטער די השגחה פון רבני בני ברק.

אונטערוועגנס האט דער רב געמאכט א אפשטעל אין שטאט מאדריד אין שפאניע, און פון דארט פארגעזעצט מיט א פליגער קיין אורוגוואיי, צוליב א טעכנישע פראבלעם האט די פליגער געדארפט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל, און בשעת די לאנדונג האט די פליגער זיך גאר שטארק געווארפן, זייענדיג א טריט אוועק פון אריינפאלן אין די וואסער.

צוליב די שטארקע וואקלענישן, איז דער רב לייכט פארוואונדעט געווארן, און געכאפט א קלאפ אין קאפ, דער רב איז באהאנדלט געווארן אויפן פלאץ און געפונט זיך ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובה דורך הרב יואל קליין »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 4:19 pm
איך גלייב איז דאס איז די אוטלעט פון די פרעשורייזער / עיר קאנדישאנינג סיסטעם, עס איז אבער שווער צו זאגן אויף זיכער, אויף די ווידעא פון @הרב יואל קליין קען מען נישט זעהן פון וואו פונקטליך עס קומט.
פאטער אין הימל, פון ווי ווייסטו וואס דאס קען זיין?! דו קענסט די מאטארן דעזיין?
כ'האב נישט געקענט זעהן פון ווי עס קומט. ס'האט זיך אנגעצינדן צוזאמען מיט די מאטארן און אזוי געמאכט דעם סטריעם א גאנצן צייט

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:35 pm
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:07 pm
אן עיר-יוראפ באואינג (יאפ, נעבעך) 787-9 פון מאדריד, שפאניע קיין מאנטיווידעא, אורוגוויי האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל צוליב שטארקע טורבעלענס.

די ווידיא וואס האט געמאכט אסאך איבערקוקן אויב זיי זעהן גוט איז געווען ווי מ'שלעפט איינעם אראפ פון די אווערהעד בין🙄

ס'זענען אויך געוועזן א שיין פאר פרומע אידן אויף דעם פלייט, צווישן זיי צוויי משגיחי כשרות.

געווען אסאך פארוואונדעטע אויף דעם פלייט.
JDN האט געשריבן:
דער רב פון בני ברק הגאון הגדול רבי שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, איז נעכטן ארויסגעפארן אויפן וועג קיין אורוגוואיי אין סאוט אמעריקע, צו געבן א הכשר אויף די שחיטה דארט וואס שטייט אונטער די השגחה פון רבני בני ברק.

אונטערוועגנס האט דער רב געמאכט א אפשטעל אין שטאט מאדריד אין שפאניע, און פון דארט פארגעזעצט מיט א פליגער קיין אורוגוואיי, צוליב א טעכנישע פראבלעם האט די פליגער געדארפט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל, און בשעת די לאנדונג האט די פליגער זיך גאר שטארק געווארפן, זייענדיג א טריט אוועק פון אריינפאלן אין די וואסער.

צוליב די שטארקע וואקלענישן, איז דער רב לייכט פארוואונדעט געווארן, און געכאפט א קלאפ אין קאפ, דער רב איז באהאנדלט געווארן אויפן פלאץ און געפונט זיך ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
פארוואס איז ער נישט געזיצן?? מ'פליעט נישט ארויס פון די סיט בעלטס...

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:38 pm
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:35 pm
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:07 pm
אן עיר-יוראפ באואינג (יאפ, נעבעך) 787-9 פון מאדריד, שפאניע קיין מאנטיווידעא, אורוגוויי האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל צוליב שטארקע טורבעלענס.

די ווידיא וואס האט געמאכט אסאך איבערקוקן אויב זיי זעהן גוט איז געווען ווי מ'שלעפט איינעם אראפ פון די אווערהעד בין🙄

ס'זענען אויך געוועזן א שיין פאר פרומע אידן אויף דעם פלייט, צווישן זיי צוויי משגיחי כשרות.

געווען אסאך פארוואונדעטע אויף דעם פלייט.
JDN האט געשריבן:
דער רב פון בני ברק הגאון הגדול רבי שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, איז נעכטן ארויסגעפארן אויפן וועג קיין אורוגוואיי אין סאוט אמעריקע, צו געבן א הכשר אויף די שחיטה דארט וואס שטייט אונטער די השגחה פון רבני בני ברק.

אונטערוועגנס האט דער רב געמאכט א אפשטעל אין שטאט מאדריד אין שפאניע, און פון דארט פארגעזעצט מיט א פליגער קיין אורוגוואיי, צוליב א טעכנישע פראבלעם האט די פליגער געדארפט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל, און בשעת די לאנדונג האט די פליגער זיך גאר שטארק געווארפן, זייענדיג א טריט אוועק פון אריינפאלן אין די וואסער.

צוליב די שטארקע וואקלענישן, איז דער רב לייכט פארוואונדעט געווארן, און געכאפט א קלאפ אין קאפ, דער רב איז באהאנדלט געווארן אויפן פלאץ און געפונט זיך ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
פארוואס איז ער נישט געזיצן?? מ'פליעט נישט ארויס פון די סיט בעלטס...
וואס "זייענדיג א טריט אוועק פון אריינפאלן אין די וואסער" ווייסטו אויך וואס עס מיינט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:38 pm
נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:35 pm
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:07 pm
אן עיר-יוראפ באואינג (יאפ, נעבעך) 787-9 פון מאדריד, שפאניע קיין מאנטיווידעא, אורוגוויי האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל צוליב שטארקע טורבעלענס.

די ווידיא וואס האט געמאכט אסאך איבערקוקן אויב זיי זעהן גוט איז געווען ווי מ'שלעפט איינעם אראפ פון די אווערהעד בין🙄

ס'זענען אויך געוועזן א שיין פאר פרומע אידן אויף דעם פלייט, צווישן זיי צוויי משגיחי כשרות.

געווען אסאך פארוואונדעטע אויף דעם פלייט.
JDN האט געשריבן:
דער רב פון בני ברק הגאון הגדול רבי שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, איז נעכטן ארויסגעפארן אויפן וועג קיין אורוגוואיי אין סאוט אמעריקע, צו געבן א הכשר אויף די שחיטה דארט וואס שטייט אונטער די השגחה פון רבני בני ברק.

אונטערוועגנס האט דער רב געמאכט א אפשטעל אין שטאט מאדריד אין שפאניע, און פון דארט פארגעזעצט מיט א פליגער קיין אורוגוואיי, צוליב א טעכנישע פראבלעם האט די פליגער געדארפט מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין בראזיל, און בשעת די לאנדונג האט די פליגער זיך גאר שטארק געווארפן, זייענדיג א טריט אוועק פון אריינפאלן אין די וואסער.

צוליב די שטארקע וואקלענישן, איז דער רב לייכט פארוואונדעט געווארן, און געכאפט א קלאפ אין קאפ, דער רב איז באהאנדלט געווארן אויפן פלאץ און געפונט זיך ב"ה אין א גוטע צושטאנד.
פארוואס איז ער נישט געזיצן?? מ'פליעט נישט ארויס פון די סיט בעלטס...
אפילו אזוי פליט מען נישט אריין דארט. וואס זענען די odds? איין און א מיליאן אז מ’זאל פליען פונעם זיץ און ווערן סטאק דארט אויבן?
ער איז מסתם אריין אהין פאר פחד, און זיך נישט געקענט ארויסזעהן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א מענטש פיט נישט דארטן. אנלעס ס׳איז קאמפליטלי ליידיג.
וועלכע פליגער פארט מיט ליידיגע אווערהעד בינס?!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:50 pm
א מענטש פיט נישט דארטן. אנלעס ס׳איז קאמפליטלי ליידיג.
וועלכע פליגער פארט מיט ליידיגע אווערהעד בינס?!
עס קוקט אויס מער ווי ער איז סטאק דארט.

(און בכלל, די גויים האבן נישט קיין 5 זעקלעך צווישן די טלית תפילין, צידה לדרך, שטריימל באקס, סוט, און די וועש וואס מען האט געדארפט ארויסנעמען צוליב אווערוועיט...)
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שבעת המינים האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:57 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:50 pm
א מענטש פיט נישט דארטן. אנלעס ס׳איז קאמפליטלי ליידיג.
וועלכע פליגער פארט מיט ליידיגע אווערהעד בינס?!
עס קוקט אויס מער ווי ער איז סטאק דארט.

(און בכלל, די גויים האבן נישט קיין 5 זעקלעך צווישן די טלית תפילין, צידה לדרך, שטריימל באקס, סוט, און די וועש וואס מען האט געדארפט ארויסנעמען צוליב אווערוועיט...)
זייט מען בעט געלט פאר רענצלעך איז די אווערהעד פיל טו דע ברים.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א יונגערמאן אין איטאליע האט גענומען שלום בית צו א נעקסטע לעוול, ווען ער איז לעצט-מינוטיג אראפגעלאפן פון פליגער ווייל אין שטוב האט מען נישט אויסגעהאלטן די בענקשאפט...

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אויף א געהעריגע scheduled פלייט פון Turin אין איטאליע וואס איז שוין געשטאנען גרייט זיך ארויסצולאזן קיין מאדריד, שפאניע. די מאטארן האבן שוין געהירזשעט, די פילאטן געדרוקט קנעפלעך, די פלייט אטענדענטס געוויזן וויאזוי מ'בינדט צו א סיעטבעלט, און די פאסאנדזשירן האבן זיך געגרייט צו א געווענליכע רייזע.
פלוצלינג האט מען געהערט א געשריי "שטעלטס אלעס אפ, איך דארף אראפגיין!"
פארשטייט זיך אז אלע קעפ האבן זיך ספאנטאן געדרייט צום ריכטונג פון דעם שרייער, און נון זעען זיי א מענטש לאזט זיך אין א געיעג צום עקזיט, ווען אינעם זעלבן צייט ווייזט ער האסטיג מיט די הענט, פיס און די איבריגע קאמיניקאציע מיטלען מיט וואס ה' האט אים באשאנקען, אז ער מוז זיך פון דא ארויסזעהן.
אויף די פראגע פון די מאנשאפט וועלכע עמערדזשענסי ס'האט אים פלוצים באגעגנט, האט ער ערקלערט אז די פלונית'טע וועמען ער האט געלאזט אינדערהיים האט אים נארוואס גערופן און פארבעטן צו בלייבן מיט איר און נישט פארן קיין מאדריד...
סיי די סטעף און סיי די איבריגע צושויער האבן פרובירט צו פארהאנדלען מיט אים און מסביר זיין אז אויב גייט ער יעצט אראפ וועט עס צואווארפן זייערע פלענער און סקעדזשועלס, אבער די געבעט פון די פלגא נזקא וואס האט געווארט אינדערהיים האט גובר געווען... מ'האט אויסגעלאשן די ענדזשינס, צוריקגעשלעפט די קנעפלעך, אויפגעבינדן די סיעט בעלטס, געעפנט די טירן און אים אהיימגעלאזט בשלום!
די Iberia עירליין באאמטע זאגן, אז זעענדיג זיין ערנסטע אפגעמאכטקייט צו גיין האבן זיי זיך געפארכט אז אויב וועט מען אים עס נישט ערלויבן וועט ער שווער בונטעווען אויפן גאנצן וועג, און ס'איז בעסער צו בלייבן א שעה אין איטאליע ווי צו מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג ערגעץ אנדערש. אויך ווייזן זיי אן, אז אין די Passenger Bill of Rights (איך ווייס נישט אויב די EU's, איטאליע'ס, אדער די עירליינ'ס) שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז א קאסטומער קען באשליסן צו אראפגיין פון פליגער כל זמן מ'האט זיך נישט געהויבן אנע קאנסעקווענצן.
די איבריגע פאסאנדזשירן זאגן אז זיי פארשטייען סיטואציעס ווען איינער בענקט זיך זייער שטארק, און ס'איז אקעי. אבער... (מיט א ווארענונג פינגער) אויב דעי זיווג ארבעט זיך נישט אויס, דאן וועלן זיי למפרע אפמאנען די אומבאקוועמליכקייט וואס ער האט זיי געשאפן...

iberia.jpg
iberia.jpg (220.15 KiB) געזען 865 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דינסטאג יולי 02, 2024 11:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אנדערש ווי אין אונזער פאריגע געשיכטע, האט א קאורט אין ניו זילאנד געדארפט נעמען א שלום בית קעיס צוליב א פארפאסטע פלייט...
די מאדנע פרוי האט גערופן אין געריכט דעם מאן מיט וועמען זי האט שוין געלעבט זעקס-אהאלב-יאר (יעצט זענען זיי שוין צוטיילט), מיט די טענה אז ער האט איר צוגעזאגט צו נעמען צום עירפארט צייטליך אבער ער איז אנגעקומען שפעט איר אפצוטראגן, און צוליב אים האט זי פארפאסט דעם פליגער! זי האט פארלאנגט ער זאל איר צאלן די געלט וואס די נייע טיקעט האט איר געקאסט.
אלס באווייז האט זי ארויסגעצויגן זייער שטר כתובה וואו דער חתן דנן האט זיך מתחייב געווען איר צו טראגן צו אלע פלעצער וואו זי דארף אהינקומען, ווי אויך א טעקסט-מעסעדזש וואו ער האט קאנפירמד אז ער וועט זיין צייטליך אויפצופיקן דעם מדוברת באותו מקום באותו זמן באותו אשה.
אויסערדעם וויל זי ער זאל באצאלן די געלט וואס זי האט געשפענדעט צו רעזערווירן א קרוז-טריפ פאר זיי ביידע אינאיינעם, אבער יעצט אז ס'איז ב"ה נתפרדה החבילה וויל זי שויו נישט גיין מיט אים, אבער זי קען נישט באקומען קיין ריפאנד פאר די רעזערוואציע. און וויבאלד די גאנצע אויפלעזונג איז דאך זיין שולד, ווייל ער איז נישט ערשינען צייטליך אפצוטראגן מחברתו הטרטרורה צום עירפארט, דארף ער באצאלן פאר דעם אויכעט!
דער נתבע איז נישט ערשינען אין געריכט זיך צו פארענטפערן, אבער מ'האט אים מבשר געווען דארט וואו ער איז געווען אז די קלאגעס זענען ארויסגעווארפן געווארן.

court.jpg
court.jpg (327.07 KiB) געזען 864 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

כ'האב שוין געהערט פון א דאפלטע שפיאן, אבער א דאפלטע פילאט??
א פילאט פון די KM Malta עירליין האט באשלאסן אז "דאפלט איז שטערקער" און גענומען א צווייטע דזשאב ביי ווירדזשין אטלאנטיק עירליינס!
די העלדין פון די געשיכטע איז א קא-פילאט פאר KM Malta זייט ענדע 2023, אבער זי האט ווייזט אויס געדארפט נאך אפאר דאללער צו דעקן איר באדזשעט, האט זי אנגעהויבן ארבעטן ביי ווירדזשין אטלאנטיק וואו זי האט געקענט דעקן טריפס אלס א טרעינינג פיילאט אויף A330 רוטס, פארדעקנדיג דערביי די פאקט אז זי האט נאך א דזשאב. סארא דאבל-דעקער!
איר הויפט ארבעטס-ארט איז געבליבן ביי KM Malta, אבער זי האט געארבעט פאר ווירדזשין אין "זייטיגע צייטן" (א טערמין וואס איך געדענק נאך פון אלס בחור פון "קובץ על יד") ווען זי האט געהאט טעג off פון איר הויפט דזשאב.
די קליינע פראבלעם דא איז אז זי האט פארלעצט איר קאנטראקטס סיי מיט ווירדזשין און סיי מיט KM Malta, ווייל יעדע עירליין פארלאנגט אין זייער קאנטראקט exclusivity. אבער די גרעסערע פראבלעם איז אז ס'איז דא א לעגאלע לימיט וויפיל צייט א פילאט מעג פליען יעדע חודש - 100 שעה אין די EU, און מיט אזא געפירעכץ איז זי שיין אריבער דעם לימיט מדי חודש בחדשו!
ווירדזשין איינגעשטעלטע האבן אנטדעקט די פראבלעם ווען זיי האבן געטראפן סאושעל מידיע פאוסטס וואו מ'זעהט דעם בחור'טע מיט מונדירן פון די אנדערע עירליין, און זיי האבן נישט געצעגערט קיין סך, נאר איר תיכף פארשיקט, (מסתם ווייל צוויי זענען זוגות...). ביי KM Malta איז מען נישט אזוי שנעל איינגעגאנגען צו זאגן double-or-nothing, און מען האט איר צוערשט יא פארגעבן אויף די זינד, אבער נאך אסאך פרעשור פון קאלעגעס און רעפארטערס, האט מען איר באזייטיגט פון אמט.

virgin.jpg
virgin.jpg (224.93 KiB) געזען 864 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אינדיאנער פארשטעלט זיך ווי א זקן כדי צו דורכשווערצן דעם גרעניץ מיט א פאספארט פון אן אלטן
זעהט אויס אז לויט די אינדיאנע טיים-זאון איז יעצט ערגעצוואו אין די געגנט פון חודש אדר, ווייל א 24 יעריגער מאן פון אינדיע איז געגאנגען פאר די פולע פארשטעלאכץ אפציע ביים פראבירן ארויסצופליען פון אינדיע קיין קאנאדע מיט א פאספארט פון א בא ב67 שנים.
די גרעניץ פאטראל אגענטור פון אינדיע האבן ארויסגעשטעלט דעם בילד אויף זייער טוויטער אקאונט, לויט ווי זיי זאגן האט דער יונגערמאן זיך געלאזט פארבן די בארדע אז ס'זאל זיך פארגלייכן צום בילד אויפן פאספארט, און ער איז געווען אויפן וועג ארויס פון לאנד, פראבירנדיג צו כאפן א עיר קאנאדע פליגער קיין קוויבעק.
אבער ווי מיר ווייסן שוין פון פרשת תולדות קען מען קיין קול נישט פארבייטן און דאס האט ארויסגעגעבן אז דא רעדט אן אברך'ל. ווי אויך ביים באטראכטן די געזיכט-שטריכן האבן זיי באמערקט אז עפעס אין די געשיכטע איז דא צו גלאטיג...
א באזוך אין די בילדער גאלערי פונעם פאברעכער'ס טעלעפאן האט אנטדעקט אז דארט וואוינט א שיינע בילד פון זיין עכטע פאספארט! אביסל שפרענג-וואסער אויף די באקן האבן פארמינערט די dye וואס איז געלעגן אויף די שערות, און די אגענטן האבן אלארמירט די ארטיגע פאליציי זיך צו באפאסן מיט די אומגעווענליכע אבידה וואו א פאסאנדזשיר האט פלוצלינג פארלוירן 43 יאר זייענדיג אין עירפארט...
-
ס'איז נישט קלאר פארוואס דער פארשוין האט זיך געדארפט שווערצן און האט נישט גענוצט זיין אייגענע פאספארט, ווי אויך האבן אינדיאנע אויטאריטעטן נישט געזאגט אויב די פאספארט איז געווען פאלש, אדער ער האט גענוצט א עכטע פון א צווייטן. די ניו יארק טיימס שרייבט אז ער איז געווען אינוואלווד אין human trafficking (שווערצן מענטשן), אבער איך מיין אז זיי האבן פשוט נישט ריכטיג איבערגעשריבן די טוויט פון די אינדינאע גרעניץ וואך אקאונט, דארט שטייט אז צוליב זיין פראבע צו דורכגיין די גרעניץ איז ער געווען אינוואלווד אין human trafficking.
בכלל איז די געשיכטע מאדנע, ווייל די אינדיאנע טוויטער אקאונט - א אפיציעלע רעגירונג'ס אקאונט מיט א בלויע טשעקל פון מר. מאסק'ס וואלידאציע סיסטעמען - האט ארויסגעלייגט דעם בייגעלייגטן בילד, און די pose זעהט נישט אויס זייער אפיציעל, איך גלייב נישט אז קיין איין נארמאלע רעגירונג'ס אגענטור וואלט געהייסן א פארברעכער זיך שטעלן פאר א שיינע בילד מיט א הערליכע עירפארט אין די בעקגראונד, בשעת ער האלט די חפץ שנעבד בו עבירה.
נאך מער פארדעכטיגט איז, אז די טוויט ענהאלט אויך צוויי קלארע בילדער פון פאספארטן, איינס וואס דער פערשוין האט אנגעבליך גענוצט, און דאס צווייטע איז זיין עכטע פאספארט וואס זיי האבן געפינען די בילד דערפון אויף זיין טעלעפאן, קיינע פון די פאספארטן האבן נישט קיין שום אינפארמאציע blurred, נאר מ'קען זעהן די נעמען, DOB, פאספארט נומערן וכו'!
ס'איז נישט אנגענומען אז מ'זאל ארויסלייגן אזעלכע קלארע בילדער פון פריוואטע אינפארמאציע.
איך פערזענליך האלט אז ס'איז א PR שפיל פון די אינדיאנע רעגירונג צו ווייזן פאר אמעריקע אז זיי ארבעטן פלייסיג צו כאפן ארויסשווערצער קיין קאנאדע, ווייל ס'איז באוואוסט אז אסאך אומלעגאלע אימיגראנטן פון אינדיע און פאקיסטאן, נוצן קאנאדע אלס שמעלץ טאפ אויף זייער וועג אריין קיין אמעריקע. באריכטן פאריגן אפריל האבן אלארמירט אז די נאמבערס פון אינדיאנער וואס שמוגלען זיך אריין דורך קאנאדע איז אויפן וועג ארויף.

24-67 (1).jpg
24-67 (1).jpg (105.4 KiB) געזען 838 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דינסטאג יולי 02, 2024 11:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דאס זענען עטליכע אומגעווענליכע אדער שמייכל-מאנענדע נייעסער וואס האבן געמאכט די העדליינס דורכאויס די פאריגע צוויי וואכן
מיר האבן זיי געזאמלט אין שופלאד, זיי ארויסצולייגן אויף איין מאל אינאיינעם.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

Yiddish Travel האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:44 pm
אה''ו האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:31 pm
דאס אז לופטהאנזא נעמט איבער ITA מיינט לכאורה אז זי גייט אוועק פון SkyTeam אריין צו Star alliance צוזאמען מיט יונייטעד און די גאנצע לופטהאנזא גרופ
אז זי גייט אוועק פון SkyTeam איז זיכער, אבער אריין צו סטאר אלייענס איז נאך נישט זיכער, פאר פארשידענע סיבות, פארשידענע עירליינס אונטער לופטהאנזא איז אויך נישט אין די אלייענס ווי למשל Air Dolomiti די לאקאלע איטאליענע עירליין איז אונטער די לופטהאנזא גרופ אבער נישט אין די סטאר אלייענס
למעשה האט לופטהאנזא ערלעדיגט אז ITA זאל יא קענען אריינגיין אונטער די סטאר אלייענס פליגלען
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 4:27 pm
קו ירוק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:25 am
nodeJS האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 2:05 pm

עס קען אסאך מאל זיין אז וויבאלד עס איז געווען א דילעי בעפאר'ן ארויספארן, האט דער פליגער פארשפעטיגט זיין ערייוואל סלאט און האט געדארפט ווארטן פאר א געיט צו ווערן אוועילעבל. (ספעציעל אין T7, וואס האט דעפארטשערס און ערייוואלס אויף די זעלבע שטאק פון די געיט / עירברידזש.)
ביטע זיי בעסער מסביר די לעצטע שורה די ווערטער אין באלד.
זייער סימפל, געווענליך וועט די עירברידזש זיין קאנעקטעד צו צוויי שטאק, דעפארטשערס גייט פון איין שטאק, און ערייוואלס פון א צווייטע (דאמעסטיק ערייוועלס ווערן ארויסגעלאזט אויף די דעפארטשער שטאק).
אין טערמינאל 7 די ערייוואלס קומען ארויס אויף די זעלבע שטאק ווי דעפארטינג פלייטס, און פון דארט גייט מען אראפ צו ערייוואלס לעוועל, אין די צייט וואס א פלייט קומט אן ביז עס ווערט געקליערט, קענע אפי' אנדערע פלייטס נישט באורדן ווילאנג די ערייווינג פעסענדזשערס גייען אדורך (נוארק טערמינאל B אדער C איז אויך אזוי, דארט האבן זיי געהעריגע גלאזערנע מחיצות. וויאויך דוכציך אז בודאפעסט די אלטע טערמינאל איז אויך אזוי)
איך וועל פראבירן זעהן אויב איך קען טרעפן עפעס בילדער שפעטער
ווי איז עס נישט איין שטאק?!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא פלייט פארקירעוועט קיין JFK צוליב פארפעסטיגטע עסן
מעדיקס האבן אפגעווארט דעם פליגער ביים געיט צו באהאנדלען אפעקטירטע

דעלטא פלייט 136 איז געווען אויפן וועג פון דעטרויט, מישיגען (DTW) קיין אמסטערדאם (AMS), ווען א צאל פאסאנדזשירן האבן אנגעהויבן ליידן סיפטאמען אין רעזולטאט פון שלעכטע עסן וואס מ'האט סערווירט ביי די מאלצייטן. די באשלוס איז געמאכט געווארן צו לאנדן אין JFK עירפארט, וואו EMT האט אפגעווארט דעם פליגער. ס'איז נישט קלאר וויפיל האבן געליטן סיפטאמען, אבער לויט געוויסע זענען 14 פאסאנדזשירן און 10 קרו-מעמבערס גערעדט מיט מעדיקאל פערסאנעל.
סאושעל מידיע פאוסטס פון פאסאנדזשירן דערציילן אז די פראבלעם איז מיט די טשיקען dish, אבער די וואס האבן געמאכט די גורל'דיגע באשלוס און געקליבן Pasta זענען געראטעוועט געווארן.
דעלטא זאגט אז די פאסאנדזשירן זענען געבוקט געווארן אויף א פלייט קיין אמסטערדאם שפעטער נאכמיטאג. (איך זעה אז די A330 אויף וועלכע ס'האט פאסירט איז אין סקעדזשועל צו פארן אויף א ספעשל פלייט קיין אמסטערדאם. מסתם וועלן זיי גיין ווייטער מיט די זעלבע פליגער).

A330.jpg
A330.jpg (42.37 KiB) געזען 523 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בריטיש עירוועיס פלייט קערט זיך צוריק קיין היטראו 11 שעה נאכן ארויספארן
דאס איז די דריטע אזא סארט אינצידענט ביי די עירליין אין די לעצטערע חדשים

פאריגן סעטורדעי זענען פאסאנדזשירן ארויפגעשטיגן אויף זייער פליגער אין לאנדאן היטראו מיטן פלאן צו פארן קיין האנג קאנג אינדערצייט וואס זייערע פריינט וואונטשן הארציג צאתכם ובואכם לשלום. אבער אנשטאט די בואכם לשלום איז געקומען א בואי בשלום ווען טיף אריין אין די רייזע - פליענדיג העכער די הימלען פון טורקימסטאן - האט זיך געמאכט א מעכאנישע אישו און די פליגער האט זיך צוריקגעדרייט קיין לאנדאן.
די פליגער איז שוין געווען טיף אריין אין די רייזע, דעריבער איז אויסגעקומען אז די פאסאנדזשירן זענען געפארן 11 שעה אהין און צוריק!
מיר האבן שוין באריכטעט א ענליכע מעשה פאר עטליכע וואכן צוריק, מיט א פליגער אויפן וועג קיין אמעריקע וואס האט זיך צוריקגעקערט האלבער-וועגס, און אויך איז געווען נאך אזא געשיכטע אין אפריל, מיט א בריטיש עירוועיס פליגער פון סינגאפור וואס האט זיך אהין אומגעקערט און גערויבט 5 צוועקלאזע שעה פון די פאסאנדזשירן.

אבער די פרוסטעראציע דאסמאל קומט מיט נאך א טוויסט. די געשטראנדעטע אומגעקערטע זענען געווארן פלאצירט אויף א שפעטערדיגע פליגער קיין האנג-קאנג, אבער צו זייער מזל האט יענע פלייט געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג אין בודאפעסט צוליב א מעדיקעל סיטואציע.
מזל ווי א גוי...

די Flight path
route.jpg
route.jpg (98.7 KiB) געזען 444 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא און Aeromexico האבן צוגעלייגט דריי פרישע רוטס אונטער זייער אגרימענט
ווי ס'זעהט אויס האלטן זיי זיך נישט ביים שיידן, טראצדעם וואס קארופטירטע עסקנים מיט אייגענע אינטערעסן האבן זיך אריינגעשטעקט די נאז אין זייער שלום בית און פלאנען שוין א ספר כריתות אויפן מאנאט פון אקטאבער למספ' .

delmex.jpg
delmex.jpg (326.18 KiB) געזען 432 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

סטרייקס ביי Aer Lingus, אבער די עירליין טיילט צוריק פעטש
דערווייל איז נאכנישט דא קיין אגרימענט

דעם וויקענד, האבן זיך פילאטן אין דובלין געלאזט אויף א פאבליק סטרייק און מעמד הפראטעסט אין די געגנט פון די DUB עירפארט וועלכע דינט אלס די hub פון די איירישע הויפט קעריער.
דאס קומט שוין נאך א וואך פון סטרייקס וואס האט געברענגט פילצאליגע קענסעלעישנס ווי שוין געמאלדן .
אבער אונזער חבר Aer Lingus בלייבט נישט שטיל, ער טיילט צוריק פעטש ביד רחבה. צום ערשט האט מען זיי אוועקגענומען די כבוד פון זיין די ערשטע XLR קעריער. און יעצט האט מען צוגעלייגט א שטראף פאר אלע יוניאן פילאטן, אז זיי וועלן שוין נישט באקומען קיין דיסקאונטס פאר זיך און פאר די פאמיליע אויף טיקעטס ביי די עירליין!
די טיקעט דיסקאונט איז א שיינע perk וואס די פילאטן און זייערע ארומיגע נוצן גוט אויס, אבער פאר אסאך פילאטן איז עס ממש קריטיש וויכטיג, ווייל זיי וואוינען אין די UK וכדו' און קומען כסדר צו פליען צו די hub אריינצופאנטשן פאר די ארבעט. אן די גרויסע הנחה אויף די טיקעט פרייזן, קען זיך מעגליך די גאנצע דזשאב נישט לוינען.

פילאטן אויף סטרייק ביי די עירפארט
סטרייק.jpg
סטרייק.jpg (217.93 KiB) געזען 411 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:10 pm
בריטיש עירוועיס פלייט קערט זיך צוריק קיין היטראו 11 שעה נאכן ארויספארן
דאס איז די דריטע אזא סארט אינצידענט ביי די עירליין אין די לעצטערע חדשים

פאריגן סעטורדעי זענען פאסאנדזשירן ארויפגעשטיגן אויף זייער פליגער אין לאנדאן היטראו מיטן פלאן צו פארן קיין האנג קאנג אינדערצייט וואס זייערע פריינט וואונטשן הארציג צאתכם ובואכם לשלום. אבער אנשטאט די בואכם לשלום איז געקומען א בואי בשלום ווען טיף אריין אין די רייזע - פליענדיג העכער די הימלען פון טורקימסטאן - האט זיך געמאכט א מעכאנישע אישו און די פליגער האט זיך צוריקגעדרייט קיין לאנדאן.
די פליגער איז שוין געווען טיף אריין אין די רייזע, דעריבער איז אויסגעקומען אז די פאסאנדזשירן זענען געפארן 11 שעה אהין און צוריק!
מיר האבן שוין באריכטעט א ענליכע מעשה פאר עטליכע וואכן צוריק, מיט א פליגער אויפן וועג קיין אמעריקע וואס האט זיך צוריקגעקערט האלבער-וועגס, און אויך איז געווען נאך אזא געשיכטע אין אפריל, מיט א בריטיש עירוועיס פליגער פון סינגאפור וואס האט זיך אהין אומגעקערט און גערויבט 5 צוועקלאזע שעה פון די פאסאנדזשירן.

אבער די פרוסטעראציע דאסמאל קומט מיט נאך א טוויסט. די געשטראנדעטע אומגעקערטע זענען געווארן פלאצירט אויף א שפעטערדיגע פליגער קיין האנג-קאנג, אבער צו זייער מזל האט יענע פלייט געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג אין בודאפעסט צוליב א מעדיקעל סיטואציע.
מזל ווי א גוי...

די Flight path
route.jpg
צענדליגע פליגער זענען ארויסגעפלויגן נעכטן אויף טראנס-אטלאנטיק רייזעס אן קיין פלייש אפציע אויף די מעניו, נאך וואס דעלטא האט באזייטיג טויזנטע פון די פארציאנען אהערגעשטעלט אינאיינעם מיט די פראבלעמאטישע פלייש, אלס א באווארענונגס מיטל פון נישט דורכצוגיין א איבערשפיל פון פלייט 136.
די מאלצייטן אויף לכה"פ 75 פלייטס האבן נישט געהאט די קלאסישע "Chicken or Pasta" אפציע, נאר אנשטאט האט מען געאפערט "Pasta or Nothing".
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”