ווען מ'שטייט א שפאן אוועק פונעם ליל האמונה, איז א געזונטע זאך - פארן גוף און פארן נפש - צו געבן א וויש אפ די גלעזער פאר א סעקונדע, און קוקן אין פנים אריין פאר'ן אמת - אן אמת וואס ס'קען נישט זיין אמת'ער פון דעם - אז די "סך הכל" באשטייט נישט פון קיין ענטגילטיגע פינאנציעלע ציפער, און אויך נישט פון קיין זאמלונג פון נייעס. נאר די ריכטיגע סך הכל איז: אין עוד מלבדו!
ספעציעלע A380 רוט פון Etihad קומט צוריק קיין ניו יארק נאכן זיין סוספענדירט מער ווי דריי יאר זייט קאוויד
די Etihad לופטליניע האט געמאלדן אז זיי וועלן צוריק באנייען די טעגליכע רוט צווישן ניו יארק און אבו דהאבי מיט די ריזיגע A380 פליגער. די עירליין האט אין קאווידסוספענדירט אלע פלייטס מיט די "סופער" דזשעט, און געפלאנט עס צו לאזן אזוי פערמענאנט. למעשה האבן זיי זיך בארעכנט, און שוין יא צוריק אנגעהויבן מיט פלייטס צווישן היטראו און אבו דהאבי אויף די מאדעל, און נעקסט איז ניו יארק אויף די רייע ווען די טעגליכע רוט איז צוריק געהעריג ווי אין די אלטע אומוואקסינירטע צייטן. די Etihad עי-טרי-עיטי איז ספעציעל בארימט מיט די וועלטס בעסטע "פוירסט קלעס" וואס באשטייט פון דריי עקסטערע צימערן צוגעשטעלט פארן טיקעט קויפער.
איינע פון די דריי צימערן וואס זענען א טייל פון די רעזידענס
room.jpg (162.68 KiB) געזען 2064 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
די רעדע איז פון די עירליין Bonza וואס האט זיך געגרינדעט אינמיטן די פאנדעמיק אלס א דאמעסטיק עירליין און בראזיל, און האט אויבנאויף געשיינט זיך צו פארשפרייטן אויף א גוטע געזונטע ראטע די לעצטע פאר יאר. אבער נעכטן האבן זיי פלוצלינג געמאלדן די באלדיגע סוספענדאציע (אזוי זאגט מען עס?) פון אלע זייערע פלי רייזעס, מעלדנדיג קאסטומערס אז ס'וועט בלייבן אזוי ביז א פרישע מעלדונג וועט געמאלדן ווערן. אומבאשטעטיגטע באריכטן צירקולירן אז די פארדינגער פון זייערע 737 מעקס פליגער האט צוריקגענומען די פליגערס צוליב אומבאצאלטע פעימענטס. היינט מיטוואך ליינט זיך די ספעציעלע מעסעדזש אויף זייער וועבזייטל ווי פאלגנד:
Bonza has temporarily suspended services due to be operated between Tues 30 April, Wed 1 and Thur 2 May, as discussions are currently underway regarding the ongoing viability of the business. We apologise to our customers who are impacted by this and we’re working as quickly as possible to determine a way forward that ensures there is ongoing competition in the Australian domestic aviation market.
די גרויסע Qantas פון אויסטראליע האט געמאלדן פארברייטערטע סערוויסעס צו ערפילן דעם חלל
א פליגער פון די וואקלדיגע עירליין
bonza.jpg (233.54 KiB) געזען 1775 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
די רעדע איז פון די עירליין Bonza וואס האט זיך געגרינדעט אינמיטן די פאנדעמיק אלס א דאמעסטיק עירליין און בראזיל, און האט אויבנאויף געשיינט זיך צו פארשפרייטן אויף א גוטע געזונטע ראטע די לעצטע פאר יאר. אבער נעכטן האבן זיי פלוצלינג געמאלדן די באלדיגעסוספענדאציע (אזוי זאגט מען עס?)פון אלע זייערע פלי רייזעס, מעלדנדיג קאסטומערס אז ס'וועט בלייבן אזוי ביז א פרישע מעלדונג וועט געמאלדן ווערן. אומבאשטעטיגטע באריכטן צירקולירן אז די פארדינגער פון זייערע 737 מעקס פליגער האט צוריקגענומען די פליגערס צוליב אומבאצאלטע פעימענטס. היינט מיטוואך ליינט זיך די ספעציעלע מעסעדזש אויף זייער וועבזייטל ווי פאלגנד:
Bonza has temporarily suspended services due to be operated between Tues 30 April, Wed 1 and Thur 2 May, as discussions are currently underway regarding the ongoing viability of the business. We apologise to our customers who are impacted by this and we’re working as quickly as possible to determine a way forward that ensures there is ongoing competition in the Australian domestic aviation market.
די גרויסע Qantas פון אויסטראליע האט געמאלדן פארברייטערטע סערוויסעס צו ערפילן דעם חלל
א יונייטעד פליגער פון לאנדאן קיין ניו יארק EWR האט געמאכט אן עמערדזענסי לאנדונג אין מעין נאך א נישט אידישע פאסאנדשיר האצעך צולאזט
איבער א מנין אידן אויפן פליגער ווארטן איצטער אז מען זאל פארזעצן די רייזע
א ווארטזאגער פאר די עירליין זאגט אז די עמערדזענסי לאנדונג אין Bangor, Maine איז געקומען נאך א "לעוול 3" געפאר פון א פאסאדזשיר. אבער נישט געזאגט קיין סך דיטעילס.
נאך זיבן יאר פון מעלדן אז אט אט גייט די לופטהאנזא ערעפלאנען באקומען נייע סיעטס און נייע טעכנאלאגיע האט די ערשטע לופטהאנזא פלייט אן A350-900 מיט די נייע אלעגריס סיעטס זיך געהויבן מיט צוויי שעה צוריק פון מינכען צו ווענקואווער!!!! עס איז געפלויגן אן קיין פירסט קלעס מיט אפאר עקאנאמי סיעטס אראפ געלייגט ביי די ספעיס פון די פירסט קלעס, מיט א סיין אז פירסט קלעס האלט אינמיטן לאודן
א יונייטעד פליגער פון לאנדאן קיין ניו יארק EWR האט געמאכט אן עמערדזענסי לאנדונג אין מעין נאך א נישט אידישע פאסאנדשיר האצעך צולאזט
איבער א מנין אידן אויפן פליגער ווארטן איצטער אז מען זאל פארזעצן די רייזע
א ווארטזאגער פאר די עירליין זאגט אז די עמערדזענסי לאנדונג אין Bangor, Maine איז געקומען נאך א "לעוול 3" געפאר פון א פאסאדזשיר. אבער נישט געזאגט קיין סך דיטעילס.
א צווייטע עירליין וואס ברענגט "נישט" צוריק זייערע ריזן נאך די פאנדעמיק איז Thai Airways וואס פלעגן האבן א פלאטע פון 18 באואינג 747ס און פאריגע וואך האבן זיי אפיציעל געוואונטשן ביי-ביי פאר די לעצטע פון די סארט. אויסער די ווערדלאזע ריזן, האט די עירליין נאך א רייע פינאנציעלע שוועריקייטן זייט קאוויד, און איז אין א "ריסטראקטשערינג" פאזע די לעצטע פאר יאר. די 747 פליגערס זענען א גרויסע טייל פון די פארמעגנס וואס זיי פארקויפן, געוויסע האבן זיי פארקויפט פאר פראכט-טרעגער אנדערע פון די מאדעל זענען געווארן צושמעטערט און פארקויפט די פארטס און איינס איז אפילו פארוואנדלט געווארן פאר אן אייגנטארטיגע קאווע הויז אין א טאילאנדישע מוזעאום!
א 747 פון די עירליין thai747.jpg
צומאל מאכט מען פיל מער געלט פון די פארטס ווי פארקויפן דעם פליגער גאנצערהייט. למשל, א קאווע מאשין אינעם געלי, קאסט כמעט 3 אלפים!! נאכצוקומען די פארשריפטן ס׳זאל מעגן זיין אינעם פליגער. די מאטארן איז אפגערעדט אז עס גייט פאר אסאך. די מאטארן ווערן געניצט אויף נאך מאדעל פליגערס. אדער קען מען עס ניצן/קאנווערטן פאר אנדערע אינדעסטרי צוועקן. א שמועס פאר זיך. למשל, די גרויסע ריזן האטעל קרוז שיפן ניצן א דשעט מאטאר גאנץ אויבן צו העלפן שטופן דעם שיף. אדער ניצט מען עס אלץ א טשענערעטאר אין א קאמערציאלע שיף.
די גרעפיק קארטלעך וואס פיטערן די סקרינס אינעם קאקפיט, איז ווערט כמעט 30 אלפים א שטיק. און א פליגער האט בערך 6 דערפון. בכלל איז די גאנצע קאמפיוטער שטיבעלע וואס הייסט די avionics room וואס פיטערט די auto pilot און אנדערע וויכטיגע סיסטעם׳ס, ווערט זייער אסאך געלט. די אלע סענסארס, די אמערדשענסי גליטשערס, די מאכטפולע דרויסענדע לייטס, די וועטער ראדאר, די ראדיאוס, די אנטענעס, די זיצן, די לייף וועסטלעך, די בתי כבוד, יעדע ריר אויף א פליגער איז ספעציעל און ס׳איז זייער טייער. די היידראליק actuators וואס ריקן די פלעפס, סלעטס, און פליגלען צו מאנעווירן אין די לופט, קאסטן אוצרות. די ערקאנדישן סיסטעם, די פענסטער׳ס… די ליסט איז ריזזזזזיג.
בכלל איז די 747 געווארן ״ארגינעל״ געבועעט און דעזיינט צו זיין א פראכט פליגער, און דאס איז די סיבה אז די קאקפיט איז א שטאק העכער, כדי די גאנצע נאז זאל זיך קענען אויפמאכן. ס׳איז אזוי מחשבה תחילה אז ווען עס רעטייערט פון פירן מענטשן, קען מען עס גרינג קאנווערטן צו פירן פראכט. מ׳קען גרינג אויפשניידן קאפ און עס לייגן אויף הינטשעט פאר פראכט.
איי וועט איר פרעגן, פארוואס לאזט מען פליגערס וואס איז נישט סעיף פאר מענטשן, טראגן פראכט? די ענטפער איז פשוט. צו מענטעינען עטליכע הינדרעט זיצן, אקסיגען מאסקעס, אינפאטעימענט סיסטעם, בתי כבוד, קיכן, א גרעסערע פלייט קרו, עס דארף זיין פיל יעדע זיץ, פארקויפן טיקעטס, ועוד ועוד, איז א פיל טייערערע געשעפט, ווי טראגן פראכט. די פליגערס דארפן זיין די זעלבע סעיף און די זעלבע airworthy פאר פראכט ווי פאר מענטשן.
די פילטער האט געהאט געענטפערט מיין פארלאנג צו דורכלאזן דעם ווידיאו, אבער די קאנווערטערס פארהאנקערן זיך
שכח פארן צדיק שאינו רוצה בפרסום ניקו וואס האט עס מסדר געווען! https://www.dropbox.com/scl/fi/xdluddco ... 8yzr0&dl=0 --- אגב, מ'קען זעהן פון די רעקארדינג אז ס'איז געווען א געפלאנטע זאך, ווייל געווענליך וואלט די קאנטראללער געפרעגט די סיבה פון די Go Around
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
די פילטער האט געהאט געענטפערט מיין פארלאנג צו דורכלאזן דעם ווידיאו, אבער די קאנווערטערס פארהאנקערן זיך
שכח פארן צדיק שאינו רוצה בפרסום ניקו וואס האט עס מסדר געווען! https://www.dropbox.com/scl/fi/xdluddco ... 8yzr0&dl=0 --- אגב, מ'קען זעהן פון די רעקארדינג אז ס'איז געווען א געפלאנטע זאך, ווייל געווענליך וואלט די קאנטראללער געפרעגט די סיבה פון די Go Around
אףףףףף יישר כח - קען מען ערגעץ הערן נאר די קאמיוניקאציע אן די טעלעויזיע צווישנריפן@רוממה?