נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 11:33 am
טריפ טראפ... אייזן פאלט פון פליגער בשעת takeoff
ראנוועי ווערט אונטערזוכט און קורצליך דערנאך געעפנט

א דזשעט בלו פלייט פון JFK קיין פאלם ביעטש (PBI) האט זיך צוריקגעקערט הארט נאכן זיך הייבן צוליב וואס עטליכע שטיקער אייזן זענען געזען געווארן אראפפאלן בשעת ווען ס'האט זיך געהויבן.
טאוער קאנטראל האט ארויסגעשיקט א טרעקל אונטערזוכן דעם ראנוועי פון אפפאל, און ס'זענען ווירקליך אפגעפונען געווארן דריי שטיקער debris אויף די ראנוועי'ס זייט.
די עירליין האט געצויגן דעם עראפלאן אין א זייט צו דורכטוהן די הלכות פון בעל מום ומחוסר אבר, און די פאסאנדזשירן זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויף א סובסיטוט, דערגרייכנדיג זייער פלארידאנע דעסטינאציע מיט 3 שעה שפעטער ווי געפלאנט.

אויסער די פראבלעם פון די פליגער זעלבסט פון וועמען די שטיקער זענען געפאלן, איז סיי וועלכע אביעקט (foreign object) אויף די ראנוועי טעריטאריע באצייכנט אלס א פיינטליכע אריינדרינגער, ווייל מיט די ספיד וואס די פליגער פארט קען עס געבן א שווערן שטופ פאר יעדע קליינע אייזן און ס'קען שעדיגן קריטישע פליגער טיילן. אין פאקט, די היסטארישע Concorde איז פארגאנגען אין א פלאקער ווען א קליינע אייזן אויף די לויפוועג האט צופלאצט א רעדל און געשיקט שטיקער rubber פון די tire אריין אינעם fuel טאנק.

איך בלעים גראדע נישט די פליגער, אין דעי הייסע וועטערס טראפט פון יעדעם שווייס, און ביי אים טראפט אייזן...

(זוך נישט די פליעדיגע שטיקער אין דעם בילד, ס'איז סתם א פיקטשער לקרב אל השכל)
Jba320.jpg
אן "עוף" (הפורח) פסל'ט נישט במום נאר במחוסר אבר...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס איז געפאלן? אזוי גרויס אז די טאוער האט עס געזעהן?!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בריטיש עירוועיס עראפלאן ווערט באטראפן פון א בליץ
עראפלאן לאנדעט אין געטוויק אנשטאט היטראו

א בריטיש עירוועיס פליגער פון דייטשלאנד קיין לאנדאן איז באטראפן געווארן פון א בליץ אינמיטן וועג,ברענגענדיג די פלייט קרו צו א באשלוס אריינצולאנדן קיין געטוויק. די פאסאנדזשירן זענען דערנאך ארויפגעשטיגן אויף באסעס צוגעשטעלט דורך די עירליין, וואס האבן זיי אפגעפירט צו זייער ארגינעל-געפלאנטע דעסטינאציע.
א בליץ פאר א פליגער איז נישט קיין גרויסע סכנה, אין פאקט זענען דא פארשידענע בליציגע רעיונות וואס מענופעקטשורערס נוצן צו פראדוצירן פליגערס אויף א וועג אז זיי זאלן קענען איינזאפן די עלעקטראנישע קראפט פון א בליץ און אפהאלטן די שטראלן פון אריינדרינגן אינעם פליגער און שעדיגן רייזנדע. (ס'איז דא א אינטערעסאנטע מאמר פון Captain Joe אויף דעם, איך האב אבער נישט קיין עקספערטיז אין אראפצולאדענען נכסי דניידי און עס פרעזענטירן פארן ציבור כשלחן הערוך. אויב איינער קען יא, גלייב איך אז דער עולם וועט האבן הנאה)
טראצדעם וואס אפילו א רעלאטיוו מאכטפולע בליץ האט נישט די כח צו אנזייען גרויסע חורבנות, קען עס יא מעגליך מאכן שאדנס צו סענסיטיווע טיילן פון די עירקרעפט, דעריבער איז געווען די באשלוס פון די מאנשאפט זיך אריינצושטעלן אין די נענטסטע פארקינג ספאט וואס זיי האבן געטראפן, און אונטערזוכן דעם פליגער פון מעגליכע צייכענעס. אזוי ארום האבן זיי זיך געטראפן אין LGW!

די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו. אט איז א snip דערפון (צו פארדאנקן ניו יארק פאוסט פאר די סניפ און משומר פילטער פארן אריינלאזן אין דעם ני"פ ארטיקל)
mid-air-strike-horror-british-85126688.jpg
mid-air-strike-horror-british-85126688.jpg (28.2 KiB) געזען 1062 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

יונייטעד פליגער פארלירט cabin pressure און קערט זיך אום קיין שיקאגא
די טרענד איז צוריק! דעסטינאציע: SFO

יונייטעד פלייט 343 איז ארויסגעפלויגן פון שיקאגא עירפארט (ORD) מיטן פלאן אנצוקומען קיין סאן פראנציסקא, אבער נישט לאנג נאכן זיך דערווייטערן פון איר קוואטיר, האט די מגי"ש אויסגערופן אז היינט מאכט מען חזרה, און מ'קערט זיך אום קיין שיקאגא צוליב אישוס מיט די פרעשור אין די קאבינע.
כ'האב נישט געזעהן באריכטעט אויב די אקסידזשען מאסקעס זענען געפאלן, אבער אויף flightradar זעהט מען אז די ערשטע זאך האט זיך די פילאט אראפגערוקט אונטער 10,000 פיס כדי צו סטאביליזירן די אקסידזשען מצב.
ס'ברענגט אויף א ביטערן טעם אין מויל פארן יונגערן דור וואס געדענקט נאך די סעריע פון אינצידענטן מיט פליגערס אריין און ארויס פון SFO עירפארט, מיר האפן אז ס'הייבט זיך נישט אן נאכאמאל.
זעהט אויס אז דאס איז נאר געווען א rehearsal פאר די עכטע פלעי...

די רוט אהין און צוריק
Screenshot 2024-07-08 225158.png
Screenshot 2024-07-08 225158.png (397.5 KiB) געזען 1025 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
FedEx
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FedEx »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:51 pm
יונייטעד פליגער פארלירט cabin pressure און קערט זיך אום קיין שיקאגא
די טרענד איז צוריק! דעסטינאציע: SFO

יונייטעד פלייט 343 איז ארויסגעפלויגן פון שיקאגא עירפארט (ORD) מיטן פלאן אנצוקומען קיין סאן פראנציסקא, אבער נישט לאנג נאכן זיך דערווייטערן פון איר קוואטיר, האט די מגי"ש אויסגערופן אז היינט מאכט מען חזרה, און מ'קערט זיך אום קיין שיקאגא צוליב אישוס מיט די פרעשור אין די קאבינע.
כ'האב נישט געזעהן באריכטעט אויב די אקסידזשען מאסקעס זענען געפאלן, אבער אויף flightradar זעהט מען אז די ערשטע זאך האט זיך די פילאט אראפגערוקט אונטער 10,000 פיס כדי צו סטאביליזירן די אקסידזשען מצב.
ס'ברענגט אויף א ביטערן טעם אין מויל פארן יונגערן דור וואס געדענקט נאך די סעריע פון אינצידענטן מיט פליגערס אריין און ארויס פון SFO עירפארט, מיר האפן אז ס'הייבט זיך נישט אן נאכאמאל.
זעהט אויס אז דאס איז נאר געווען א rehearsal פאר די עכטע פלעי...

די רוט אהין און צוריק
Screenshot 2024-07-08 225158.png
(direct download) ATC Recording
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וועלכע מאדל פליגער האט געשוויצט אייזן, און וועלכע מאדל האט געהאט א פרעשור אישו?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:39 am

A320 אייזן
737 פרעשור
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6837
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:24 pm
אין פאקט זענען דא פארשידענע בליציגע רעיונות
רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:51 pm
אבער נישט לאנג נאכן זיך דערווייטערן פון איר קווארטיר, האט די מגי"ש אויסגערופן אז היינט מאכט מען חזרה
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:14 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:39 am
וועלכע מאדל פליגער האט געשוויצט אייזן, און וועלכע מאדל האט געהאט א פרעשור אישו?
A320 אייזן
737 פרעשור
יישר כח.
וועלכע סארט אייזן? בעסער געזאגט: עלאָמענום? פון ווי איז עס געקומען?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:24 pm
בריטיש עירוועיס עראפלאן ווערט באטראפן פון א בליץ
עראפלאן לאנדעט אין געטוויק אנשטאט היטראו

א בריטיש עירוועיס פליגער פון דייטשלאנד קיין לאנדאן איז באטראפן געווארן פון א בליץ אינמיטן וועג,ברענגענדיג די פלייט קרו צו א באשלוס אריינצולאנדן קיין געטוויק. די פאסאנדזשירן זענען דערנאך ארויפגעשטיגן אויף באסעס צוגעשטעלט דורך די עירליין, וואס האבן זיי אפגעפירט צו זייער ארגינעל-געפלאנטע דעסטינאציע.
א בליץ פאר א פליגער איז נישט קיין גרויסע סכנה, אין פאקט זענען דא פארשידענע בליציגע רעיונות וואס מענופעקטשורערס נוצן צו פראדוצירן פליגערס אויף א וועג אז זיי זאלן קענען איינזאפן די עלעקטראנישע קראפט פון א בליץ און אפהאלטן די שטראלן פון אריינדרינגן אינעם פליגער און שעדיגן רייזנדע. (ס'איז דא א אינטערעסאנטע מאמר פון Captain Joe אויף דעם, איך האב אבער נישט קיין עקספערטיז אין אראפצולאדענען נכסי דניידי און עס פרעזענטירן פארן ציבור כשלחן הערוך. אויב איינער קען יא, גלייב איך אז דער עולם וועט האבן הנאה)
טראצדעם וואס אפילו א רעלאטיוו מאכטפולע בליץ האט נישט די כח צו אנזייען גרויסע חורבנות, קען עס יא מעגליך מאכן שאדנס צו סענסיטיווע טיילן פון די עירקרעפט, דעריבער איז געווען די באשלוס פון די מאנשאפט זיך אריינצושטעלן אין די נענטסטע פארקינג ספאט וואס זיי האבן געטראפן, און אונטערזוכן דעם פליגער פון מעגליכע צייכענעס. אזוי ארום האבן זיי זיך געטראפן אין LGW!

די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו. אט איז א snip דערפון (צו פארדאנקן ניו יארק פאוסט פאר די סניפ און משומר פילטער פארן אריינלאזן אין דעם ני"פ ארטיקל)
mid-air-strike-horror-british-85126688.jpg
אט איז די מאמר פון Captain joe

אראפגענומען צוליב נשים, איך וועל פרובירן צי פאררעכטן
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:26 am
רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:14 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:39 am
וועלכע מאדל פליגער האט געשוויצט אייזן, און וועלכע מאדל האט געהאט א פרעשור אישו?
A320 אייזן
737 פרעשור
יישר כח.
וועלכע סארט אייזן? בעסער געזאגט: עלאָמענום? פון ווי איז עס געקומען?
איך ווייס נישט
מ'דארף ווארטן אז די אינדזשענירן שבתוכינו זאלן אריינקומען מיט די דעטאלן
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

עלעקטריק טעיפ האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 9:15 am
רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:24 pm
בריטיש עירוועיס עראפלאן ווערט באטראפן פון א בליץ
עראפלאן לאנדעט אין געטוויק אנשטאט היטראו

א בריטיש עירוועיס פליגער פון דייטשלאנד קיין לאנדאן איז באטראפן געווארן פון א בליץ אינמיטן וועג,ברענגענדיג די פלייט קרו צו א באשלוס אריינצולאנדן קיין געטוויק. די פאסאנדזשירן זענען דערנאך ארויפגעשטיגן אויף באסעס צוגעשטעלט דורך די עירליין, וואס האבן זיי אפגעפירט צו זייער ארגינעל-געפלאנטע דעסטינאציע.
א בליץ פאר א פליגער איז נישט קיין גרויסע סכנה, אין פאקט זענען דא פארשידענע בליציגע רעיונות וואס מענופעקטשורערס נוצן צו פראדוצירן פליגערס אויף א וועג אז זיי זאלן קענען איינזאפן די עלעקטראנישע קראפט פון א בליץ און אפהאלטן די שטראלן פון אריינדרינגן אינעם פליגער און שעדיגן רייזנדע. (ס'איז דא א אינטערעסאנטע מאמר פון Captain Joe אויף דעם, איך האב אבער נישט קיין עקספערטיז אין אראפצולאדענען נכסי דניידי און עס פרעזענטירן פארן ציבור כשלחן הערוך. אויב איינער קען יא, גלייב איך אז דער עולם וועט האבן הנאה)
טראצדעם וואס אפילו א רעלאטיוו מאכטפולע בליץ האט נישט די כח צו אנזייען גרויסע חורבנות, קען עס יא מעגליך מאכן שאדנס צו סענסיטיווע טיילן פון די עירקרעפט, דעריבער איז געווען די באשלוס פון די מאנשאפט זיך אריינצושטעלן אין די נענטסטע פארקינג ספאט וואס זיי האבן געטראפן, און אונטערזוכן דעם פליגער פון מעגליכע צייכענעס. אזוי ארום האבן זיי זיך געטראפן אין LGW!

די אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיאו. אט איז א snip דערפון (צו פארדאנקן ניו יארק פאוסט פאר די סניפ און משומר פילטער פארן אריינלאזן אין דעם ני"פ ארטיקל)
mid-air-strike-horror-british-85126688.jpg
אט איז די מאמר פון Captain joe

אראפגענומען צוליב נשים, איך וועל פרובירן צי פאררעכטן
געכשרט
https://drive.google.com/file/d/1-rlS6l ... p=drivesdk
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:55 am
פרישע רעקארד: די TSA האט געמאלדן אז א נייע רעקארד און מיילסטאון איז געבראכן געווארן נעכטן זונטאג!
קיין פונקטליכע ציפערן זענען נאכנישט דא, אבער אויבנאויפיגע דאטא ווייזט אז מער ווי 3 מיליאן פאסאנדזשירן זענען געסקרינט געווארן אין אמעריקאנע לופטפעלדער נעכטן זונטאג, איבערשטייגנדיג דעם יוני 23 רעקארד פון ערגעצוואו ארום 2.99 מיליאן.
די רעקארד איז אויך א מילשטיין, ווייל מ'האט דערגרייכט העכער ווי דריי מעלאנעס אין איין טאג.
3,013,413!
אטעטשמענטס
IMG_20240709_122206_800.jpg
IMG_20240709_122206_800.jpg (164.58 KiB) געזען 666 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קאוויד הילפס-פעקל פון דייטשלאנד פאר לופטהאנזא געפארשט דורך EU רעגולירער
געריכט האט שוין וואלידירט קאנקורענץ צווייפלענישן פאריגן מארטש

די רעגולירער אויף EU קאמפעטישן געזעצן האבן געמאלדן, אז זיי וועלן געבן א טיפערע בליק אריין אין די ברייטהארציגע 6 ביליאן דאללערדיגע נדבה, וואס דייטשלאנד האט געשאנקן פאר זייער הויפט קעריער לופטהאנזא דורכאויס די שווערע קאוויד צייטן.
די פעקל איז ממש געווען סם החיים פאר די עירליין גרופע איבערצולעבן די פינאנציעלע מדבר-טרוקעניש וואס האט זיך אראפגעלאזט אין קאראנע. ס'איז געגעבן געווארן אונטער לויזערע תנאים וואס די EU האט צייטווייליג איינגעפירט כדי לענדער זאלן קענען ראטעווען זייער עקענאמיע דורכן אונטערווארפן פעקלעך פאר זייערע גרויסע קאמפאניס.
אין פאקט האט די רעלעוואנטע אויטאריטעט בשעתו אפראווד דאס פעקל געשיקעכץ, אבער שפעטער זענען געקומען באקלאגענישן פון די EU קאנקורענטן ווי Ryan און Condor אז גערמאניע האט איבערגעטריבן מיט זייער צדקה און ס'איז שוין אין גדר פון א מבזבז, און דאס איז שוין פראבלעמאטיש צוליב קאמפעטישן געזעצן.
עווענטועל האט טאקע א EU געריכט געעפנט דעם פעקל בעסער אריינצוקוקן אין די אינהאלט, שפעטער אין מארטש האבן זיי געזאגט אז די טענות האבן מעגליכע גרונדן און דירעקטירט פאר די אי. יו. קאמיסיע איבערצוקוקן הכסף המושב בפי אמתחתם אולי משגה הוא...
אצינד זאגט טאקע די קאמיסיע אז זיי עפענען אפיציעל די אויספארשונג.

די נייעס וואלט נישט געהאט אזא שטארקע אפקלאנג ווען ס'פאסירט ווען ביי א צווייטע לאנד, אבער דייטשלאנד ווערט שוין פונלאנג קריטיקירט פאר די איבערוועגנדע פינאנציעלע, פיזישע און מאראלישע שטיצע וואס זי געט פאר לופטהאנזא און מאנכע קוקן עס אן אלס unfair, אזויווי הרב @nodeJS האט שוין אמאל געשריבן .

די הויפטקוואטירן פון די קאמיסיע
EUC.jpg
EUC.jpg (24.68 KiB) געזען 650 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אויוויי!!! אזויפיל נייעסער אויסגעלאזט צו באריכטן???
וואס קען איך טוהן? נישט געווען קיין צייט...
אבער אידן האבן דאך הנאה...
מאן יימר...
זעהסט דאך אויף די לייקס און אויף די קאממענטס אז לכה"פ א הייפעלע אידן האבן הנאה!
ביסט גערעכט... גיימער זיך זעצן שרייבן, אבער קורץ און שארף.
ארלעדיגט! 🤝
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

א מעינטענס ארבעטער פאר די איראנע Varesh עירליין איז געגאנגען א גאנג ווען ער האט גענענט צו נאנט צו א אנגעצינדענע ענדזשין
לויט די באריכט פון מאנטאג, האט עס פאסירט פאריגע וואך דינסטאג ווען א גרופע מעכאניקער האבן געהאלטן אינמיטן טעסטן די ענדזשין און דער ארבעטער האט באמערקט א tool וואס ער האט געלאזט צו נאנט צום מאטאר, ווען ער איז עס געגאנגען נעמען איז ער אריינגעצויגן געווארן אינעם צויבער-ראד אויף אייביג...
די רעלעוואנטע ארגענעזאציעס האבן צאמגענומען זיינע איבערבלייבענישן און עס געברענגט לקבר ישמעאל...

Varesh.jpg
Varesh.jpg (366.41 KiB) געזען 504 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום מיטוואך יולי 10, 2024 5:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פאליציי אין קליוואלנד האבן ארעסטירט א מאן וואס האט געווילדעוועט אין עירפארט מיט א גרויסן מעסער
די פאליציי זענען אלאמירט געווארן איבער א מאן וואס זיצט אויף די ערד פון די טערמינאל און האלט א גרויס machete חלף. אנקומענדיג צום סצענע האבן זיי אונטערזוכט דעם פארשוין און געטראפן אויך צוויי אנדערע מעסערס אין זיין באזיץ, ווי אויך נאך עטליכע זאכן וואס זענען נישט געמאכט פאר זיין age...
דער ווארשיינליך-צערודערטער פארשוין האט געשריגן אז ער האט קיינעם נישט געסטראשעט, ער איז זייער פרידליך, און איז פשוט געקומען אין עירפארט זוכן א וועג אנצוקומען קיין ירושלים😟
למעשה, צוליב זיין ווילדערייען האט זיין פליגער געדארפט מאכן א diversion, און פאליציי האבן אים פארקירעוועט קיין שפיטאל ווי איידער קיין ירושלים...

CLE.jpg
CLE.jpg (358.8 KiB) געזען 496 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פאסאנדזשירן רעדן זיך אפ אז בריטיש מאנשאפט האט שלעכט באהאנדלט זייער עמערדזשענסי ריטורן
א A380 פליגער פון ארויס פון וואשינגטאן די. סי. האט זיך געדארפט צוריקדרייען פאריגן זונטאג צו די אמעריקאנע באדן, צוליב א שמעק פון רויעך וואס ס'האט זיך געשפירט אין די קאבינע. אבער א טוץ מיט פאסאנדזשירן באקלאגן זיך אז די עירליין איינגעשטעלטע האבן זיך אויפגעפירט זייער אומפריינטליך ווען די געשטראנדעטע גרופע האט זיי געפרעגט נארמאלע קשיות איבער ווייטערדיגע פראצעדורן.
די פארקירעוועטע פליגער האט געלאנדעט אין באסטאן בערך 5 אהאלב שעה נאכן פארלאזן די אמעריקאנע הויפט-שטאט, און רייזנדע האבן געהאט לעגיטימע פראגעס צ.ב. וויאזוי זיי וועלן באקומען אפדעיטס פאר א ריפלעיסמענט טיקעט, אויב די עירליין באצאלט עסן און האטעל דורכאויס די צייט וואס זיי זענען שטעקן געבליבן א.א.וו., אבער די בריטיש עירוועיס איינגעשטעלטע האבן זיי געענטפערט זייער בייסיג און אפילו געשריגן אויף זיי פארן פרעגן נארמאלע שאלות.
איך פארשטיי די בריטן, ווי נישט ווי איז עס געווען נאנט צו די יארטאג וואס זיי האבן דערלייגט א גרויסע טעריטאריע צו די אמעריקאנער, ס'איז נארמאל צו זיין אנגעצויגן אין אזא זמן...

route.jpg
route.jpg (186.67 KiB) געזען 492 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עירבאס איז איבערגעשטיגן באואינג מיט דעליוועריס אין June
די צוויי גרויסע קאנקורענצן האבן געמאלדן זייערע ציפערן פאר די מאנאט פון יוני למספרם. עירבאס האט דעליווערט 67 נייע פליגערלעך פאר קאסטומערס אינדערצייט וואס באואינג האט נאר ארויסגעשיבט 44 שטיק
אויף די bright side פאר באואינג, איז דאס נאנט צו דריי מאל אזויפיל ווי די מאגערע 15 וואס זיי האבן באוויזן צו ברענגען פאר קאסטומערס און מאי, ווי אויך איז עס די מערסטע וואס זיי האבן דעליווערט אין איין מאנאט זייט די אנהייב פונעם 2024 קאלענדער.

deliveries.jpg
deliveries.jpg (124.75 KiB) געזען 482 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

סאוטוועסט עירליינס לייגט אריין א נייע עקזעקיוטיוו אויף א הויכע פאזיציע
סאוטוועסט האט רעקרוטירט א גרויסן ביזנעסמאן אין זייערע העכסטע ראנגען, אינדערצייט וואס אינוועסטארס האבן קריטיקירט די יעצטיגע CEO און אפילו געבעטן אפן און גראב פאר זיין רעזיגנאציע ( ווי באריכטעט )
דער מיסטער איז - צווישן אנדערס - געדינט א שטיק צייט אלס די CEO פון US Airways ז"ל, און אויך געווען א טייל פון די גרינדערס פון Indigo עירליין.

rakesh.jpg
rakesh.jpg (216.38 KiB) געזען 481 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דיסקרימינאציע קאמפלעינס קעגן עירליינס געשטיגן מיט 26% אין 2023
די DOT באריכטעט אז זיי האבן ענדליך צאמגעקראצט דאטא פון דעם יאר וואס האט זיך שוין געענדיגט 7 חדשים צוריק, און אין 2023 האבן זיי ערהאלטן 223 באקלאגענישן פון פאסאנדזשירן אז זיי זענען אויסגעשטאנען דיסקרימינאציע פון עירליין איינגעשטעלטע.
פארשטייט זיך אז בראש וראשון קומט ארויף די אינצידענט וואס איז שוין אצינד אין געריכט, אבער זעהט אויס אז ס'זענען געווען נאך.
אבער די DOT זאגט אויך אז קאמפלעינטס קעגן עירליינס בכלליות זענען ארויפגעפארן מיט 12 פראצענט דורכאויס 2023 דעריבער איז עס נישט אזא שטארקע ספעציפישע צייכן.
ווי אויך דארף מען אין באטראכט נעמען אז די קראנקע וועלט האט זייער שטארק אויסגעברייטערט די ספעקטרום פון זאכן וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע פון דיסקרימינאציע און זיך שפירן "אפענדעד" איז א גרויסע מעלה. איינער וואס נעמט דעם מייק און וויינט אויף סאציאלע מידיע אז ער\זי\זיי איז באטראפן געווארן פון א rude פלייט אטענדענט ווייל יענער איז נישט געווען "רעספעקטפול" פאר זיין\איר\זייער מענטל העלט קאנדישן, איז א גאנצע היראו און באקומט הויפענעס חיזוק צו גיין ווייטער מיט זיין\איר\זייער אגענדע... ס'איז sad...😞

Inc.jpg
Inc.jpg (385.95 KiB) געזען 473 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

מאדנע: סאוטוועסט פלייט אטענדענטס ליידן פון קאוקע-קאולע קענס וואס עקספלאדירן...
איין רעפארטער האט ארויפגעברענגט אינערליכע שמועסן אין פארמאכטע פארומס געווידמעט פאר פלייט אטענדענטס, דארט ווערט אויפגעדעקט אז ס'איז א אפטע געשעעניש אין הייסע וועטערס אז סאדע קענס זאלן עקספלאדירן.
לויט די באריכט זענען שוין דא עטליכע פעלער וואו די שארפע אייזענעס פון די אויפרייס האבן געעשעדיגט פלייט אטענדענטס.
איך ווייס צו זאגן פון explosions אין מיין מאגן נאכן איינשלינגען די געטראנק, אבער אז די געטראנק זאל ווערן א פלאש-באמבע פון זיך אליינס, דאס האב איך שוין נישט געהערט...

ס'זעהט אויס צו זיין א מנהג וואס איז נאר איינגעפירט ביי די משפחות פון סאדע וואס קומען אן צו סאוטוועסט, די ארבעטער שפעקולירן צווישן זיך אז ס'האט צו טוהן מיט דעם אז די עירליין האט א אייגנארטיגע סדר וויאזוי ארויפצולאדענען די קאנעס אויפן פליגער, און דאס שטעלט זיי אויס צו מער זון-שטראלן, ווי אויך איז די גרעסטע hub פון די לופטליניע אין טעקסאס, וואו די היצן קענען גרייכן צו נאמבערס וואס זענען העכער ווי וויפיל געלט איך האב אין באנק.
דעריבער וואלט איך קיינעם נישט געראטן צו טרינקן קאוק און זיך ארויסזעצן אויף די זון, די כרס קען עקספלאדירן...

can.jpg
can.jpg (388.51 KiB) געזען 464 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

UK עירפארטס זענען אבנארמאל הויכע קענסעלעישנס דורכאויס די לעצטע פאר טעג
זונטאג און מאנטאג האט געהערשט טאטאלע כאאס אין די היטראו און געטוויק לופטפעלדער, נאך וואס די צוויי גרעסטע עירליינס אין לאנד - בריטיש און EasyJet - האבן געקענסלט הונדערטע פלייטס.
די עירליינס האבן געלייגט די שולד אויף שלעכטע וועטערס און ATC ריסטריקשנס צוליב ווייניג סטעף. אבער די איבער 10,000 אפעקטירטע פאסאנדזשירן זענען געווען ברוגז ביז גאר. אסאך פון זיי זענען געווען געשטראנדעט איבערנאכט און געצווינגען געווען צו דרימלען אויף די הארטע בענקלעך נעבן די געיטס (יענע בענקלעך וואו איך בין מסיים עטליכע פעקלעך עסטרייכער'ס טשאקאלאט טשיפ קוקיס ביים זיך טרעפן מיט אסאך איבריגע צייט צוליבן אנקומען גענוג פרי אין עירפארט צו א פלייט אלס precaution...)

אילוסטראציע
sleeping.jpg
sleeping.jpg (113.82 KiB) געזען 439 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

🚨🚨א שרעקעדיגע ווידיאו ווי צוויי פליגערס קומען נאנט איינע צום צווייטן נעבן Syracuse עירפארט אין אפסטעיט ניו יארק פאריגן מאנטאג
די FAA פארשט די אומשטענדן און זאגן אז ס'איז פאקטיש נישט געווען אזוי נאנט ווי ס'זעהט אויס אויף די ווידיאו, אבער דאך זייער נאנט און אומאויסגעהאלטן לויט די כללים פון סעיפטי
די צוויי פליגערס זענען געווען איינע פון אמעריקן און איינע פון דעלטא. ס'איז אינטערעסאנט צו אנצייכענען אז ווען near miss אינצידענטן זענען נאכנישט געווען פאפולער, איז די ערשטע אזא פאל אויך געווען א דעלטא און א אמעריקען ווי געמאלדן יענסצייט דורך ר' @יאנקעל פעדראטשיק (וואו איז ער טאקע לעצטנס? איך בענק מיך נאך אים). לאמיר אלזא האפן אז דאס איז א סיום מעין הפתיחה און אזעלכע שרעקענישן וועלן שוין נישט פאסירן

ווידיאו - גוגל דרייוו
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:06 pm
🚨🚨א שרעקעדיגע ווידיאו ווי צוויי פליגערס קומען נאנט איינע צום צווייטן נעבן Syracuse עירפארט אין אפסטעיט ניו יארק פאריגן מאנטאג
די FAA פארשט די אומשטענדן און זאגן אז ס'איז פאקטיש נישט געווען אזוי נאנט ווי ס'זעהט אויס אויף די ווידיאו, אבער דאך זייער נאנט און אומאויסגעהאלטן לויט די כללים פון סעיפטי
די צוויי פליגערס זענען געווען איינע פון אמעריקן און איינע פון דעלטא. ס'איז אינטערעסאנט צו אנצייכענען אז ווען near miss אינצידענטן זענען נאכנישט געווען פאפולער, איז די ערשטע אזא פאל אויך געווען א דעלטא און א אמעריקען ווי געמאלדן יענסצייט דורך ר' @יאנקעל פעדראטשיק (וואו איז ער טאקע לעצטנס? איך בענק מיך נאך אים). לאמיר אלזא האפן אז דאס איז א סיום מעין הפתיחה און אזעלכע שרעקענישן וועלן שוין נישט פאסירן

ווידיאו - גוגל דרייוו
TCAS האט נישט געפיפן??

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”