נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

טורבעלענס אויף א עיר ניו זילאנד A320 האט איבערגעלאזט איין פארוואונדעטע פאסאנדשיר און איין פלייט אטענדענט אויך. די פאסאנדשיר האט געליטן בריען פון א חסידישע טעמפוראטער קאווע וואס האט זיך געגאסן אין רעזולטאט פון די וואקלענישן.

ANZ.jpg
ANZ.jpg (135.42 KiB) געזען 1674 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

A Virgin Australia Boeing 737-800 bound for Melbourne, Australia, was forced to divert to New Zealand after a fire shut down one of its engines, which may have been caused by a bird strike.

באואינג נעבעך
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

יונייטעד האט שוין באקומען זייער ערשטע דעליווערי נאך וואס די FAA האט אויפגעהויבן די פוס פון די סטאפ ברעיק אויף סערטיפיקאציעס אד"ג וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי חדשים. די נייעסטע פליגער איז א 737 מעקס 8

UAM8.jpg
UAM8.jpg (113.07 KiB) געזען 1587 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איינע פון די געשמאקע צופאלן וואס קענען זיך מאכן אין א מענטשנס לעבן, איז ארויפצוקומען אויף א פליגער און זעהן אז ס'זענען דא אסאך ליידיגע זיצן! מיר האבן שוין געכאפט מער ווי איין שנת העובד אויף א היימישן lie flat אין אזא סיטואציע, דורכן אוועקרוקן די ארמרעסט שטרויכלוגען פון וועג און זיך אויסציען אויף 3 עקאנעמי בענקלעך ווי א יונגל ביים מצוה טאנץ...
די עירליינ'ס פאליסי איז אייביג נישט צו לאזן אריינגיין אין די פרימיום קאבינעס אפילו אויב ס'איז ליידיג, און יעדער פארשטייט עס. אבער זיך ארומרוקן אין עקאנעמי אליינס איז אויך א מחיה, ווייל מ'קען זיך נעמען א ווינדאו אדער אייל סיעט לויט די געשמאק, און כאפן די באלקהעד זיץ אויב ס'ליידיג.

אבער ווען די פלייט אטענדענטס האבן גוטע מדות איז אלעס אנדערש...
א בילד איז פארשפרייט געווארן פון א ליידיגע שורה ביי די באלקהעד, דער בעל הבילד זאגט אז די מעשה דערונטער גייט אז אויף א ליידיגן פליגער האט ער געפרעגט דעם פלייט אטענדענט אויב ער קען זיך זעצן ביים אויבן אן, די פלייט אטענדענט האט צוגעשטימט נאר בתנאי אז ער איז מנדב עשרה פעמים ח"י פאר די אפגרעיד און דער פאסאנדזשיר האט עס אפגעזאגט. זעהט אויס אז די פלייט אטענדענט האט חושש געווען אז יענער וועט עס סייווי זעהן אלס א פאסיגע שטח צו מאכן דארט א ישיבה גדולה, איז געגאנגען דער עין טוב און בנועם מידותיו אראפגעלייגט אלעס tray tables פון יענע רייע כדי צו בלאקן פיזיש די זיצן!!

tray table .png
tray table .png (190.68 KiB) געזען 1529 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:32 am
איינע פון די געשמאקע צופאלן וואס קענען זיך מאכן אין א מענטשנס לעבן, איז ארויפצוקומען אויף א פליגער און זעהן אז ס'זענען דא אסאך ליידיגע זיצן! מיר האבן שוין געכאפט מער ווי איין שנת העובד אויף א היימישן lie flat אין אזא סיטואציע, דורכן אוועקרוקן די ארמרעסט שטרויכלוגען פון וועג און זיך אויסציען אויף 3 עקאנעמי בענקלעך ווי א יונגל ביים מצוה טאנץ...
די עירליינ'ס פאליסי איז אייביג נישט צו לאזן אריינגיין אין די פרימיום קאבינעס אפילו אויב ס'איז ליידיג, און יעדער פארשטייט עס. אבער זיך ארומרוקן אין עקאנעמי אליינס איז אויך א מחיה, ווייל מ'קען זיך נעמען א ווינדאו אדער אייל סיעט לויט די געשמאק, און כאפן די באלקהעד זיץ אויב ס'ליידיג.

אבער ווען די פלייט אטענדענטס האבן גוטע מדות איז אלעס אנדערש...
א בילד איז פארשפרייט געווארן פון א ליידיגע שורה ביי די באלקהעד, דער בעל הבילד זאגט אז די מעשה דערונטער גייט אז אויף א ליידיגן פליגער האט ער געפרעגט דעם פלייט אטענדענט אויב ער קען זיך זעצן ביים אויבן אן, די פלייט אטענדענט האט צוגעשטימט נאר בתנאי אז ער איז מנדב עשרה פעמים ח"י פאר די אפגרעיד און דער פאסאנדזשיר האט עס אפגעזאגט. זעהט אויס אז די פלייט אטענדענט האט חושש געווען אז יענער וועט עס סייווי זעהן אלס א פאסיגע שטח צו מאכן דארט א ישיבה גדולה, איז געגאנגען דער עין טוב און בנועם מידותיו אראפגעלייגט אלעס tray tables פון יענע רייע כדי צו בלאקן פיזיש די זיצן!!

tray table .png
מ'קען עס נישט פיזיש אויפהייבן?

אדער איז עס אזויווי די אריינגעשטעקטע גאפל..
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אמעריקען עירליינס האט געטוישט זייער AAdvantage לאגין בלאט, און מ'דארף שוין נישט אריינלייגן די לעצטע נאמען כדי אריינצוסיינען. זיי האבן אבער צוגעלייגט Two Factor Authentication פאר דיווייסעס וואס די סיסטעם דערקענט נישט.

AA login.png
AA login.png (26.39 KiB) געזען 1516 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:36 am

מ'קען עס נישט פיזיש אויפהייבן?

אדער איז עס אזויווי די אריינגעשטעקטע גאפל..
פארשטייט זיך אז "מ'קען", אבער קיינער זוכט זיך נישט ווען די פלייט אטענדענט מאכט אזא קלארע סטעיטמענט

דזשעט בלו סקעדזשועלס פון אפריל-מאי 2025 ווייזן אז די עירליין וועט גענצליך ארויסרוקן די E190 פון JFK און די A220 ווערט אריינגעשטעלט אנשטאט. דעיס איז א גרויסע דעוועלאפענט אין ריכטונג פון דזשעט בלו'ס פלאן איגאנצן איבערטוישן די עמברעארס פאר עירבאסעס אין איר רידזשענעל פלאטע.
עירליינס פארעפענטליכן סקעדזשועלינג אינפארמאציע ארום 11 חדשים פאראויס, דעריבער איז עס יעצט אויפגעכאפט געווארן.

E190.jpg
E190.jpg (111.28 KiB) געזען 1509 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די קאוויד-סטארטאפ Avelo פארט ווייטער זייער שטארק, און האט אנגעהויבן 4 נייע רוטס פון זייער hub אין Tweed New Haven (HVN). אויף אלע דעסטינאציעס האבן זיי נישט קיין שום קאמפעטישן!

Avelo.jpg
Avelo.jpg (311.1 KiB) געזען 1488 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:59 am
טורבעלענס אויף א עיר ניו זילאנד A320 האט איבערגעלאזט איין פארוואונדעטע פאסאנדשיר און איין פלייט אטענדענט אויך. די פאסאנדשיר האט געליטן בריען פון א חסידישע טעמפוראטער קאווע וואס האט זיך געגאסן אין רעזולטאט פון די וואקלענישן.

ANZ.jpg
#עירבאס פליגער אינצידענטן...
Clever code does not necessarily create clever Software
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:37 am
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:36 am

מ'קען עס נישט פיזיש אויפהייבן?

אדער איז עס אזויווי די אריינגעשטעקטע גאפל..
פארשטייט זיך אז "מ'קען", אבער קיינער זוכט זיך נישט ווען די פלייט אטענדענט מאכט אזא קלארע סטעיטמענט
אויף אזא זאך זאגט מען "א שאלה איז טריף", נעקסט טיים פרעג נישט מאך נישט, נאר ווארט ביז די פלייט איז אין די לופטן און ווען קיינער זעט נישט גיב זיך א גליטש אריין דעמאלטס זאגן זיי גארנישט דערקעגן
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די סטעיט דעפארטמענט האט באנייט דאס באנייאונג פון פאספארטן אנליין.
אין 2021 האט עס די DOS אויספראבירט אין די Alpha שטאפל, א טעסט וואס האט אנגעהאלטן ביז אין מארטש 2023. יעצט איז עס ווידער געעפנט געווארן אין די Beta שטאפל.

Pass.jpeg
Pass.jpeg (82.6 KiB) געזען 1232 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אביסל סטרייק נייעס...
- עיר קאנאדע פילאטן האבן זיך געוואנדן צו די רעגירונג אז זיי זאלן העלפן מיט פארהאנדלונגען כדי צו פארמיידן א סטרייק. זיי טענה'ן אז זיי באקומען זייער ווייניג באצאלט און ס'נישט געווען קיין העכערונגען פאר לאנגע יארן.
- טראנספארטאציע סעקרעטאר פיעט בוטיטשעדזש איז געזעצן מיט אמעריקען עירליינס פלייט אטענדענטס וואס ווילן גיין אין קאמף מיט די עירליין איבער געהאלט, צו זעהן וויאזוי מ'קען זיך דורכקומען אן א סטרייק.
- די פעיראלל געפעכט ביי Aer Lingus איבער וועלכע מיר האבן שוין עטליכע מאל באריכטעט, איז נענטער געקומען מיט א שטאפל ווען ארבעטער האבן אפגעהאלטן א צווייטע אפשטימונג יא צו סטרייקן.

Air_Canada_HQ.jpg
Air_Canada_HQ.jpg (55.18 KiB) געזען 1190 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קאודשעיר אגרימענט אומדירעקט אויפגעדעקט געווארן אין DOT אפליקאציע
וועט פארברייטערן אפציעס פון די פאראייניגטע שטאטן קיין אייראפע מיט א סטאפ אין קאנאדע

די קאנאדישע וועסטדזשעט האט אפלייט ביי די אמעריקאנע טראנספארטאציע דעפארטמענט צו קענען פליען צו אמעריקאנע לופטפעלדער אונטער פלייט נאמבערס פון Condor. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי הייבן אן אפעראציעס אונטער א קאודשעיר.
אויף די עצם אגרימענט דארפן זיי נישט קיין אפראוול פון די אמעריקאנע אויטאריטעטן, ווייל דאס איז א דיעל צווישן א דייטשע און א קאנאדישע קאמפאני און פאלט נישט אונטער פעטער שמואלי'ס יורידיסטריקציע, אבער אויב ווילן זיי פארן אריין אין אמעריקע בשעת'ן אויספירן א פלייט דעזיגנירט אלס א צווייטע עירליין (ס'מיינט כאילו אז ס'האט אויך א קאנדאר פלייט נאמבער) דארפן זיי שוין יא ספעציעלע ערלויבעניש. וועט מען זעהן אויב זיי וועלן עס באקומען.

בייגעלייגט איז די מאפע פון רוטס וואס וועלן אויסגעפירט ווערן אונטער די אגרימענט. אויבנאויף קוקט מיר אויס ווי קאנדאר אליינס האט סיזענעל דירעקט רוטס צו כמעט אלע פון די אמעריקאנע עירפארטס וואס זיי ווילן סערווירן דורך וועסטדזשעט, אויסער IAH, MCO, און TPA, דעריבער קען זיין אז די גאנצע אויפטוה איז נאר צו מאכן זייער סערוויס גאנציאריג.

Mapa.jpg
Mapa.jpg (87.85 KiB) געזען 1108 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

אין גאר פריידיגע נייעס האט עמירעטס געשניטן די פרייז פון די עקאנאמי ריווארדס טיקעטס מיט איבער 50%!
אטעטשמענטס
עמירעטס עקאנאמי .jpg
עמירעטס עקאנאמי .jpg (39.07 KiB) געזען 934 מאל
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

Yiddish Travel האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:38 am
פון דזשון 19 און ווייטער וועט מען קענען בוקן על-אל טיקעטס מיט ווירדזשין אטלאנטיק פוינטס, נאכדעם וואס די צוויי עירליינס האבן זיך פאראייניגט אין א קאודשעיר אגרימענט, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס די רעיטס וועלן זיין.
און די רעיטס קומען אריין היבש טייער
אטעטשמענטס
VS TLV.jpg
VS TLV.jpg (72.29 KiB) געזען 828 מאל
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Yiddish Travel האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 5:48 pm
Yiddish Travel האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:38 am
פון דזשון 19 און ווייטער וועט מען קענען בוקן על-אל טיקעטס מיט ווירדזשין אטלאנטיק פוינטס, נאכדעם וואס די צוויי עירליינס האבן זיך פאראייניגט אין א קאודשעיר אגרימענט, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס די רעיטס וועלן זיין.
און די רעיטס קומען אריין היבש טייער
נו שוין, זיי לערנען זיך פון דעלטא, כי לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

היטראו סעקיורעטי אגענטן מיט pins פון די פאלעסטינע פאן באזארגן אידישע רייזנדע
ס'איז אין פארלעצונג פון עירפארט פאליסי

פאריגן זונטאג זענען 5 סעקיורעטי אגענטן (אזויווי די TSA) אין היטראו עירפאט, באמערקט געווארן טוהן זייער ארבעט בשעת'ן טראגן pins מיט די פאלעסטינע פאן און א וואסערמעלאנע אויף זייער אפיציעלע אנצוג, אין פארלעצונג פון עירפארט פאליסי און מעגליך אויך UK געזעצן.
די גרופע פון זיכערהייט פערסאננעל האבן זיך ארומגעדרייט דערמיט ביים סקרינען פאסאנדזשירן אין טערמינאל 4 וואס באהאנדלט - צווישן אנדערע - די פלייטס פון אל-על. פאסאנדזשירן וואס האבן באמערקט די ערשיינונג האבן געשפירט אז ס'איז מאדנע ביז גאר ווי די אגענטן וואס דארפן צו פארזיכערן די פליגער פון טעראריזם, טוען זיך אידענטיפיצירן מיט טעראריסטישע קערפערשאפטן.
אן אקטיוויסטן גרופע וואס רופט זיך UK Lawyers for Israel איז ארויסגעקומען מיט פארדאמונגען און סטראשערייען. די עירפארט האט אנערקענט אז פאליסי איז פארלעצט געווארן אבער דערווייל זיך נישט אנטשולדיגט.

נישט לאנג צוריק, האט דזשעט בלו באזייטיגט א פלייט אטענדענט פארן טראגן א פאלעסטינע pin און באזייטיגן א אידישע קאסטומער וואס האט אויסגעדרוקט זארגן דערוועגן. די קאמפאני האט אויך איבערגעמאכט זייער פאליסי איבער וועלכע שטעקערס מ'מעג אריינשטעכן אינעם אנצוג בשעת די ארבעט, כדי זיכער צו מאכן אז אזאנס פאסירא נישט מער.

די וואסערמעלאנע איז געווארן א צייכן פון סאלידאריטעט פאר די פאלעסטינע מאוומענט, וויבאלד א קערלדיגע מעלאנע האט די קאלירן שווארץ, גרין, רויט און ווייס, די זעלבע קאלירן ווי די פאלעסטינע פלעג. ספעציעל ווערט עס ברייט-באנוצט אין א עמאודזשי פארמאט, כדי אויסצוקראסן צענזור-אלגעריטמס וואס כאפן אויף וואו ס'איז דא א שמועס איבער פלישתים וכדו'.

אשרי שישלם לך את גמולך שגמלת לנו, אשרי שיאחז וניפץ את עולליך אל הסלע...
Melon.jpg
Melon.jpg (123.87 KiB) געזען 615 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אמעריקען עירליינס פארלוירענע רענצל געטרעקט צו היימלאזע שעלטער
זעהט נישט אויס צו זיין די ערשטע מאל ס'פאסירט

ווען אן אמעריקען עירליינס פאסאנדזשיר האט נישט באקומען איר רענצל אין צייט, האט די עירליין פארשפראכן עס צו דעליווערן צו איר אינדערהיים. אבער ווען די סטאטוס ביי די עירליין איז געווען "אויפן וועג צו דיר" האט זי עס געטרעקט מיט א Apple Airtag און עס אפגעפונען ביי א היימלאזע שעלטער!
די פרוי פון די Burbank געגנט נעבן האליוואד, קאליפארניע, האט נישט באקומען איר רענצל ביים לאנדן אינדערהיים פון DFW צוליב א קענסעלעישן און דילעי סיטואציע. די עירליין טוט געווענליך אין אזא פאל אפטראגן דעם רענצל צום קאסטומער'ס אדרעס, אבער איר עירטעג האט אנדערש געוויזן.
נאכן באקומען דעליווערט א פרעמדנ'ס רענצל, האט זי זיך ארויסגעלאזט צום פלאץ וואו איר טרעקער האט געצייגט, וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין א שעלטער פאר היימלאזע מענטשן!
זי האט ווירקליך אפגעפונען דארט איר רענצל, אבער די אינהאלט איז געווען אויפגעווארפן, שמוציג און אומנוצבאר. זי איז אויך געווען שאקירט צו זעהן אויף יענעם לאקאציע אסאך אנדערע פעקלעך און חפצים וואס קומען קלאר פון די עירפארט, געוויסע האבן אפילו געהאט עירליין טעגס דערויף אין א צייכן אז דאס איז נישט געווען אן איינמאליגע געלעגנהייט נאר די שעלטער איז א ווארימע היים פאר אסאך רענצלעך אין די סיטואציע.
זי האט געכאפט בילדער פון איר שוין-יעצט היימלאזע טאשקע און געפיילט א פאליס רעפארט. אמעריקען עירליינס האט געאפפערט $1,700 פארגיטיגונגס, אבער זי זאגט אז צווישן דזשולערי, ברענד-נאמען קליידונג א.א.וו. האט זי פארמאגט דארט לכה"פ 6 טויזנט דאללער!!

אילוסטראציע, נישט די יעצטיגע חברהמאן
Homeless.jpg
Homeless.jpg (210.91 KiB) געזען 586 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:45 am
אמעריקען עירליינס פארלוירענע רענצל געטרעקט צו היימלאזע שעלטער
זעהט נישט אויס צו זיין די ערשטע מאל ס'פאסירט

ווען אן אמעריקען עירליינס פאסאנדזשיר האט נישט באקומען איר רענצל אין צייט, האט די עירליין פארשפראכן עס צו דעליווערן צו איר אינדערהיים. אבער ווען די סטאטוס ביי די עירליין איז געווען "אויפן וועג צו דיר" האט זי עס געטרעקט מיט א Apple Airtag און עס אפגעפונען ביי א היימלאזע שעלטער!
די פרוי פון די Burbank געגנט נעבן האליוואד, קאליפארניע, האט נישט באקומען איר רענצל ביים לאנדן אינדערהיים פון DFW צוליב א קענסעלעישן און דילעי סיטואציע. די עירליין טוט געווענליך אין אזא פאל אפטראגן דעם רענצל צום קאסטומער'ס אדרעס, אבער איר עירטעג האט אנדערש געוויזן.
נאכן באקומען דעליווערט א פרעמדנ'ס רענצל, האט זי זיך ארויסגעלאזט צום פלאץ וואו איר טרעקער האט געצייגט, וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין א שעלטער פאר היימלאזע מענטשן!
זי האט ווירקליך אפגעפונען דארט איר רענצל, אבער די אינהאלט איז געווען אויפגעווארפן, שמוציג און אומנוצבאר. זי איז אויך געווען שאקירט צו זעהן אויף יענעם לאקאציע אסאך אנדערע פעקלעך און חפצים וואס קומען קלאר פון די עירפארט, געוויסע האבן אפילו געהאט עירליין טעגס דערויף אין א צייכן אז דאס איז נישט געווען אן איינמאליגע געלעגנהייט נאר די שעלטער איז א ווארימע היים פאר אסאך רענצלעך אין די סיטואציע.
זי האט געכאפט בילדער פון איר שוין-יעצט היימלאזע טאשקע און געפיילט א פאליס רעפארט. אמעריקען עירליינס האט געאפפערט $1,700 פארגיטיגונגס, אבער זי זאגט אז צווישן דזשולערי, ברענד-נאמען קליידונג א.א.וו. האט זי פארמאגט דארט לכה"פ 6 טויזנט דאללער!!

אילוסטראציע, נישט די יעצטיגע חברהמאן
Homeless.jpg
וואס עס גייט אלס פאר ביי אמעריקען עירליינס...
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אנגעהויבן פון סעפטעמבער 6 למס', וועלן דזשעט בלו בעיסיק עקאנעמי טיקעטס אינקלודן א אומזינסטע קעררי-אן רענצל! דאס שטעלט זיי אין ליניע מיט פאליסיס פון די אנדערע גרויסע אמעריקאנע עירליינס.

Bin.jpg
Bin.jpg (111.16 KiB) געזען 562 מאל
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די CEO פון אמעריקען עירליינס האט פארדאמט די אינצידענט וואו פלייט אטענדענטס האבן גענומען שריט אראפצושיקן 8 מיטגלידער פון די שווארץ פאמיליע באזירט בלויז אויף אויסקוק. אין א אינטערנעל מעמא האט ער אריינגעשניטן אין די ארבעטערס מיט די שארפסטע ווארענונגען אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

גלאובעל עירליינס - די נייע A380 קעריער - האט אפגעשטופט די דאטופ פון launch, זיי זאגן אז ס'וועט הערשט זיין אין 2025. לכתחילה האבן זיי שוין געפלאנט אנצוהייבן ענדע די יעצטיגע למספרם יאר.
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דערמאנונג: אין די היינטיגע עפאכע ווען געז איז נישט קיין ביליגע ארטיקל, איז נאך פארבליבן איין סארט געזאלין וואס איז גענצליך אומזינסט! די לייק קנעפל!

ס'קאסט אייך נישט קיין געלט , א טראפקעלע צייט, און גיסט אריין געזאלין פארן שרייבער צו גיין ווייטער!
די עוורידזש לייק פער תגובה אין דעם אשכול איז געפאלן די לעצטע וואך-צוויי, טראצדעם וואס די views זענען אויף די זעלבע ראטע ווי בעפאר.
פליז לייק לייק נעווער ביפאר!
👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇👇
👈 א פי. די. עף. וואס איר וואלט הנאה געהאט צו ליינען 👉
👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆👆
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:28 am
דערמאנונג: אין די היינטיגע עפאכע ווען געז איז נישט קיין ביליגע ארטיקל, איז נאך פארבליבן איין סארט געזאלין וואס איז גענצליך אומזינסט! די לייק קנעפל!

ס'קאסט אייך נישט קיין געלט , א טראפקעלע צייט, און גיסט אריין געזאלין פארן שרייבער צו גיין ווייטער!
די עוורידזש לייק פער תגובה אין דעם אשכול איז געפאלן די לעצטע וואך-צוויי, טראצדעם וואס די views זענען אויף די זעלבע ראטע ווי בעפאר.
פליז לייק לייק נעווער ביפאר!
ס׳קאסט יא געלט. געבן א לייק ניצט דעטע. יו עס מאביל געבט עס נישט בחינם.😀

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”