ביטקוין און אנדערע ווירטואלע וואלוטע
דא האט איר עטליכע אויסצוגן
פון דא
מאנ-יימער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן: איינער קען אראפ לייגן אין קורצן וואס 'ביטקוין' איז? ס'איז זענען לעצטענס אסאך אין די נייעס אבער איך האב נישט פונקטליך ארויס די קאנצעפט. פון וואס איך פארשטיי איז עס ווי אנליין געלט. מ'האט זיך געהאט געשלאגן צו עס הייסט א געהעריגע קארענסי צו נישט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס וואו ווען.
איינער האט לכתחילה'ס נומבער?
שוין אסאך מאל זיך געוואלט נעמען צו אן ארטיקל איבער ביטקוין, און יעדעס מאל כ'האלט שוין אין גרעסטען ברען און פולען שוואונג (קרעדיט: יחצל) לאזן זיי מיך איבער מיט די צינג אינדרויסן! עס קומט פונקט יעמאלט ארויס א באריכט וואס קען אנדייטן די גענצליכע צוזאם פאל פונען גאנצען בנין.
שוין אבאוט טיים צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער דעם, שוין די צווייטע מאל אין איין וואך וואס איך זעה עפעס נייעס דערוועגן, היינט איז באריכטעט אז "פלעקסקוין" א באנק פאר ביטקוינס האט צוגעמאכט נאכן האבן א ריזיגע גניבה ווען העקערס האבן אריינגעהעקט אין זייער אנליין באנק און אויסגעליידיגט זייער אוצר.
און דא שטייט
גימעל האט געשריבן:מומחה עצום האט געשריבן: דא קענט איר זעהן לייוו Bitcoin טראנזאקציעס איבער די וועלט http://fiatleak.com
און וואס איז ביטקאון? איך האב עס נישט געהעריג ארויס, פארוואס זאל עס א מענטש נוצען?
והא לך ממה שמצאתי כאן
היפאקריט האט געשריבן: אין א בעזונדערע אשכול זאל לכתחלה אדער ווער באריכטן ווער און וואס פאר א שווארץ קאפל ביטקוין איז, ווער ברויך עס, אאו (דוכט זיך עפעס א שייכות מיט די וואס גלויבן נישט אין די אמעריקאנישע וואלוטע ווייל ס'גייט שוין באלד אונטער ל"ע ול"ע)
ממילא עפן איך דעם אשכול ווי מ'זאל באהאנדלן אלעס ארום ביטקוין.
צום ערשט:
ווער איז אויפגעקומען דערמיט?
ווי אזוי ארבעט עס?
ווי באקומט מען עס?
וויפיל איז עס ווערט?
פארוואס האט עס א שוויות?
וואס איז מיט די לעגאלע חלקים פון דעם?
ועוד וכו' וגו' וכדומה
איך לאז איבער די ווארט פאר אייך.