Re: ביטקוין און אנדערע ווירטואלע וואלוטע
אוודאי איז ביטקוין געהעריגע Fiat money. פונקט ווי ווענעזועלע'ס איז, און פונקט ווי דאודזש קוין איז.מאשלי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:11 pm
@שפילקעס זייער שיין צולייגט די קאנצעפט וואס ביטקוין איז.
לעני"ד איז ביטקוין א וואלוטע,לאמיר זיך מסבירן..
לאמיר קודם מסביר זיין וואס איז דאס א וואלוטע?!? מתחילה ווען איינער פלעגט ווילן קויפן לדוגמא ווייץ, וויאזוי האט ער געקענט אנקומען דערצו? ער איז געגאנגען צו די ווייץ הענדלער און געזאגט איך פלאנץ דאך קארן, איך גיב דיר אביסל פון מיינע קארן, און גיב מיר אביסל פון דיינע ווייץ, און אזוי איז מקח וממכר אנגעגאנגען די גראדסטע וועג שייך..
לימים, איז מען געווארן מער אויפגעקלערט וואס דארף איך מיר שלעפן מיט א באקס קארן איעדע מאל ווען איך וויל עפעס קויפן? איך וועל מיך אנקויפן מיט מיינע קארן א טייערע קאמאדאטי (ווי גאלד, זילבער, וכדו'), און איעדע מאל איך וויל עפעס קויפן וועט וועט מען געבן אביסל דערפון, וואס וועט זיין אסאך גרינגער.
למעשה, האט מען געזעהן אז דאס איז נאך אלץ נישט אזוי גרינג, איז מען אויפגעקומען מיט די המצאה פון שטרות, ד"ה, ווען איך וויל קויפן ווייץ גיב איך איבער א שטר פארן ווייץ הענלער אז ער האט ביי מיר כך וכך גאלד, אזוי וועט מו"מ צוגיין אסאך גריגער.. וואס דאס איז געווען די סטאנדארט ביז נישט לאנג צוריק, אז איעדע רעגירונג פלעגט ארויסגעבן שטרות (קעש) אז מ'האט גאלד ביי זיי, און איז און פאקט געווען בעקט ביי גאלד, און מיט דיע שטרות האט מען געהאנדלט, די געלט האט געהייסן "די גאלד סטענדערד".
למעשה און 1971 האט די US גאווערמענט מחליט געווען צו טוישן די סטאנדארט (צוליב עטליכע סיבות) און געסטאפט צו בעקן די געלט ביי גאלד, און ס'האט זיך אנגעפאנגען די "Fiat money" תקופה אין וואס מיר לעבן היינט וואס די געלט איז געבעסד בלויז אויף טראסט.. און אט דאס איז ביטקוין...
איי ס'איז נישט סטאביל? אסאך קאראנסיס זענען נישט סטאביל, לדוגמא טערקיי און זימבאבאבווא, און אפגערעדט ביטקוין טאקע דערפאר אז ס'איז נישט בעקד ביי א רעגירונג און אז ס'איז ניי, מאכט די טראסט אומסטאביל.
היוצא "לי" מזה.. ביטקוין איז א געהעריגע Fiat money..
דער חורבן איז נאר דער בעיסעס פון א Fiat money (און נישט מאנאפאלי געלט) איז אז אונטער דעם שטייט א גאנצער לאנד עקענאמיע וואס נוצט דער געלט פאר יעדע זאך און אלע זייערע זאכן זענען ווערד בעיסד אויף דעם, ווי אויך א מאכטפולע גאווערמענט וואס האט שטארקע אינטערעסן און וועגן צו מאכן אז דער Fiat money זאל בלייבן ווערד (אביסל ווייניגער אדער אביסל מער, אבער ווערד.) ווידעראום ביי ביטקוין איז נישט דא קיין שום עכטע בעקינג אז דער Fiat money איז עפעס ווערד, און עס ווערד נישט גענוג פאר קיין שום נארמאלע עקענאמישע זאכן, דער ארויף און אראפ איז בעיקר פון שפעקולאציעס פון מענטשן וואס קויפן עס אדער אלץ ריסקי אינוועסטמענט אדער צו פארדינען פון די אפס.
ווי איך פארשטיי איז שפילקעס' פוינט נישט געווען וואס עס איז עכט, עפעס איז דאך עס. נאר מער פאר וועלכע סארט וועליו זאל איינער עס יעצט גיין קויפן. און דא קומט אריין אז קיינער קויפט נישט טערקיי און זימבאבאבווא וואלוטע צו קענען נוצן, ווייל עס איז אומסטאביל.
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט