ס'איז נארוואס געמאלדן געווארן אז די נייע פרעכטיגע און ריזן בית מדרש אויפן מעריוואלד גאס אין בלומינגראוו גייט געעפנט ווערן די קומענדיגע ר"ח ניסן הבעל"ט "ביום בו הוקם המשכן"
די פראכטפולע בית לתורה ולתפילה, איז נתנדב געווארן דורכן רבני הנגיד והמפואר, דער אלעמען באקאנטער בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הרב אברהם דוב יאקאבאוויטש שליט"א, סגן ראש הקהל דקהל יטב לב דסאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך דא געלאזט קאסטן עפרות זהב כדי צו צושטעלן א פאסיגן מקום לתורה ולתפילה פארן נייעם היימישן גענגט און עתיד שכונת "בלומינגראוו" המעטירה
ווי עס שיינט וועט די נייע שוהל וואס איז געבויעט געווארן סיי גרויס און פראכטפול שיין אןו בעיקר זייער באקוועם און אנגענעם אויסוואקסן אין קורצן צו א לייכט טורעם פארן געגנט וואס פלאגט זיך אין די לעצטע יארן מיט א געהעריגן בית מדרש אינעם האריזאנט
שהחיינו! וקימנו! והגיענו!
אטעטשמענטס
image0.jpg (346.15 KiB) געזען 5810 מאל
קהל יטב ל0ב בלומינג-גראוו עד .jpg (314.97 KiB) געזען 5810 מאל
פיינע קאוועהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:50 am
על בשורה טבה אומר ברוך שהחיינו!!
ס'איז נארוואס געמאלדן געווארן אז די נייע פרעכטיגע און ריזן בית מדרש אויפן מעריוואלד גאס אין בלומינגראוו גייט געעפנט ווערן די קומענדיגע ר"ח ניסן הבעל"ט "ביום בו הוקם המשכן"
די ביז יעצטיגע שול אין די טרעילארס וועט פארוואנדעלט ווערן אין א מצה בעקעריי פאר תושבי העיר פאר ערב פסח.
בית המדרש החדש והמפואר "בנין שיפף" בשכונת רעמסען בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר’ ישראל שיף הי"ו מראשי קהילתינו הק’ אין די לעצטע פאזעס צו פארענדיגט ווערן, מיטן פלאן צו באנייען דעם פראכטפולן בית אלוקים אויפן קומענדיגן יו”ט פסח הבעל"ט