ווי זעיסטו אז די ביהמ"ד גייט זיין אזא סארט קאמערשעל ביהמ"ד? גייט האבן חדרי תפלה בכלל? די היכל קוקט אויס שיין באקוועם פאר חסידי סאטמאר פון די געגענט נישט דווקא פאר א צענטער.
סקומט א מקוה און בפשטות פאלישן מיט צוזאמענלייג ווענט. אין סאטמאר איז יעדער וועלקאם (קוק ביי 1 און 13, די סדום’ניקעס זענען ממש א מיעוט שבמיעוט) דעריבער זאגט זיך קאנפידענטלי אז דאס גייט דינען דעם געגנט.
צו ממש איינער א געשמאקער יונגערמאן גייט ארומלויפן אנדרייען מנינים? (וואס דען מאכט א ביהמ”ד קאמערשל ?) ווייסעך נישט.. אבער מאנסי דארף נישט ממש די וויליאמסבורגע כאאס וכו’ סאיז גענוג א רואיגע שטילע ווינקל מיט אלע צרכים פאר סיי וועלכע עמך איד זיך צו קובע זיין דארטן. אז מהאט הנאה נעמט מען אנטייל אין די החזקת הביהמ”ד כמובן.
זיכער איז יעדער וועלקאם, כזאג נאר אז אן שטיבלעך און מיט די סייז היכל ביהמ"ד, איז עס פונקט גענוג פאר די חברי הקהלה תושבי השכונה, נישט עפעס איבעריג פלאץ פאר סתם אידן פון די געגענט
א שטיקל באריכט. כבין געווען זעהן דעם ביהמ"ד צוזאמען מיט ר' ישראל זז"ג.
די היכל הביהמ"ד שטאק איז פחות יותר פארטיג, די ווייבער שוהל אויכעט, ד.מ. אז די קהילה וועט זיך שוין אהינציען ביז עטליכע וואכן. הייסן הייסט עס ביז 4 וואכן אבער לאמיר טראכטן קאנסערוואטיוו איז עס ביז 8 וואכן.
די ווייבער שוהל איז א חידוש די הויעכע דאך קע"ה ווי ספאסט, עקסטער קומט א קידוש שטובל אויבן פאר קדישים ביי די פרויען ביי שמחות. בעיסיקלי די ווייבער שוהל וועט זיין צוטיילט מיט א גלאזערנע וואנט מיט א טיר אינדערמיטן במשך די יאר און ימים נוראים וועלן ביידע שטובלעך זיין אין באנוץ בעזה"ש. די הויעך פון ווייבער שוהל מיט די קלארע פענסטערס און די הויעכע דאך שוין פון אזא הויעך איז באמת א חידוש.
צוריק צו די ביהמ"ד שטאק, סקומט א קאווע שטובל, בתי כבוד, מיט א קאוט רום. עקסטערדעם קומט א מאסיווע אוצר הספרים שטובל מיט א גאלעריע. ר' ישראל האט בדעה אז די היכל הביהמ"ד זאל נישט האבן קיין שום מנין דורכאויסן וואך נאר בלויז עס זאל זיין מוקדש אויף צום לערנען. עקסטער קומט א הערליכע בית הוראה מיט א פענסטער מיט אלע פיטשעווקעס פארן רב דבית המדרש ומורה הוראה מובהק הרב הגאון ר’ חיים האלד שליט”א.
יעצט די ערשטע שטאק. דא קומט צוויי שטובלעך אויף צום דאווענען במשכן וואך, סהייסט אז אנהייבן וועט מען מיט בלויז איין שטובל מיט א מנין שחרית יעדע שעה, 6:30 7:30 8:30 9:30 (10:30). עקסטער וועט זיין אן עליוועיטער צום ביהמ"ד שטאק, א מקוה מיט 12 שויערס (כהאב געציילט) און א שמש שטובל. נאך א חידוש איז אן עקסטערע מקוה מיט אן עקסטערע אריינגאנג פאר שבת קודש ביינאכט עפעס וואס די גאנצע עריע קען דעספערטלי נוצן. די שטאק איז נאכנישט פארטיג.
ר’ ישראל האלט אינמיטן עפעס א הסכם מיט די דערנעבנדיגע וועירהאוז פאר א פארקינג. עקסטער קומט א חבירים סעקיוריטי בודקע דערנעבן וואס מוועט קענען ניצן פאר שבת אויב דארף מען א שבת גוי.
we need a minyunim center. thank you r' yisruel schiff
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אריין די גאָר פריידיגע הרחבת הגבולי הקדושה נייעס, אַז די *״טאַון אָוו מאָנראָו״* האָט ברוך ה׳ *געשאָנקען די ענדגילטיגע פּערמיטן* פאַר׳ן פולשטענדיגן אויפבוי פון דעם נייעם
*מלכות׳דיגער מאַיעסטעטישער ביהמ״ד החדש ״בית יעקב נחמי׳״ דק״ק יטב לב סאטמאר קרית יואל, בשכונת קארלסבורג - עצי תמרים אויף *דעם ריזיגן שטח* וואָס איז אָפּגעקויפט און נתנדב געוואָרן דורך *האחים הנדיבים המפורסמים לבית יאקאבאוויטש שיחי׳ וואָס אַנטשפּרעכט צו זיין *הודה זיוה והדרה* פון דער גאַנצער אומגעגנט!
בשעתו, תיכף נאכ׳ן אפּקויף, איז אויפגעשטעלט געוואָרן *דער צייטווייליגער ביהמ״ד דקהלתינו הק׳* וואס איז זייט דעמאלט דער רוחניות׳דיגער באלייכטער פאר אנ״ש תושבי השכונה צו קענען קובע זיין מקום לתורה ולתפלה.
מיט העכער 3 יאָר האָט דער ועד קרן הבנין געפיילט די פּלענס מיט׳ן *טאַון פּלעניג און זאונינג באָורד*, צו קענען אויפבויען א פּערמאַנענטן מעכטיגער בנין ביהמ״ד, מיט אַ *מאַיעסטעטישע מקוה, 4 חדרי התורה והתפלה, היכל אדיר וגדול*, אַלס פּראַכטפולער ״רוחניות׳דיגער צענטער״ פון דער גאַנצער געגנט.
אַצינד, אחרי כל התלאה מיט די מוטשענישן ביי די טאַון, האָט דער ועד קרן הבנין *ענדגילטיג ערהאַלטן די ״בילדינג פּערמיטן״ אז מ׳קען ״שוין אנהייבן״ אויפצובויען אַ ריזיגער קעניגליכער בנין פון העכער 20,000 סקווער-פיס* — 4 שטאָק, יעדער שטאָק 6,000 סקווער פיס!
*די טראקטארן געפינען זיך שוין אויפ׳ן שטח!!* און בעז״ה *דעם קומענדיגן מאנטאג הייבט מען אן מיט מיט׳ן פולסטן קראפט די מאַסיווע בוי-אַרבעט לבנות בית אדיר לה׳ ולתורתו!*
*וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי! גדול ואדיר יהי׳ כבוד הבית! כן ירבה וכן יפרוץ!!!*

בנין בית מדרשינו הגדול והחדש דקהלתינו הק' בית שמש ערשטע שטאק פון בנין הגדול אין בורות המקוה טהרה איז געגאסן געווארן פאריגען ערב שב"ק בהר, אצינד, שטייענדיג ביים שטאפל ווען די פאדלאגע פונעם בנין האדיר איז שוין גרייט, וועט מען די וואך בעז"ה אנהייבן ארויפציען די ווענט פונ'ם בנין הגדול אין מ'האפט בעז"ה, אז ביז עטליכע וואכן וועט דער דרויסענדיגער סטרוקטור פונ'ם בית המדרש שטיין גרייט, און דאן וועט מען אי"ה אנפאנגען די אינסייד ארבעט, ווי דער בנין פארשפרעכט צו זיין א בנין אדיר ומפואר. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
אטעטשמענטס
1.jpg (374.36 KiB) געזען 1968 מאל
2.jpg (388.15 KiB) געזען 1968 מאל
3.jpg (375.48 KiB) געזען 1968 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אריין די גאָר פריידיגע הרחבת הגבולי הקדושה נייעס, אַז די *״טאַון אָוו מאָנראָו״* האָט ברוך ה׳ *געשאָנקען די ענדגילטיגע פּערמיטן* פאַר׳ן פולשטענדיגן אויפבוי פון דעם נייעם *מלכות׳דיגער מאַיעסטעטישער ביהמ״ד החדש ״בית יעקב נחמי׳״ דק״ק יטב לב סאטמאר קרית יואל, בשכונת קארלסבורג - עצי תמרים
*די טראקטארן געפינען זיך שוין אויפ׳ן שטח!!* און בעז״ה *דעם קומענדיגן מאנטאג הייבט מען אן מיט מיט׳ן פולסטן קראפט די מאַסיווע בוי-אַרבעט לבנות בית אדיר לה׳ ולתורתו!*
*וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי! גדול ואדיר יהי׳ כבוד הבית! כן ירבה וכן יפרוץ!!!*
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
נדיבי לב זענען מנדב גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם נייעם בית גדול וקדוש בית המדרש 'שכונת וואלנאט רידזש' דקהלתינו הקדושה. אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט די שנעלע אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש דקהלתינו הקדושה שכונת וואלנאט רידזש, וואס דאס וועט אויך גלייכצייטיג דינען אלס דעם 'רבינ'ס ביהמ"ד' בעת ווען רבינו שליט"א טוט וויילן עטליכע מאל א יאר בתוככי עירינו המעטירה.
תומכי ונגידי בית סאטמאר די בכל אתר ואתר נוצן אויס די געוואלדיגע געלעגנהייט מיטן זיך איינהאנדלען די געוואלדיגע זכותים נצחיים לטובת בניית בנין בית המדרש. צו קויפן א זכות קען מען מען זיך פארבינדן אויף 347-675-8654, אדער שיקט א אימעיל צו:gmail.com@bhwalnutridge בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
אטעטשמענטס
1.jpg (341.08 KiB) געזען 760 מאל
2.jpg (359.14 KiB) געזען 760 מאל
3.jpg (269.45 KiB) געזען 760 מאל