Re: קורצע אינטערוויוס אויף קול מבשר, 1-1-4
מנשה מאיר האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:59 pmעס איז אמת, אז ווען מען בעט ר' זלמן עפעס אראפצונעמען נעמט ער עס גלייך אראפ ולשבחו יאמרבלייב געזונט האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:39 pmאז מען רעדט צו ר' זלמן פערזענליך, נארמאל און מענטשליך, וועט ער זיך געווענליך רעכענען מיט דעם.בשר ודגים האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:37 pmמ'קען דארט אויך דווח'נען (דורכ'ן לאזן א מעסעדזש פאר די מערכת) און זיי נעמען געווענדליך אראפ,פאראויס האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:28 pmאז מ'רעדט פון קול מבשר. ליידער געהערט צוויי מאל שוין אפענע ציונות פון די 'באריכטן' וואס עס געבן אראפ אידן פון ארץ ישראל. דער פון אשדוד און אנדערע.
ס'איז אסאך ערגער ווי דא אויף אייוועלט וואו אנדערע קענען כאטש ענטפערן. + מ'קען עס דווח'נען און די הנהלה נעמט עס גלייך אראפ.
שטייצעך זאכן וואס זענען לויט רוב גדולי ישראל מדור הקודם אסור צו געזאגט ווערן, סתם נאכגעבן פאר איינער וואס האט בויך קרעמפן וועלן זיי טאקע געווענדליך נישט.
אמר''ש, זלמן איז לכאורה די גרעסטע מתווך צווישן אלע רייבערייען אינערהאלב די היימישע קרייזן...
אבער למעשה, רעדן דארט צווייפלהאפטיגע מענטשן וואס ווערן נכשל און רעדן ציונות, און עס האט נישט קיין שום תירוץ פארוואס אזאלכע מענטשן מעגן דארט רעדן בכלל
עכ"פ יעדע מינוט וואס עס ליגט א דבר ציונות ווערט עס געהערט דורך טויזענטער מענטשן, און איך וואלט דאס נישט געוואלט האבן אויף מיין אחריות.
https://sellerboard.com/?partner=00529