טעגלאש בתפארתה
קיקיון האט געשריבן:גערעכטער האט געשריבן: איינמאל פאר אלעמאל.. וואס איז דאס 'טעגלאש'. (ניין איך ווייס נישט.. )
א אונגאריש דערפעל לעבען האטהאז ווי הרה"ק ר שלו' אליעזר הי"ד האט זיך אויפגעהאלטען א ווייל פאר ראצפערט
און אויך הרה"ק מהרי"ד אבד"ק בעלזא זי"ע
באמת בין איך נייגעריג פארוואס דער נאמען פון א הערליך אידיש דערפיל וואס מיינע קרובים
דערציילען איז געווען א חטיבה אתת פון אבהב אחוה שלו' וריעות
איז געווארען א כינוי פאר ......
האב איך געבעטען פון מיין קרוב פרטים פון טעגלאש האט ער מיר געבארגט דעם ספר מפרי הגן און א בנות ציון מאגאזין
ווי עס איז געווען אן אינטערוויא מיט א ישישה לאיו"ט ילידת טעגלאש
טעגלאש איז א דערפעל אין הוידא-ביהאר די COUNTY אין וועלכע עס האבען זיך געפינען אויך דעברעצין סאבאסלא שאמשאן
נאנאש און האדהאז וועלכע איז געווען די נענטסטע גרעסערע קהילה , עס האט מיר דערציילט א איד וואס האט געלערנט אין
האדהאז ביי דעם עזר מיהודא אז ער פלעגט עסען שבתות אין טעגלאש (לויט גוגעל מעפס א שפאציר פין 30-40 מינוט)
פון א יזכור בוך
"העדה לא החזיקה רב אולי מפני שרבים מהבוגרים היו תלמידי הישיבות ובעלי היתר הוראה,
מאתיים יהודים ישבו בכפר כלומר כ25 משפחות שהשתייכו לשלושה בתי אב גדולים",
דו פרנסות זענען געווען פון אגריקולטור א חלק האבען געהאט פעלדער, גערטנער און בהמות אנדערע האבען געהאט מילען,
וויין קעלטער, און א בראנפען ברענעריי
לויטען יזכור שרייבער האבען זיך די ערשטע אידען באזעצט דארט בערך תק"צ ציווישען זיי איז געווען הרה"ח ר' שמוא' בן
הרה"ח ר' יעקב ראזענפעלד ז"ל א גאליציאנער איד וואס האט זיך באזעצט אין קאלעוו און איז געווארען מקושר צו
הרה"ק ר' אייזיקעל זי"ע (ער איז נטמן געווארען גאר נאנט צום אהל) הרה"ק זי"ע פלעגט גיין ענטפערען אמן אויף די ברכות
השחר פון תשב"ר, דער קליינער שמוא' האט אזוי שטארק נושא חן ביי אים אז ער האט אים געזאגט "די וועסט נאך אויסבעטען פאר אידען"
וכך הוה ער איז געווארען ש"ץ ימים נוראים ביי הרה"ק ר' מ"פ מטאש זי"ע
ר' שמוא' איז געווען א סוחר בהמות און ארומגעפארען, איז ער אנגעקומען למקום מושבו פון הרה"ק ר' מ"פ מטאש זי"ע ער האט דערשמעקט
ווער דיר איד איז און געזעהן דעם מורא'דיגען דחקות האט ער אים גענימען פאר מלמד אין טעגלאש, ר' שמוא' האט מרויח פון דעם סיי
ברוחניות אין סיי בגשמיות ער האט געהאט שטארק הצלחה אין געשעפט , ער איז געווארען שטארק מקושר און ער איז כמעט יעדען שבת
מברכים און יעדען יו"ט ביי הרה"ק וואס פלעגט אים ריפען אינזער ר' שמוא'
,באקאני'ר שו"ב שרייבט אביסעל אנדערש ווי די אייניקלעך
ער איז נפטר געווארען אין תרנ"ב פיפצען יאר שפעטער האט מען אנגעהויבען בויען א בה"מ אויף א שטח וואס ער הא מקדיש געווען,
פארוואס עס האט געדוירט אזוי לאנג שרייבט נישט דער איינקעל
אין תרנ״ח, נאך די הסתלקות פון הרה"ק רבי נפתלי הירצקא (זילבערמאן) ראצפערטער זי״ע. האבען אונגארישע צאנזער חסידים
געלאדען הרה״ק רני שלום אליעזרל זצוק״ל הי״ד קיין אונגארן, אנגעקומען איז ער קיין טעגלאש נאך האלב יאר איז ער אריבער קיין ראצפערט
ר' שמוא' ס איידעםהרה"ח ר' ישרא' זאב פאנעטה ז"ל בן הרב ר' לייבוש ז"ל בנו של המראה יחזקא' ומצד אמו פון תהלה לדוד און ר' שאול קאלובער ראש חסידי אשוואר ביי אים ווי ביים שווער געווען תורה וגדולה מקום אחד
ווען ר' ישרא' וואלף האט געוואלט קויפען א מיל האט ער זיך שואל עצה מיט זיין קרוב הרה"ק ר' משה דעשער זי"ע
וואס האט אים אנגעווינשען ריחיים בצוארו ויעסוק בתורה!
קיין סך שרייבען נישט די אייניקלעך
וועגען אים אבער מען קען האבען א שטיקעל בילד פון זיינע מחותנים
איין איידעם איז געווען הרה"ח יוסף חיים אלימלך פריעד בן הפני מבין וואס איז נפטר געווארען אינגערהייט
אן אנדערע איידעם איז געווען הרה"ג ר' בן ציון בלום הי"ד אבד"ק אופאלא
בן הבית שערים וואס ווי עס שרייבט זיין אייניקעל
הקדמה לס' אות ציון
שש שנים דר בטעגלאש סמוך לשלחן חותנו על התורה ועל העבודה, שם שם לו לילות כימים ולמד ונתעלה בתורה עם חבריו כעשרה תלמידי חכמים שרובם נעשו אח"כ רבנים בקהלות שונות
פון א תשובה פון בית שערים לבנו ווען ער האט געוואינט אין טעגלאש
שיל"ת ב` איפאלא ד` לסדר בן פורת עלי עין תרס"ב לפ"ק האלף לך שלומים, מגבהי מרומים, לבני אהובי הרבני החו"ב זך ונקי מו"ה בן ציון נ"י ולזוגתך כלתי החשובה מרת גאלדא תי` לאוי"ט: מכתבך קבלתי ושמחתי בשלומכם אשר תל"י גם מאתנו לא נעדר וברכתי תעלה לראש חמיך מחותני נ"י ישראל זאב בן עטיל ויניח ה` לו מכל אויביו מסביב ולא יריעו אויביו לו ובכל אשר יפנה יצליח כי הנה הכומר ביד היוצר, יחליץ ה` את חמיך מן המיצר ולא יחגרו ביז"ע
ר' ישרא' וואלף האט דעמאלט געהאט עג"מ פון א גלח
מרן אין דברי יואל סימן פ"ו
שלו׳ וכט״ם אל כבוד הרב המאוה״ג חו״ב ותיק מלא עתיק כש״ת מוה״ר בן ציון בלום שליט״א האבדק״ק ב׳אויפאלו יצ״ו
נאך אן איידעם איז געווען הרב שלמה זלמן שטערן א דיין אין טעמעשוואר בן מוה״ר.משה שמואל שטערן
אב״י בק״ק סערענטש יצ״ו וואס דער חיי אשר פעטראשאנער רב שרייבט
אים לכבוד ידידי הרבני הנניד המהולל בתשבחות. חריף ובקי טובא טובא יקר הערד וכו׳ כש״ת שהק׳ מעכת״ה נ״י
זיין איידעם הרה"ח ר' ישרא' משה מאנדעל
א תלמוד פון הרה"ג ר יודא ג"וו און פון שבט סופר פון וועם ער האט געהאט היתר הוראה איז געווען א איש מסיום אין בעלזא, הרה"ק רי"ד זי"ע איז איינגעשטאנען ביי אים עטליכע טעג אויפען וועג קיין ראצפערד וואס איז 8 ק"מ אוועק
ער איז געווען א גרויסער תומך פון בעלזער הויף אין בעלזע
וואס הרה"ק ר"א אבד"ק בעלזא זי"ע ואחיו האבען געזאגט אויף אים
בימי הזעם איז ער אנגעקומען קיין בערגען בעלזען ווי ער איז אויסגעגאנגען פון הונגער
הרהגה"צ דער באר נשה זי"ע שרייבט אין די הקדמה צו איינע פון זיינע ספרים אז עטליכע אידען האבען
געמאכט א טהרה און קובר געווען
איין איידעם פון רי ישרא' משה איז געווען ,הרה"ג ר מרדכי גרינפעלד אבדייק האדהאז נירעדהאז ווינה זצ"ל