מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

וואס זענען די חילוקים צווישן די סארט צייכענונג? ' ׳ ’ ‘(למשל: כ'מיין, כ׳מיין, כ’מיין, כ‘מיין)
און אזוי אויך ביים טאפעלטן " ״ ” “(למשל: ב"ה, ב״ה, ב”ה, ב“ה)
ארגאן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

תגובה דורך ארגאן »

אליעזר ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:09 pm

' = אפאסטראף (יאנקל'ס)
׳ = גרש (ר׳ יאנקל)
’א‘ = לניקע און רעכטע שיפע איינצעלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)

"א" = פשוט'ע קוואטעישן מארקס ("ער זאגט: 'פארוואס?'")
״ = גרשיים (ל״ו צדיקים)
” “ = לניקע און רעכטע שיפע טאפלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום מיטוואך יולי 31, 2024 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:48 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:09 pm
וואס זענען די חילוקים צווישן די סארט צייכענונג? ' ׳ ’ ‘(למשל: כ'מיין, כ׳מיין, כ’מיין, כ‘מיין)
און אזוי אויך ביים טאפעלטן " ״ ” “(למשל: ב"ה, ב״ה, ב”ה, ב“ה)
' = אפאסטראף (יאנקל'ס)
׳ = גרש (ר׳ יאנקל)
’א‘ = לניקע און רעכטע קאנטיגע איינצעלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)

"א" = פשוט'ע קוואטעישן מארקס ("ער זאגט: 'פארוואס?'")
״ = גרשיים (ל״ו צדיקים)
” “ = לניקע און רעכטע קאנטיגע טאפלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)
גרויסע דאנק!
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:48 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:09 pm
וואס זענען די חילוקים צווישן די סארט צייכענונג? ' ׳ ’ ‘(למשל: כ'מיין, כ׳מיין, כ’מיין, כ‘מיין)
און אזוי אויך ביים טאפעלטן " ״ ” “(למשל: ב"ה, ב״ה, ב”ה, ב“ה)
' = אפאסטראף (יאנקל'ס)
׳ = גרש (ר׳ יאנקל)
’א‘ = לניקע און רעכטע שיפע איינצעלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)

"א" = פשוט'ע קוואטעישן מארקס ("ער זאגט: 'פארוואס?'")
״ = גרשיים (ל״ו צדיקים)
” “ = לניקע און רעכטע שיפע טאפלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)
דער עולם איז מקפיד אויף דעם?
עכ"פ נישט וואס איך זע...
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
ארגאן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

משזר עריכה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 1:46 am

דער עולם איז מקפיד אויף דעם?
עכ"פ נישט וואס איך זע...
אוואדאי, פארהאן מענטשן וואס יא זענען מקפיד אויף אזוינע זאכן, בפרט אין דער וועלט פון פובליקאציעס. מחמת דעם האט מען געמאכט די דאזיגע באזונדערע סמנים פאר'ן קאמפיוטער! אפילו מיקראסאפט ווארט טוישט פשוט'ע קוואטעישן מארקס וואס מען טייפט צו די אנדערע שיפע פארמען אטאמאטיש.

א קאמפיוטער פארשטייט די אלע סימנים דורך א סיסטעם וואס רופט זיך אוניקאָד. מען קען זען די סיבה פאר א מאדנעם סימבאל מיט די אוניקאָד רשימות .
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ארגאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 8:05 am
משזר עריכה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 1:46 am

דער עולם איז מקפיד אויף דעם?
עכ"פ נישט וואס איך זע...
אוואדאי, פארהאן מענטשן וואס יא זענען מקפיד אויף אזוינע זאכן, בפרט אין דער וועלט פון פובליקאציעס. מחמת דעם האט מען געמאכט די דאזיגע באזונדערע סמנים פאר'ן קאמפיוטער! אפילו מיקראסאפט ווארט טוישט פשוט'ע קוואטעישן מארקס וואס מען טייפט צו די אנדערע שיפע פארמען אטאמאטיש.

א קאמפיוטער פארשטייט די אלע סימנים דורך א סיסטעם וואס רופט זיך אוניקאָד. מען מעג זען די סיבה פאר א מאדנעם סימבאל מיט די אוניקאָד רשימות .
כדאי צו באמערקן, אז עס זענען דא טעכנישע בענעפיטן פון מקפיד זיין ריטיג צו ניצן די סימבאלן, וויבאלד אסאך קאמפיוטר פראגראמען "פארשטייען" אז א ציטיר צייכן איז נישט א טייל פון א ווארט, אבער א גרש יא. דאס זעלבע ביי אן אפאסטראף.

דאס איז ניצליך ביים ניצן מער פארגעשריטענע געצייג, ווי wildcards אדער regex, אדער אפילו ביין דאבל-קליקן צו סעלעקטן א גאנצע ווארט (פרובירט עס אין ווארד – גוגל איז קלוגער, און ער פארשטייט בעסער לפי הענין)
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ארגאן האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:48 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 10:09 pm
וואס זענען די חילוקים צווישן די סארט צייכענונג? ' ׳ ’ ‘(למשל: כ'מיין, כ׳מיין, כ’מיין, כ‘מיין)
און אזוי אויך ביים טאפעלטן " ״ ” “(למשל: ב"ה, ב״ה, ב”ה, ב“ה)
' = אפאסטראף (יאנקל'ס)
׳ = גרש (ר׳ יאנקל)
’א‘ = לניקע און רעכטע שיפע איינצעלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)

"א" = פשוט'ע קוואטעישן מארקס ("ער זאגט: 'פארוואס?'")
״ = גרשיים (ל״ו צדיקים)
” “ = לניקע און רעכטע שיפע טאפלע קוואטעישן מארקס (”ער זאגט: ’פארוואס?‘“)
אינטערעסאנט, קיינמאל נישט געהערט דערפון.

כ'פארשטיי נישט דעם חילוק צווישן די פשוט'ע ציטיר-צייכנס, און די שיפע.

(און וויאזוי קען מען אנשטעלן דעם דיפאולט שטריכל אויפ'ן קאמפיוטער?)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

אויפ'ן קאמפיוטער איז דאס אן אפקומעניש, ספיציעל אין אידיש.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
ארגאן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:34 pm
כ'פארשטיי נישט דעם חילוק צווישן די פשוט'ע ציטיר-צייכנס, און די שיפע.

(און וויאזוי קען מען אנשטעלן דעם דיפאולט שטריכל אויפ'ן קאמפיוטער?)
די פשוט'ע ציטיר-צייכנס שטאמען, מיין איך, פון דער צייט פון שרייבמאשינען (טייפ-וורייטערס), וואס האבן געהאט נאר דער פשוט'ער סטיל.

מיקראסאפט ווארט טוישט פשוט'ע ציטיר-צייכנס בדרך כלל צו די שיפע. אויף מיקראסאפט ווינדאוס אין אלגעמיין, מען מעג אויך טייפן "Win+R" און שרייבן "charmap." דאס ברענגט ארויס א לוח פון אוניקאד סימבאלן, פארשטייט זיך מיט די ציטיר-צייכנס.
אטעטשמענטס
charmap.jpg
charmap.jpg (96.62 KiB) געזען 236 מאל
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ארגאן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 9:51 am
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:34 pm
כ'פארשטיי נישט דעם חילוק צווישן די פשוט'ע ציטיר-צייכנס, און די שיפע.

(און וויאזוי קען מען אנשטעלן דעם דיפאולט שטריכל אויפ'ן קאמפיוטער?)
די פשוט'ע ציטיר-צייכנס שטאמען, מיין איך, פון דער צייט פון שרייבמאשינען (טייפ-וורייטערס), וואס האבן געהאט נאר דער פשוט'ער סטיל.

מיקראסאפט ווארט טוישט פשוט'ע ציטיר-צייכנס בדרך כלל צו די שיפע. אויף מיקראסאפט ווינדאוס אין אלגעמיין, מען מעג אויך טייפן "Win+R" און שרייבן "charmap." דאס ברענגט ארויס א לוח פון אוניקאד סימבאלן, פארשטייט זיך מיט די ציטיר-צייכנס.
ווען ניצט מען וואס?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ארגאן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 8:05 am
משזר עריכה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 1:46 am

דער עולם איז מקפיד אויף דעם?
עכ"פ נישט וואס איך זע...
אוואדאי, פארהאן מענטשן וואס יא זענען מקפיד אויף אזוינע זאכן, בפרט אין דער וועלט פון פובליקאציעס. מחמת דעם האט מען געמאכט די דאזיגע באזונדערע סמנים פאר'ן קאמפיוטער! אפילו מיקראסאפט ווארט טוישט פשוט'ע קוואטעישן מארקס וואס מען טייפט צו די אנדערע שיפע פארמען אטאמאטיש.

א קאמפיוטער פארשטייט די אלע סימנים דורך א סיסטעם וואס רופט זיך אוניקאָד. מען מעג זען די סיבה פאר א מאדנעם סימבאל מיט די אוניקאָד רשימות .
ווי אויפן קיבארד איז דא די צוויי סארטן שטרעכלעך?
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
ארגאן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:52 am
ווען ניצט מען וואס?
בדרך כלל זאל מען אין פובליקאציע נאר נוצן די שיפע פארמעס. אבער ביים שרייבן טעגליך אויפן קאמפיוטאר, עס איז גרינגער צו טייפן די פשוט'ע, שרייבן דער רוב אזוי.
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:00 am

נאר די פשוט'ע געפינען זיך אויפן קיבארד. מ'זאל ניצן charmap, אדער זיך לערנען די קיבארד קאוד פארן סימבאל פון דעם charmap:

גיט א קוק אויפן בילד פון charmap אין אויבן. ביים פוס פון בילד זעט מען "Keystroke: Alt+0148." דורך טייפן דעם קאד (מיטן נומער-פאד פון קיבארד!) שרייבט מען דעם סימבאל פון דעם רעכטן ציטיר-צייכן: ”
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ארגאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:28 pm

און צוויי ווערטער: עס איז נישט נוגע פאר היימישע ספרים וכדומה.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
ארגאן
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

איש ציון האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:46 pm
און צוויי ווערטער: עס איז נישט נוגע פאר היימישע ספרים וכדומה.
כמעת אלע היימישע ספרים נעמען אריין גרשיים'ען און גרש'ן, און שיפע ציטיר-צייכנס.
אטעטשמענטס
3.jpg
3.jpg (29.2 KiB) געזען 162 מאל
2.jpg
2.jpg (11.94 KiB) געזען 162 מאל
1.jpg
1.jpg (20.27 KiB) געזען 162 מאל
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ארגאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:56 pm
איש ציון האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:46 pm
און צוויי ווערטער: עס איז נישט נוגע פאר היימישע ספרים וכדומה.
כמעת אלע היימישע ספרים נעמען אריין גרשיים'ען און גרש'ן, און שיפע ציטיר-צייכנס.
איר ברענגט סקרין שאט'ס אן איך זאל וויסן פון ווי. גרש גרשיים אוודאי, כ'רעד בעיקר די אנדערע סארט צייכענס
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

וואס איז די ריכטיגע צו ניצען ביי א ראשי תיבות?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ארגאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:56 pm
איש ציון האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:46 pm
און צוויי ווערטער: עס איז נישט נוגע פאר היימישע ספרים וכדומה.
כמעת אלע היימישע ספרים נעמען אריין גרשיים'ען און גרש'ן, און שיפע ציטיר-צייכנס.
עס קען אויך האבן צו טון מי די פאנט.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:11 pm
וואס איז די ריכטיגע צו ניצען ביי א ראשי תיבות?
גרשיים
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אמאל פלעגט מען נוצן די „ציטיר צייכנס“. אפי' לויט @ארגאן אז מ'זאל נישט נוצן קיין גרשיים, נוצט מען היינט בלויז ”דער סארט“.

אבער כ'גלייב אז ווען ס'וואלט געווען אנגענומען היינט, וואלט געזאלט זיין א גרינגערע שארטקאט עס צו קענען טייפן...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:21 pm
אמאל פלעגט מען נוצן די „ציטיר צייכנס“. אפי' לויט @ארגאן אז מ'זאל נישט נוצן קיין גרשיים, נוצט מען היינט בלויז ”דער סארט“.

אבער כ'גלייב אז ווען ס'וואלט געווען אנגענומען היינט, וואלט געזאלט זיין א גרינגערע שארטקאט עס צו קענען טייפן...
למעשה, נוצן עס היימישע מחברי ספרים?
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:57 am
ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:21 pm
אמאל פלעגט מען נוצן די „ציטיר צייכנס“. אפי' לויט @ארגאן אז מ'זאל נישט נוצן קיין גרשיים, נוצט מען היינט בלויז ”דער סארט“.

אבער כ'גלייב אז ווען ס'וואלט געווען אנגענומען היינט, וואלט געזאלט זיין א גרינגערע שארטקאט עס צו קענען טייפן...
למעשה, נוצן עס היימישע מחברי ספרים?
כמעט נישט. לכל היותר וועט מען נוצן ”דער סארט”, אבער נאר מיט עפענענדיגע. (פארגלייך מיט וואס ברדלס האט געלייגט)
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: וזה לך ה'אות' - קאמעס און צייכענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גראדע בין איך מחולק מיט די גאנצע חילוק פון די פארשידענע שטרעכעלעך.

עס איז דא נאר "איין" סארט שטרעכעלעך. אמאל נוצט מען איינס, און אמאל, ספעציעל ביי ציטאטן, נוצט מען צוויי.

די פארשידענע חילוקים זענען לדעתי נאר טעכניש, ווייל נישט אלעס איז עוועילעבל אויפ'ן קיבארד ווען מען טייפט שנעל.

ביי צוויי שטרעכעלעך קומט ווען אייביג די געבויגענע, אריין פון רעכטס אויבן, און פארקערט אריין פון לינקס אויבן. אבער וואס זאל מען טון אז מייקראסאפט האט עס נישט געלייגט "געהעריג" אין די קיבארד סיסטעם. איך רעד נישט פון פאטענטן, איך רעד פון טייפן געהעריג שנעל.

אין געוויסע פאנטס, למשל "DAVID," זענען די שטרעכלעך אויטאמאטיש געבויגן. יא, די שטרעכלעך וואס זענען סתם אזוי גראד, זענען ביי דעי פאנט געבויגן, ווייל אזוי קומט עס עכט, אבער עס איז נישט געבויגן ביידע וועגן, ווי עס קומט ווען ביי א ציטאט, נאר אייביג פון אויבן רעכטס צו אונטן לינקס. אויך בעסער ווי סתם גראד.

און דאס אליינס, אז די גראדע שטרעכלעך פון ARIEL זענען געבויגן ביי DAVID, מיינט לענ"ד אז די גאנצע חילוק איז שוואכע מעשיות, עס האט נאר צו טון מיט טעכנישע זאכן פונעם סאפטוועיר און קיבארד. איך זאג נישט קבלו דעתי, נאר די מיינונג פון איין פערשוין.

-

יעצט זעה איך אז @שווערמער האט שוין דערמאנט אסאך פון די נקודות פריער.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”