וואו איז מזרח?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך זע נישט קיין ווערטער 45. סך הכל וואס איך זע איז, אז וויבאלד ער איז מערבית צפונית, ממילא דארף ער דאווענען מזרחית דרומית. והוא הדין אז מיר זענען מערב מיט א נטיה צו צפון, דארפן מיר דאווענען מזרח מיט א נטיה צו דרום, כשיטת הלבוש וכהוראת רבותינו הקדושים.

( @zugurnish וויאזוי דאווענט מען אין ליובאוויטש?).
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הרב ברוך שובקס, אין "אור ישראל" תשס"ב

א לאנגער ארטיקל בענין זה מיט א ביאור בדברי ש"ע הרב
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=136
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יישר כח. איך האב עס שוין געזען, אבער מיין פראבלעם דערמיט איז כנ"ל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:29 pm
איך זע נישט קיין ווערטער 45. סך הכל וואס איך זע איז, אז וויבאלד ער איז מערבית צפונית, ממילא דארף ער דאווענען מזרחית דרומית. והוא הדין אז מיר זענען מערב מיט א נטיה צו צפון, דארפן מיר דאווענען מזרח מיט א נטיה צו דרום, כשיטת הלבוש וכהוראת רבותינו הקדושים.

(@zugurnish וויאזוי דאווענט מען אין ליובאוויטש?).
ווייס איך נישט אויב מען האט לפועל מדקדק געווען ,
און נאר געדאווענט צו מזרח
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נישט פארשטאנען. וויאזוי זענען די בתי מדרשים געבויעט, מזרח-צפון אדער מזרח-דרום?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:32 pm
יישר כח. איך האב עס שוין געזען, אבער מיין פראבלעם דערמיט איז כנ"ל.
איך האב געלערנט הל׳ תפילה אין כולל און עס קודם געזען אין שו״ע האב האב איך גראד אזוי געלערנט, האכדים געזען ספר הנ״ל איז עס דאך נישט קיין מאדערנע זאך ווייל עס שטייט אזוי אינעם רב

דו האסט עס קודם געזען בספר הנ״ל האסטו א פראבלעם דערמיט…
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ניין, איך האב געלערנט שולחן ערוך מיט שלחן ערוך הרב און איך האב נאך גרויס יגיעה אפגעלערנט דעם שטיקל און נאר געזען דארט אזויווי דער לבוש. שפעטער האב איך געזען אז היינטיגע זאגן מיט אזא פשטות אז ס'שטייט דארט כשיטת רבותיו של הרמ"ד, און איך האב נישט פארשטאנען וואו זיי האבן עס געזען דארט. ביז איך בין געוואר געווארן וואס דער ריכטיגער מקור איז... און איך שטיי און שטוין...

לדבריך, מאכט דער דעיטליין אויך גארנישט אויס? אדער איז בכלל נישטא קיין דעיטליין ווייל דער עראפלאן פארט עס אדורך אן קיין פראבלעם?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די דעיט ליין מאכט נישט אויס און צווישן רוסלאנד און ארץ ישראל איז בכלל דא א דעיטליין?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך האב געפרעגט לשיטתך, און נישט לשיטת הרב וואס האט געוואוינט אין רוסלאנד. מיין שאלה איז לגבי אלע לענדער וואס זענען מזרח פונעם דעיטליין צי זיי דארפן דאווענען צו מערב, צוליב דעם זעלבן הסבר פון רבותיו של הרמ"ד.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פארוואס האלט איר אין איין זאגן "רבותיו של", כאילו דאס אז ער איז ארויס פון זייער בהמ"ד אפעקטירט די שמ"ע דירעקציע
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ווייל ס'זעט מיר אויס אז די איינציגסטע סיבה פארוואס צו האלטן אזוי, איז וויבאלד מאדערנקייט גלייכט צו באטראכטן דער וועלט אלס א רינדעכיגע גלאוב. פונקט ווי ווען איינער וויל זיך אהערשטעלן אלס מאדערנער מוז ער האבן אפ-טו-דעיט גלעזער און א ראזירטע בארד וכו', אזוי אויך וויל ער אויסנעמען אסאך בעסער, מיט דאטא וויאזוי עראפלאנען פליען וכו'. מה שאין כן מסורה'דיג באטראכט מען עס ענדערש אזויווי דער לבוש, ווי א מאפע וואס הענגט אויף דער וואנט און האט - קלאר דעפינירטע - ארבע רוחות.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס הייסט מען באטראכט עס כאילו עס איז רינדעכיג? עכט איז עס גראד? און פארוואס זאגט דער רב אז דער חשבון איז מובן פאר די וואס קענען די חשבון במשולש כדורי?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס זעט אויס, אז אין יענע צייטן איז נישט געווען די אלע כלים און פארגעשריטענע דעטאלירטע מפות, כדי צו קענען וויסן דעם פשוט'ן מציאות צי מ'איז מער אויף צפון אדער דרום, און בפרט וויפיל צו צפון אדער דרום מ'איז, כדי צו קענען אויסרעכענען ווי שטארק מ'דארף זיך בייגן לצד צפון און דרום כדי צו זיין כנגד ירושלים לויט א וואנט מאפע. דער רב ניצט דערפאר א מהלך וואס איז געווען באקאנט ליודעי חשבון במשולש הכדורי, פשוט כדי דאס צו געוואר ווערן. פארוואס כדורי? יא, ווייל די וועלט איז א כדור, און דער מהלך פון נוכח הראש און אופק, איז כדי דאסצו געוואר ווערן, כאטשע מיר וואלטן דאס אליין אויסגערעכנט דורך א גראדע מאפע, אסאך גרינגער.

איך בין נישט זיכער אז דאס איז טאקע פשט, אבער פון וואס איך האב געזען ביז יעצט, פארשטיי איך נישט וואס ס'גייט דא פאר. נאך מער, כאמור, אפילו אויב דער רב זאל יא מחולק זיין מיט'ן לבוש, האט מען דאך גע'פסק'עט בכל הדורות ווי דער לבוש בענין זה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שאינו יודע האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:40 am
וואס הייסט מען באטראכט עס כאילועס איז רינדעכיג? עכט איז עס גראד? און פארוואס זאגט דער רב אז דער חשבון איז מובן פאר די וואס קענען די חשבון במשולש כדורי?
איך האב נישט געשריבן דעם ווארט "כאילו", דו האסט עס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער, פונקט ווי דו האסט אריינגעלייגט אינעם רב'ס ווערטער, די מיינונג פון רבותיו של הרמ"ד.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פון "אוצר מאמרים משולחן רבותינו" בעלזא עמוד 358.
מ'קען זעהן די איבריגע אויף אוצה"ח וואס איז יעצט אפן בחנם.

Belz.png
Belz.png (196.32 KiB) געזען 117 מאל
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יקותיאל נטע ראטה האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:09 pm

ווי קען מען באקומען די קונטרת פון הרב ווייס פון ק"י? (געהערט אז עס איז זייער גוט, געזוכט און נישט געטראפן)
הרב אברהם אלימלך ווייס פון קרית יואל איז א איד א תלמוד חכם וואס לערנט א גאנצן טאג, ער האט אסאך פארשריבענע ברורי דברים וועלכע טייל דערפון האט ער געדרוקט אין איינצעלנע קונטרוסים, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צו באקומען, מען קען אים אנרופן עס בעטן.
דאס איז זיכער אז צו זאגן אויף אים אז ער האט אנגענומען ווי די מאדערנע איז די לעצטע זאך וואס איך וואלט מיר געקומען אין געדאנק.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך הער...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:01 am
שאינו יודע האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:40 am
וואס הייסט מען באטראכט עס כאילועס איז רינדעכיג? עכט איז עס גראד? און פארוואס זאגט דער רב אז דער חשבון איז מובן פאר די וואס קענען די חשבון במשולש כדורי?
איך האב נישט געשריבן דעם ווארט "כאילו", דו האסט עס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער, פונקט ווי דו האסט אריינגעלייגט אינעם רב'ס ווערטער, די מיינונג פון רבותיו של הרמ"ד.
עס איז שווער דן צו זיין אין א נושר ווען די איינציגסטע תשובה אין יעדע תגובה איז ״מאדערן״ ״רבותיו של הרמ״ד״ כאילו דאס איז די פאקט און בנוסף אז דו האלטסט פאר א ׳פאקט׳ אז דער רב זאגט ווי די לבוש נאר מען פארדרייט עס, בזמן ווען פשטות לשונו איז משמע אנדערש, במילא בין איך דער וואס קומט פארדרייען דעם רב מיט די מאדערנע מהלך.

על כל פנים, עס איז דא אידן וואס האלטן אנדערש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איינס איז וויזוי מ'מאכט דעם חשבון לויט'ן ש"ע הרב און איינס א ביאור בדבריו בסידורו
אטעטשמענטס
רב.pdf
(63.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 5 מאל
רב 2.pdf
(149.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 6 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך ווייס אז היינט זענען דא אידן וואס האלטן אנדערש. און דו ווייסט, אז יעדע בית המדרש אין מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, בארא פארק, וויליאמסבורג, פלעטבוש, מאנהעטן, פייוו טאונס וכו' וכו', אפילו די גאר מאדערנע, חסידישע, ליטווישע, יעקישע, פון ת"ר ביז תשע"ג, איז געבויעט געווארן כשיטת הלבוש ולא כשיטת רבותיו של הרמ"ד, אפילו אויב דו האלטסט אז דער רב האלט אויך אזוי.

איך ווייס נישט פאר א פאקט אז דער רב פסק'ט ווי דער לבוש, אבער ס'וואלט מיר געווען א פלא אנצונעמען אז ער קריגט אויפ'ן לבוש, אן צו שרייבן עפעס אין קונטרס אחרון וכדומה. און בפרט, אז איך זע נישט די ווערטער פון רבותיו של הרמ"ד אין רב, אפילו ס'זענען דא דארט "שווערע ווערטער".

לאמיך אויפזוכן דער אריגינעלער תגובה, אויף וואס איך האב געפילט וויכטיג צו מעיר זיין.

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:23 am
איינס איז וויזוי מ'מאכט דעם חשבון לויט'ן ש"ע הרב און איינס א ביאור בדבריו בסידורו
יישר כח. איך האב עס דאונלאודעד און איך גיי עס לערנען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:25 am
איך ווייס אז היינט זענען דא אידן וואס האלטן אנדערש. און דו ווייסט, אז יעדע בית המדרש אין מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, בארא פארק, וויליאמסבורג, פלעטבוש, מאנהעטן, פייוו טאונס וכו' וכו', אפילו די גאר מאדערנע, חסידישע, ליטווישע, יעקישע, פון ת"ר ביז תשע"ג, איז געבויעט געווארן כשיטת הלבוש ולא כשיטת רבותיו של הרמ"ד, אפילו אויב דו האלטסט אז דער רב האלט אויך אזוי.

איך ווייס נישט פאר א פאקט אז דער רב פסק'ט ווי דער לבוש, אבער ס'וואלט מיר געווען א פלא אנצונעמען אז ער קריגט אויפ'ן לבוש, אן צו שרייבן עפעס אין קונטרס אחרון וכדומה. און בפרט, אז איך זע נישט די ווערטער פון רבותיו של הרמ"ד אין רב, אפילו ס'זענען דא דארט "שווערע ווערטער".

לאמיך אויפזוכן דער אריגינעלער תגובה, אויף וואס איך האב געפילט וויכטיג צו מעיר זיין.
דא איז עס:
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:04 pm
כפרה האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:59 pm
איך מיין עס איז געווען אמאל א שמועס דערוועגן אין די תורה אפטיילונג, די פונקטליכע כנגד ירושלים איז °54 northeast
לויט וועלכע שיטה? דו ווייסט איין רב וואס פסק'עט אזוי למעשה?!
און פון דארט און ווייטער איז היסטאריע\היסטעריע...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קורצע עברי טייטש אויפ'ן רב (אפשר די זעלבע ווי אינעם נייעם דרוק)

רב 1.png
רב 1.png (210.01 KiB) געזען 59 מאל
רב 2.png
רב 2.png (207.48 KiB) געזען 59 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:23 am
איינס איז וויזוי מ'מאכט דעם חשבון לויט'ן ש"ע הרב און איינס א ביאור בדבריו בסידורו
מזל טוב @להודות , @שאינו יודע , @כפרה און @יוד אלף ! דער PDF מיט'ן נאמען "רב 2" (אין דיין ערשטע תגובה, נישט די געפינטלטע) האט מיך איבערצייגט אז דער רב האט יא געהאלטן אז מיר אין נוא יארק דארפן דאווענען אביסל געבויגן אויף צפון. די שאלה לגבי וואס מ'דארף טון להלכה ולמעשה, בלייבט ווי געשריבן אויבן. און ווי געשריבן, אז אויב מעג דער דעיטליין צוטיילן צווישן מזרח און מערב, מעג זיין א מציאות פון צפון און דרום לויט'ן נארט-פאול, און ממילא זאל מען עס רעכענען אזויווי אויף א וואנט מאפע, כנהוג בכל תפוצות ישראל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ברוך תהי'! המברך יתברך!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”