וואו איז מזרח?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:25 am
און דו ווייסט, אז יעדע בית המדרש אין מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, בארא פארק, וויליאמסבורג, פלעטבוש, מאנהעטן, פייוו טאונס וכו' וכו', אפילו די גאר מאדערנע, חסידישע, ליטווישע, יעקישע, פון ת"ר ביז תשע"ג, איז געבויעט געווארן כשיטת הלבוש ולא כשיטת רבותיו של הרמ"ד, אפילו אויב דו האלטסט אז דער רב האלט אויך אזוי.
איך ווייס פאר א פאקט אז די אלע בתי מדרשים זענען געבויט געווארן לויטן ענגל/זוית פון די גאס, נישט בדיוק.
(אזוי אויך געדענק איך נאך ראדני סטריט איידער תשע”ג און איך דענק אז סאטמאר האט מזרח צו די הייוועי, און נייטרא צו ליע עוועניו, סא איך ווייס נישט פונקט וועלכע פאקטן זענען וואליד)

ווי אויך ווייס איך פאר אפ פאקט (עה, דאס איז שוין אן השערה) אז רוב אידן וועלכע האבן געדאוונט אין די בתי מדרשים זענען אינגאנצן נישט באוואוסטזיניג צו דעם שמועס דא.

זעה איך נישט וואס די ראי’ פון א פאקטישע אי דיוק מיט א בלענד פון אי ידיעה איז מכריח און די נושא.

אלעס וואלט געשטומט ווען מען ברענגסט א ראי’ פון א פוסק צווישן ת”ר אין תשע”ג וועלכער האט געזאגט אז מען נעמט נישט אן דעם רב.

אבער לעת עתה נעם איך אן אז די אידן וואס האבן געקענט די נושא, האבן פיין פארשטאנען די סוגיא, און די זויות פונעם גאס איז נישט קיין מכריע. און עס איז נישט קיין חידוש פון די לעצטע 10 יאר.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:45 am
ווי געשריבן, אז אויב מעג דער דעיטליין צוטיילן צווישן מזרח און מערב, מעג זיין א מציאות פון צפון און דרום לויט'ן נארט-פאול, און ממילא זאל מען עס רעכענען אזויווי אויף א וואנט מאפע, כנהוג בכל תפוצות ישראל.
איך האב נישט דורכגעטון די דרום צפון חלק, אבער וויזוי קומט אהער די דעיט ליין?
דרום און צפון זענען לכאורה אבסאלוט משא"כ מזרח ומערב זענען רעלאטיוו.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:09 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:45 am
ווי געשריבן, אז אויב מעג דער דעיטליין צוטיילן צווישן מזרח און מערב, מעג זיין א מציאות פון צפון און דרום לויט'ן נארט-פאול, און ממילא זאל מען עס רעכענען אזויווי אויף א וואנט מאפע, כנהוג בכל תפוצות ישראל.
איך האב נישט דורכגעטון די דרום צפון חלק, אבער וויזוי קומט אהער די דעיט ליין?
דרום און צפון זענען לכאורה אבסאלוט משא"כ מזרח ומערב זענען רעלאטיוו.
דאס איז דאך מיין פוינט... לשיטת הרב איגנארירט מען די נארט און סאוט פאולס, נאר מ'באטראכט די גאנצע וועלט ווי א כדור אן קיין שום גבולים. מה שאין כן לשיטת הלבוש וואס מ'באטראכט עס ווי א וואנט מאפע. יעצט, אויב איז יא דא אזא זאך ווי "רוחות העולם" אפילו לגבי מזרח און מערב וואס זענען בלויז רעלאטיוו (כדבריך הצודקים), איז דאך א כל שכן לגבי צפון און דרום וואס זענען יא אבסעלוט?
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מיטוואך מאי 08, 2024 1:36 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:23 am
דעמאלט וואס האט הרה"ג ר' א"א ווייס שליט"א געדארפט דורכטון און מחדש זיין?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:16 pm

כדרכו בקודש זיכט ער נישט צו מחדש זיין, ער איז מברר א סוגיא און נעמט עס צוזאמען באופן הפשוט ביותר. זיין חידוש איז די סימפליסיטי.

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:24 pm

דו מעגסט דיך פארשטעלן אז איך קען אים נישט, און איך בין נישט מחוייב אים צו האבן געקענט. אויב דו ווילסט עפענען אן אשכול אויסצולויבן אלע זיינע מעלות און מידות, וואלט עס אפשר געווען א גלייכע זאך. למעשה לעניננו, ווייסן מיר ביידע אז קיינער אין די טריי-סטעיט עריע האט נישט געהאלטן דער שיטה ביז די לעצטע צען יאר, און איך פארשטיי נישט וואספארא געים דו פרובירסט דא צו שפילן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און אמר"ש יא, וואס איז דער דין לגבי נטילת לולב להנוהגים ע"פ האריז"ל? צי גייט עס דרום, צפון, מזרח וכו' לפי רוחות העולם, אדער לפי נגד ירושלים? (נישט ממש מקושר מיט דער פריערדיגער נושא).
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:34 pm
יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:24 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:16 pm
יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:23 am
דעמאלט וואס האט הרה"ג ר' א"א ווייס שליט"א געדארפט דורכטון און מחדש זיין?
כדרכו בקודש זיכט ער נישט צו מחדש זיין, ער איז מברר א סוגיא און נעמט עס צוזאמען באופן הפשוט ביותר. זיין חידוש איז די סימפליסיטי.
למעשה לעניננו, ווייסן מיר ביידע אז קיינער אין די טריי-סטעיט עריע האט נישט געהאלטן דער שיטה ביז די לעצטע צען יאר,
אלעס וואס איך האב געשריבן איז געווען דירעקט צו קאונטערן די סטעיטמענט.
מיר ווייסן נישט ביידע, סך הכל האסטו נישט געוואוסט.
די איבריגע זאכן וואס דו האסט פארשטאנען אז איך שרייב, קומט לכאורה ווייל איך האב עס נישט גוט ארויסגעברענגט. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און איך שרייב צו קאונטערן דיין סטעיטמענט. איך קען טאקע נישט די גאסן אין וויליאמסבורג, אבער: איך און דו און ער, ווייסן אלע דריי, אז קיינער האט נישט געהאלטן דער שיטה. פינטל.
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

shalsheles האט געשריבן: מאנטאג יולי 25, 2016 5:49 pm
וואס איז פשט אין סוואן לעיק שול אינעם אלטן שול איז מזרח אויף איין זייט אבער אין דעם ציגעבויטען שטיבל איז עס אויף א אנדערע זייט ( צפון פון דעם אלטן שול) ?
אין סאטמארע ביהמ"ד אויף הופפער איז אויך דא די פענאמען. די שטיבלעך זענען אויסגעדרייט צו ווייט עוועניו אבער די היכל הביהמ" ד איז צו וויליאמסבורג סטריט.
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

אטעטשמענטס
מזרח.JPG
מזרח.JPG (127.56 KiB) געזען 328 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וויאזוי קען מען דען לערנען אין שועה"ר אז ער באציט זיך צו א פשוט'ער מאפע? אויב אזוי, וואלט מען געדארפט דאווענען פשוט צו דרום. די מעלות אורך פון קיעוו איז בלויז איינס אוועקגערוקט פון ירושלים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:23 am
איינס איז וויזוי מ'מאכט דעם חשבון לויט'ן ש"ע הרב און איינס א ביאור בדבריו בסידורו
אינעם צווייטן דאקומענט שרייבט ער אז מ'דארף רעכענען א ליניע פונעם פלאץ וואו מ'שטייט צו 90° מזרח מיט מעלות אורך 0°, און דאס איז אמצע המזרח. לויט דעם, שרייבט ער, וועט פון ליאן, פראנקרייך, דער אמצע מזרח דורכגיין ירושלים.

אויב איך פארשטיי גוט, איז דער רעזולטאט אביסל אנדערש.
Picture3.png
Picture3.png (373.64 KiB) געזען 293 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

המברך יתברך ז"ל האלט אין איין דערמאנען א לבוש וואס האלט אנדערש פון די שיטה פונעם שועה"ר, איינער קען צוצייכענען וואו די לבוש איז?

אין די אשכול זעהט מען א דוגמא וויאזוי געוויסע מערכות ווערן געבוירן. המברך יתברך איז גראדע געווען אפן צו הערן דעם אמת, אבער עס האט שיעור נישט געהאלטן ביי א מערכה קעגן די "משכיל'ישע שיטה" פשוט פון נישט פארשטיין און דורכטוהן ריכטיג די גאנצע נושא.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:56 am
עס זעט אויס, אז אין יענע צייטן איז נישט געווען די אלע כלים און פארגעשריטענע דעטאלירטע מפות, כדי צו קענען וויסן דעם פשוט'ן מציאות צי מ'איז מער אויף צפון אדער דרום, און בפרט וויפיל צו צפון אדער דרום מ'איז, כדי צו קענען אויסרעכענען ווי שטארק מ'דארף זיך בייגן לצד צפון און דרום כדי צו זיין כנגד ירושלים לויט א וואנט מאפע. דער רב ניצט דערפאר א מהלך וואס איז געווען באקאנט ליודעי חשבון במשולש הכדורי, פשוט כדי דאס צו געוואר ווערן. פארוואס כדורי? יא, ווייל די וועלט איז א כדור, און דער מהלך פון נוכח הראש און אופק, איז כדי דאסצו געוואר ווערן, כאטשע מיר וואלטן דאס אליין אויסגערעכנט דורך א גראדע מאפע, אסאך גרינגער.

איך בין נישט זיכער אז דאס איז טאקע פשט, אבער פון וואס איך האב געזען ביז יעצט, פארשטיי איך נישט וואס ס'גייט דא פאר. נאך מער, כאמור, אפילו אויב דער רב זאל יא מחולק זיין מיט'ן לבוש, האט מען דאך גע'פסק'עט בכל הדורות ווי דער לבוש בענין זה.
ווען מ'איז אויסגעדרייט צו מזרח איז מען אין פאקט נישט אויסגעדרייט צו מזרח אויף א וואנט מאפע (הנקרא Due East) נאר שיעף אראפ צום קו המשוה פון ווי די זוהן שיינט אויף, צו זאגן אז מ'זאל זיך אוועקרוקן פון מזרח לויט א וואנט מאפע האט פשוט נישט קיין פשט.

די מהלך הנקרא Rhumble Line איז נאר שייך צו רעכענען פון א פשוט'ע וואנט מאפע נאר נאכן וויסן וואו עס איז די מזרח אויף א וואנט מאפע וואס איז נישט די מזרח פון וואו די זוהן שיינט אויף, און דאס האט מען פונקט אזוי נישט געוואוסט אמאל

במשך כמה דורות זענען נישט געווען קיין געהעריגע וואנט מאפעס אויך נישט (עי' תוס' גיטין ח. ד"ה ר' יהודה אומר ובתוהרא"ש שם), וויאזוי האט מען דעמאלטס געוואוסט? מ'האט לכאורה נאר געוואוסט בערך און דאס איז געווען גוט, אבער אויב וויל מען רעכענען פונקטליך איז די שועה"ר די איינציגסטע וואס שטימט מיטן מציאות
לעצט פארראכטן דורך Who knows אום דינסטאג יולי 02, 2024 7:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

Who knows האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:18 pm
וויאזוי האט מען דעמאלטס געוואוסט? מ'האט לכאורה נאר געוואוסט בערך און דאס איז געווען גוט
מה טענה הוא זה, היכא דיכול לברורי מברירנן (זאג קענסט ספעלן?...) עס איז נישט ווי מייקראוסקאופ מיט ווערים, סך הכל ווייסן מיר בעסער און פונקליך וויאזוי צו רעכענען

זעסט דאך אליין אין שע''ו ווערט געפסקנט אז מען ווייסט נישט דאן איז די הלכה אז מען איז מכוון און שוין, מה תאמר ער איז נישט מקיים א הלכה אין שו''ע פון מצדד זיין? ניין נאר חבל, א שאד ער ווייסט נישט, אז מען ווייסט יא מה טוב אמה נאים. (גרשון ליינט בכלל דא?...)

Who knows האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 5:52 pm
המברך יתברך ז"ל האלט אין איין דערמאנען א לבוש וואס האלט אנדערש פון די שיטה פונעם שועה"ר, איינער קען צוצייכענען וואו די לבוש איז?
זיכער!, נאדיר.
לבוש שו''ע סימן צ''ד
https://drive.google.com/file/d/1iboysb ... sp=sharing

----
זייטיגע נאטיץ
איך מיין אז @קו הישר /___\איז אויסגעקאכט אין דעם, איינער קען לינקן זיין ארטיקל איבער דעם נושא? [דאכצעךעס הייסט ''גלייך אדער דיאגאנאל - שיעף אדער גראוד'']
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:35 pm

ייש"כ, וועל איך אי"ה מעיין זיין
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:35 pm
זייטיגע נאטיץ
איך מיין אז @קו הישר /___\איז אויסגעקאכט אין דעם, איינער קען לינקן זיין ארטיקל איבער דעם נושא? [דאכצעךעס הייסט ''גלייך אדער דיאגאנאל - שיעף אדער גראוד'']
viewtopic.php?p=2995684#p2995684

בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:30 pm
Who knows האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:18 pm
וויאזוי האט מען דעמאלטס געוואוסט? מ'האט לכאורה נאר געוואוסט בערך און דאס איז געווען גוט
מה טענה הוא זה, היכא דיכול לברורי מברירנן (זאג קענסט ספעלן?...) עס איז נישט ווי מייקראוסקאופ מיט ווערים, סך הכל ווייסן מיר בעסער און פונקליך וויאזוי צו רעכענען

זעסט דאך אליין אין שע''ו ווערט געפסקנט אז מען ווייסט נישט דאן איז די הלכה אז מען איז מכוון און שוין, מה תאמר ער איז נישט מקיים א הלכה אין שו''ע פון מצדד זיין? ניין נאר חבל, א שאד ער ווייסט נישט, אז מען ווייסט יא מה טוב אמה נאים. (גרשון ליינט בכלל דא?...)
דאס איז וואס איך זאג, אז די טענה אז אמאל האט מען נישט געקענט וויסן די דירעקציע קיין ארץ ישראל הנקרא Great Circle איז נישט קיין סיבה צו זאגן אז דאס איז נישט די ריכטיגע מהלך, ווייל מ'האט בכלליות נישט געוואוסט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס ווייסט מען היינט מער? היינט קען פשוט יעדער מעסטן אויף גוגל מאפעס, און אמאל האט זיך אויסגעפעלט גאנצע חשבונות.

מ'האט אמאל געקענט וויסן די מעלות אורך און מעלות רוחב פון יעדן פלאץ, און דער פלאץ פון ירושלים שטייט אין רמב"ם. מ'האט אויך געוואוסט בערך ווי גרויס דער היקף פון דער וועלט איז, און מיט געאמעטריע האט מען געקענט אויסרעכענען די ריכטונג פון ירושלים.

אבער פון דעם וואס די מזרח-אייראפעאישע אידן האבן בכלל געדאוונט צו מזרח, איז משמע אז עפעס חשבונות איז געווען. סתם פון קוקן אין שולחן ערוך און אויף א מאפע, וואלט די מסקנא געדארפט זיין צו דאווענען אויף דרום. אפילו אין קראקע, וואו דער רמ"א שרייבט:
ואנו שמחזירין פנינו למזרח, מפני שאנו יושבים במערבה של ארץ ישראל ונמצא פנינו לארץ ישראל.
דארף מען עפעס מסביר זיין. קראקע איז צוואנציג מעלות מער צפון ווי ירושלים, און נאר פופצן מעלות קיין מערב. וואס איז דער נימוק צו דאווענען אויף מזרח? אין כ"ש ווען מ'גייט קיין אוקראינע אדער בעלארוס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 7:07 pm
אבער פון דעם וואס די מזרח-אייראפעאישע אידן האבן בכלל געדאוונט צו מזרח, איז משמע אז עפעס חשבונות איז געווען. סתם פון קוקן אין שולחן ערוך און אויף א מאפע, וואלט די מסקנא געדארפט זיין צו דאווענען אויף דרום. אפילו אין קראקע, וואו דער רמ"א שרייבט:
ואנו שמחזירין פנינו למזרח, מפני שאנו יושבים במערבה של ארץ ישראל ונמצא פנינו לארץ ישראל.
דארף מען עפעס מסביר זיין. קראקע איז צוואנציג מעלות מער צפון ווי ירושלים, און נאר פופצן מעלות קיין מערב. וואס איז דער נימוק צו דאווענען אויף מזרח? אין כ"ש ווען מ'גייט קיין אוקראינע אדער בעלארוס.
דער לשון ואנו פונעם רמ''א קומט פונעם טור (נעם אראפ אפאר מעלות פון צפון און לייג צו אפאר מעלות צו מערב - דייטשלאנד) און דער טור נעמט עס פונעם סמ''ג (נעם אראפ נאך אפאר מעלות פון צפון און לייג צו נאך אפאר מעלות צו מערב - פראנקרייך)

טאקע דער רמ''א אליין ברענגט אין דרכי משה דייקא נישט מזרח ממש משום מינין און אויך צו מכוון זיין צו ארץ ישראל.

מעגליך עס קומט טאקע פון די מינין וואס פלעגן מקפיד זיין מער אויפן זריחת השמש ווי ארץ ישראל..
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך ווייס דער רמ"א קומט פונעם טור. ער איז דאך אבער נישט געווען קיין אידיאט צו נאכשרייבן עפעס וואס שטימט נישט לפי מצבו.

אגב, די מפה פונעם רמ"א איז געשריבן געווארן לויט מנהגי פוילן, נישט מנהגי אשכנז. די דייטשע אידן האבן אסאך זאכן געטון אנדערש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: וואו איז מזרח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

Who knows האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:18 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:56 am
עס זעט אויס, אז אין יענע צייטן איז נישט געווען די אלע כלים און פארגעשריטענע דעטאלירטע מפות, כדי צו קענען וויסן דעם פשוט'ן מציאות צי מ'איז מער אויף צפון אדער דרום, און בפרט וויפיל צו צפון אדער דרום מ'איז, כדי צו קענען אויסרעכענען ווי שטארק מ'דארף זיך בייגן לצד צפון און דרום כדי צו זיין כנגד ירושלים לויט א וואנט מאפע. דער רב ניצט דערפאר א מהלך וואס איז געווען באקאנט ליודעי חשבון במשולש הכדורי, פשוט כדי דאס צו געוואר ווערן. פארוואס כדורי? יא, ווייל די וועלט איז א כדור, און דער מהלך פון נוכח הראש און אופק, איז כדי דאסצו געוואר ווערן, כאטשע מיר וואלטן דאס אליין אויסגערעכנט דורך א גראדע מאפע, אסאך גרינגער.

איך בין נישט זיכער אז דאס איז טאקע פשט, אבער פון וואס איך האב געזען ביז יעצט, פארשטיי איך נישט וואס ס'גייט דא פאר. נאך מער, כאמור, אפילו אויב דער רב זאל יא מחולק זיין מיט'ן לבוש, האט מען דאך גע'פסק'עט בכל הדורות ווי דער לבוש בענין זה.
ווען מ'איז אויסגעדרייט צו מזרח איז מען אין פאקט נישט אויסגעדרייט צו מזרח אויף א וואנט מאפע (הנקרא Due East) נאר שיעף אראפ צום קו המשוה פון ווי די זוהן שיינט אויף, צו זאגן אז מ'זאל זיך אוועקרוקן פון מזרח לויט א וואנט מאפע האט פשוט נישט קיין פשט.

די מהלך הנקרא Rhumble Line איז נאר שייך צו רעכענען פון א פשוט'ע וואנט מאפע נאר נאכן וויסן וואו עס איז די מזרח אויף א וואנט מאפע וואס איז נישט די מזרח פון וואו די זוהן שיינט אויף, און דאס האט מען פונקט אזוי נישט געוואוסט אמאל

במשך כמה דורות זענען נישט געווען קיין געהעריגע וואנט מאפעס אויך נישט (עי' תוס' גיטין ח. ד"ה ר' יהודה אומר ובתוהרא"ש שם), וויאזוי האט מען דעמאלטס געוואוסט? מ'האט לכאורה נאר געוואוסט בערך און דאס איז געווען גוט, אבער אויב וויל מען רעכענען פונקטליך איז די שועה"ר די איינציגסטע וואס שטימט מיטן מציאות
כ'בין נישט צו גוט אין דעם. אבער כ'האב פארשטאנען אז די שאלה איז צי מ'דארף "כנגד" רעכנט מען לויט ווי ס'איז די שנעלסטע אנצוקומען, אדער קעגן איבער אין א גלייכע דירעקציע. הגם ס'איז נישט גלייך, ווייל אז מ'גייט גלייך קומט מען אן אין ספעיס, אבער לפי אונזער וועלטל וואלט מזרח דרום געהייסן די מערסטע גלייך, מזרח צפון אפילו ס'איז נענטער דארף מען אבער טוישן דירעקציע.

האבעך עס ארויס?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”