אלף בית האט געשריבן: כ׳וועל עס פרובירן מסביר צו זיין:
ווען מיר זעהן א ׳וואנט מאפע׳ און מיר וועל צוען א גלייכע שטריך פון ניו יארק צו ארץ ישראל וועט טאקע אויסקומען אז מיר דארפן דאווענען צו מזרח אביסל גענויגט צו דרום.
דאס איז אבער נישט ריכטיג, ווייל די וועלט איז דאך רינדעכיג און ווען מ׳עפענט עס אויף אז ס׳זאל זיין א ׳וואנט מאפע׳ ווערט עס צוצויגן און ס׳איז נישט אקורט.
ווען מ׳זאל עפענען א די מאפע אויף א וועג אז די נארפאול זאל זיין אינדערמיט און מזרח אויבן און מערב אינטן, וועט מען זעהן די וועלט אונגאנצן אנדערש...
נאך א הסבר פאר ווער ס'פארשטייט נישט;
ווי באקאנט איז ביי תקופת ניסן ותשרי, קומט ארויס די זון פונקט אין די צענטער פון מזרח, ווייל דעמאלט פארט ער גלייך אויף די קו המשוה. יעצט שטעלט אייך ביי נץ החמה אין נו יארק, און קוקט ווי די זון קומט ארויס, וואס דאן איז ער ווייט פון אונז 90 מעלות למזרח, און ער שטייט פונקט העכער די קו המשוה, דאס איז בערך דרום-צענטראל אפריקע, לאמיר זאגן מדינת סאמאליע - קעניע, וואס דאס איז דאך לגמרי דרום פון ארץ ישראל, יעצט אויב ווילט איר זיך שטעלן קעגן ארץ ישראל, דארפט איר זיך אביסעלע דרייען לינקס צו צפון, אזוי וועט איר זיין פונקט קעגן ארץ ישראל! דאס מיינט 'מזרחית צפונית'!