[="ישובניק"]גראדע האט דער בלאט געהאט ברייט באשריבן אין דריי פארזעצונגען פון פ' בא ביז פ' יתרו איבער דעם ווידעא פונעם מנחת אלעזר אין די "אוצרות" ביילאגע, זיי האבן דאן נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט ארויסשרייבן "פילם", "ווידעא" אדער "מאווי", און נאך דערצו לייגן א בילד פון אן אלטן מאווי מאשין, פארוואס דא האט פונקט דער בלאט געהאט א פראבלעם דערמיט? און איז געווען די איינציגסטע אידישע אויסגאבע גענצליך צו איגנארירן די גאר היסטארישע חפץ חיים ווידעא! #מאדנע]
איך האב זיך לכתחלה געווינדערט אז די היימישע מידיא מאכט אזא נייעס פון א ווידיא, וואס איז אסור במחנינו. הגם מען קען נישט זיין ווי א בת היענה, אבער דאך... איך האב אבער פארשטאנען אז דאס איז א תוצאה פון קול מבשר. וויבאלד זיי פראפאגאנדירן אזוי דערמיט ביים היימישן עולם מוזן שוין די צייטונגען מיטגיין. כ'האב נאך געוואלט קלערן אז דער בלאט איז טאקע פרינציפיש... אפשר לכבוד פורים - ונהפוך הוא... יעצט ווער איך איבערצייגט אז זיי האבן עס נאריש באהאנדעלט. איין שוואכער לימוד זכות, אז זיי מיינען נישט די ווידיא פראבלעם, נאר אז דער מנחת אלעזר איז געווען א קנאי, און דאס איז אן אגודה קאנווענשאן...
עס קומט אויס פון אים אז די יונעווערסעטי האט יעצט פשוט ליגענט געזאגט ווייל לויט אלע האבן זיי געזאגט אז יעצט איז עס די ערשטע מאל וואס איינער זעהט עס. אבער עס קען זיין אז מען רעדט פשוט פון א צווייטע קאפיע פון די זעלבע פילפ, און אזוי הערט זיך פון זיינע ווערטער אלס א יכול ליהות.
אבער די אינטערעסאנטסטע איז וואס ער זאגט אז עס איז דא נאך א ווידיא!!! א ווידיא ווי די ח"ח פארקויפט זיינע ספרים!!
איינער פרעגט אים אאויף די קליפ צו מען גייט עס ארויס געבן, זאגט ער "איך האף", און עפעס לייגט ער צו אז צוליב "אינטערעסען "איז עס נאך נישט ארויס געקומען.
אויב איינער האט די קליפ פון ליאזשנע, ביטע עס ברענגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש