פִּנַּת יִקְרַת מוּסָד מוּסָד מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די איבערראשנדע נייעס אז די הנהלת מוסדות הק' דרבינו יואל מסאטמאר - לעיקוואוד, האבן היינט ער"ח אלול גומר געווען דעם מקח אויף א פרישן גרויסן שטח ביים ווינקל פון אלבערט און פיין סטריט פארן געברויך פון די מוסדות הק', נאכצוקומען דעם אויסנאמליכן וואוקס און הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות הק'. דער נייער ריזיגער "אלבערט" שטח, מיט א גרויסן עקזיסטירנדן בנין דערויף, געפונט זיך הארט נעבן דעם גרויסן בנין הת"ת "בנין פארהאנד" שע"י מוסדותינו הק' אין לעיקוואוד, און איז אצינד - מיט גרויס סייעתא דשמיא בברכתו ועידודו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכער האט באאויפטראגט די חשוב'ע חברי הנהלת המוסדות זאלן ארבעטן צושטאנד צוברענגען דעם מקח, אין וואס זיי האבן טאקע אריינגעלייגט כחות עצומות, מיט די הילף פון א גאר איבערראשנדע נדבה דורך דעם נדיב הדגול הרבני הנגיד מו"ה מרדכי פארהאנד הי"ו וזו' תחי' וואס האבן ביישטייערט א גאר שיינעם סכום - אפגעקויפט געווארן און אריין אינעם רשות פון די מוסדות הק', ערגענצנדיג דעם גיגאנטיש גרויסן שטח צו שטיין צום באנוץ פוו די מוסדות הק', והי' המשכן אחד. דאס וועט ברענגען א שטארקע דערלייכטערונג מיט הרחבת הדעת פאר די צאן קדשים און די מרביצי תורה אין די מוסדות הק' אין לעיקוואוד, געבנדיג דעם געלעגנהייט זיך צו פארברייטערן און מרחיב זיין די גבולי הקדושה אויף איין שטח, און עווענטועל קענען פארברייטערן די בניני המוסדות ביתר שאת ועוז. אנ"ש נעמען אויף די בשורה המרנינה מיט פריידיגע הערצער, אפגעבנדיג א שבח והודאה פאר הקב"ה אויף די סייעתא דשמיא כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ, ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים