די מעשה פון פורים אויף גראם (2)
קאפיטעל א'
אנעים זמירות ושירים
לכבוד דעם הייליגען פורים
פארציילען די געשיכטע פונעם מגילה
צו לויבען דעם נורא ואיום
אשר הניא עצת גוים
ווי חז"ל זאגען קריאתה זו הילולה
אוי...
אחשורוש וויל ווייזען, בהראותו את עושר
בשנת שלוש למלכו געוועהן א שעת הכושר
מרדכי שרייט, יודען האטס רחמנות
גייטס נישט אהין ווייל ס'ז גרויסע סכנות
צו עסען מיט א גוי אין איין טאפ
אוי...
אבער אפילו בהסתרה כביכול זיין אהבה מודיע
ביום השביעי שוין צוגעגרייט די ישועה
ושתי זאל קומען אזוי אומאיידעל
אבער זי האט באקומען א קרעציגע וויידעל
המן שריי אראפ מיטען קאפ
* * * *
קאפיטעל ב'
ויפקד המלך פקידים
עקודים נקודים ברודים
אלע מיאוס'ע מוידען קומען זיך צונויף (צונאף)
פון אלע וואס טוהן זיך שטעלען
בלויז אסתר טוט געפעלען
ותיטב הנערה בעיניו ותשא חסד לפניו
אוי...
אחשורוש פאררופט ווידער גרויסע ביילען
אבער אסתר המלכה וויל נישט פארציילען
בגתן ותרש ערפונדען א נייע געטראנק
קאבערנעי סאביניאן געמישט מיט שלאנג
דער וויין 'דיילוטען' זיי מיט גיפט
אוי...
מרדכי מיושבי לשכת הגזית
ער כאפט אויף פונטקליך זייערע העזות
ער פארציילט פאר אסתר גענוי אזוי
און זי זאגט נאך בשם אומרו
פארען ספר הזכרונות א קלארע שריפט
* * * *
קאפיטעל ג'
אחר הדברים טאקע
ווייל רפואה קודם למכה
שווארצע וואלקענעס האבען זיך באוויזען
עס בלאזט א בייזע ווינט
גדל המלך דעם גרויסען הונט
און פאלען כורעים וועט יעדער פאר איהם מוזען
אוי...
אוי...
המן הרשע דער גרויסע איבעלטעטער
ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה זעהט ער
ויבז בעיניו לשלוח יד
נאר דער גאנצע וועלט וויל ער מאכען באנקראט
אויף י"ג אדר דער גורל געפאלען
אוי...
ישנו עם אחד מפוזר ומפורד
אין די דתי המלך זענען זיי מורד
ער פארשפרעכט עשרת אלפים ככר
אחשורוש זאגט דאס איז נישט דער עיקר
נא'דיר דעם רינגעל ותשלים כל משאלין
* * * *
קאפיטעל ד'
פון הימעל איז מען מרדכי'ן מודיע
ער שרייט און רייסט קריעה
וויינט אין אלע גאסען, ממש פחדים
אסתר המלכה אזוי צובראכען
שיקט רופען דעם התך'ן
אבער מרדכי אנטזאגט זיך פון נעמען די בגדים
אוי...
אסתר המלכה מוז אריינגיין מיט א שליחות
נישט בחנם ביזטו א מיוחס
און כאטש עס דראעט מיטען טויט
אבער יעצט איז גאר א פאל פון נויט
אסתר נעמט אהן זיין פלאן
אוי...
זי לייגט אבער צו קודם א תנאי
לך כנוס היהודים וצומו עלי
אל תאכלו ואל תשתו, א דבר ברור
נישט קיין מצה, נישט קיין מרור
אזוי וועל איך קענען גיין אריין
* * * *
קאפיטעל ה'
ווי פארכטיג איז דער מראה
נאך דריי טעג בקדושה ובטהרה
זי שפאצירט צום קעניג מיט ציטערדיגע טריט
מיט רוח הקודש איינגעהילט
אחשורוש וויל ווערען ווילד
אבער דער מלאך געבט איהם א זעץ און ציהט אויס דעם ריט
אוי...
מה שאלתך וועט מען זיין מקיים
יבוא המלך והמן היום
ביים סעודה ווידער די זעלבע שאלה
מארגען וועל איך זיין מגלה
פאר אחשורוש איז דאס א גוטע רייץ
אוי...
מרדכי הייבט אויף פאר המן זיין שיך
המן הרשע ווערט אויסער זיך
זרש אשתו מיט איהר פיצעלע מוח
הייסט מאכען א תליה גאר הויעך
ויטב הדבר ויעש העץ
* * * *
קאפיטעל ו'
אחשורוש שנארכעצט אזוי ביליג
ער טראסקעט אראפ אומוויליג
דער מלאך שמייסט אריין מיט כח
ער בעט זיך ווי א תמים
ברענגטס דעם ספר הזכרונות דברי הימים
פון זיך אליין ליינט זיך עס אויס הויעך
אוי...
ווער געפונט אין חצר יעצט אזוי פריש
ער פרעגט המנ'ן מה לעשות באיש
און דאס אלעס טוה פאר מרדכי'ן אצינד
המן וויינט ווי א קליין קינד
אחשורוש זאגט איך האב דיך אין בוידעם
אוי...
א שערער און בעדער איז ער געוועהן אפילו
מרדכי דערלאנגט איהם א שטויס אין מגילה
זיין טאכטער האט זיך אויף איהם באמייכענט
זרש מיט די יועצים האבען פארצייכענט
נפל תפול לפניו עודם
* * * *
קאפיטעל ז'
נאך מיט קליידער אינגאנצען פארשמירט
ווי א בר מינן געפירט
קום צו אסתר'ס סעודה, יעדער איינער ווארט
אחשורוש פרעגט ווידעראמאל
זי זאגט, איך בין א בת ישראל
מגלה זיין מיין יחוס איז יעצט דער צייט
אוי...
איך האב דיר געלאדענט, לטובה כונתי
נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי
איהר קול, די טרערען טוהן דערשטיקען
ווייל דער צורר המן וויל אונז פארצוקען
א יודענריינע וועלט צו עררייכען
אוי...
אחשורוש לויפט כאפען א ציגארעטל
המן פאלט אויף אסתר המלכה'ס בעטעל
דער קעניג זעהט און ס'ווערט איהם נישט גוט
עמי בבית נעמסטו שריט
ארויף על העץ אשר הכין
* * * *
קאפיטעל ח'
אסתר פאלט איהם צו די פיס
דער מצב איז נאך ווייט פון זיס
די אלטע בריעף זענען נאך פארשפרייט
אויף אלע וואטסעפס און אויף טוויטער
פאר יודען צו מאכען ביטער
אויף י"ג אדר זיך צו מאכען גרייט
אוי...
המן מיט זיינע בריעף געוועהן אן אנשרעקער
אבער אין דעם פאלשע פסק וועט מען מאכען א היכר
אנשטאט ווי פריער להיות עתודים
וועט מען שרייבען להיות היהודים
עתודים להנקם מאויביהם
אוי...
די נייע בריעף מיט די נייע סעיפים
שנעל געשווינד, הרצים יצאו דחופים
ומרדכי יצא בלבוש מלכות
קעניגליכע קליידער אזאנס און אזאלכעס
אלע יודען טרונקען לחיים
* * * *
קאפיטעל ט'
די הרגשים זענען עולה על הגודש
ווען עס דערנענטערט זיך דעם חודש
ווען די גוים האבען געוואלט יודען פלאגען
זייערע פלענער צושטערט
ונהפוך הוא אומגעקערט
פאר די יודען שמחה, פאר די שונאים יגון
אוי...
נקהלו היהודים בעריהם
ונוח מאויביהם והרוג בשונאיהם
פינעף און זיבעציג טויזענט אנטיסעמיטען
גע'הרג'עט, צוקלאפט און פארשניטען
מיתות משונות מיט גרויסע יסורים
אוי...
אסתר מיט אחשורוש ווידער א משא ומתן
אלע צעהן קינדער קומען אהן צום טאטען
יודען טאנצען אין אלע גאסען
אויך די קומענדיגע דורות נישט פארפאסען
נאר קימו עליהם לעשות פורים
* * * *
קאפיטעל י'
כאטש די גוים פול מיט האס
וישם המלך מס
דער וועלט פירט זיך ווייטער כמנהגו
נאר פאר יודען א זכר געבליבען
ווי אין די פערסישע ביכער פארשריבען
כל מעשה תקפו וגבורתו
אוי...
כי מרדכי היהודי משנה למלך
אבער פארט אינזינען יעדע יוד פערזענליך
דורש טוב לעמו
ודובר שלום לכל זרעו
אין אלע דורות איז די כונה
מי שעשה נסים לאבותינו
בימים ההם אויך בזמננו
וועט ווייטער שענקען דעם יוצר כל יצורים
אלע השפעות פונעם יו"ט פורים
לשמוח בכל שנה ושנה
- אטעטשמענטס
-
- פורים תשעה.pdf
- (145.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 148 מאל
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים