אזוי ווי עס איז אין די היינטיגע פרשה, וועל איך בשייכות צו די תגובה אייערע מעתיק זיין נאך א שטיקל רמב"ן.
בן אוני - בן צערי. בנימין, נראה בעיני לפי שהוא לבדו נולד בארץ כנען שהוא בנגב, כשאדם בא מארם נהרים, כמו שאמר בנגב בארץ כנען (במדבר לג מ), הלוך ונסוע הנגבה (לעיל יב ט), בנימין, בן ימין, לשון צפון וימין אתה בראתם (תהלים פט יג), ולפיכך הוא מלא. לשון רש"י:
ולא הבינותי זה שתהא ארץ ישראל דרומית לארם נהרים, שהרי ארם מזרחית לארץ ישראל, כדכתיב (לעיל כט א) וילך ארצה בני קדם, וכתיב (במדבר כג ז) מן ארם ינחני בלק מלך מואב מהררי קדם, ויעקב עבר הירדן שהוא למזרחה של ארץ ישראל והיה חוזר דרך אדום שהוא בדרום ארץ ישראל, נמצא ארם מזרחית דרומית לארץ ישראל וארץ ישראל לצפונה:
אבל אם נולד בתחום בית לחם אפרתה שהוא בארץ יהודה, כדכתיב (שופטים יט ב) בית לחם יהודה, וכתיב (מיכה ה א) ואתה בית לחם אפרתה צעיר להיות באלפי יהודה, הנה הוא בדרומה של ארץ ישראל, והנה בין בית אל ובין בית לחם אפרת נולד:
ואם המקום בהר אפרים, הרי הוא בצפונה של ארץ ישראל, כדכתיב (יהושע יח ה) יהודה יעמוד על גבולו מנגב ובית יוסף יעמדו על גבולם מצפון, ואם בחלקו של בנימין גם כן אינה בדרום, דכתיב ויהי להם גבול לפאת צפונה. ומכל מקום אין טעם לקרותו בן דרום:
וואס מיר ווינדערט אין דעם רמב"ן איז, אז ווי איז מעגליך צו זאגן אז ארם נהריים, חרן וכו', איז בגבול דרומית מזרחית, במקום ווען פון אלע מקומות איז קלאר משמע אז דאס איז ערגעץ אויבן (מזרח ארויף) טיף אויף צפון זייט, בגבול מזרחית צפונית.
דאס זעלביגע איז מיר שוין באמת שווער געווען אויפן רמב"ן אין פר' ויצא, דארט ביי די סולם רש"י וואו ער איז מחולק מיט רש"י'ן און בתוך דבריו דארט איז אויך משמע אז ער האלט אז חרן איז ערגעץ אונטן ביים גבול מזרחית דרומית.
נאך מער, דער רמב"ן זעלבסט אין סוף פר' נח, ווי ער לאזט זיך אריין אין א לענגערן שמועס פונקטליך וואו אברהם אבינו איז געבוירן, איז משמע אז ער האלט ווי דער אנגענומענער מיינונג אז חרן איז בגבול צפונית מזרחית.
טא, וואס גייט דא פאר?