מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה
די חשבון איז פשוט אויב מצרים איז ת' פרסה על ת' פרסה, און די וועלט איז זעכציג מאל גרעסער ווי כוש וואס איז זעכציג מאל אזוי גרויס ווי מצרים, נו רעכן אויס 60X60X400=1440000 איז דאך דאס פיל מער פון זעכציג טויזענט.
דער צל"ח אויפ'ן פלאץ זאגט אויף רש"י " נ"ל טעות סופר כי ע"פ החשבון הזה העולם הוא כ"ד אלפי פרסי במכוון" פלאי פלאים דער צל"ח קומט אן צו א ציפער פון פיר-און-צוואנציג טויזענט פרסי און לויט אים איז די קשיא אויף רבא גאר פארקערט אז זיינע ס' אלף פרסי איז צופיל.
האב איך געטראפען א שיינעם הסבר אויפ'ן צל"ח פון זיין זוהן ר' יעקבקא לאנדא פון בראד אין זיין הקדמה אויפן נודע ביהודא, אז 400 ביי 400 איז 160,000 קוואדראט (סקווער) פרסה וואס אזויפיל איז מצרים געווען לויט די ברייתא, און כוש וואס איז 60 מאל אזוי גרויס ווי מצרים איז לפי חשבון 60X160,000=9,600,000 און די וועלט וואס איז 60 מאל גרעסער ווי כוש 60X9,600,000=576,000,000
576 מיליאן קוואדראט-פרסה.
ווער ס'איז באקאנט אין מאטעמאטיקס ווייסט פון א זאך ווי קוואדראט-ווארצל ( סקווער-רוט ) וואס באדייט דער שורש פון די קוואדראט חשבון (למשל א פלאץ גרויס 25 סקווער-פיס איז דער סקווער-רוט 5 ווייל 5X5=25 הגם נישט אלס איז דער פערימיטער סקווער אבער די שורש דערפון איז דאס ודו"ק) אויף א קאלקולעיטער איז פארהאן א ספעציעלע קנעפל דערפאר (אזוי ווי א גרויסע טשעק-צייכן).
יעצט שטימט דאך דער צל"ח כמין חומר וואס איז דער קוואדראט-ווארצל פון 576 מיליאן, הוי אומר 24,000 והצדיק את הצדיק דמעיקרא זיעועכי"א
פאלגענד איז א ציטאט פונעם הקדמה פון נודע ביהודא מהדו"ק:
- אטעטשמענטס
-
- nodabihudakama.jpg (97.94 KiB) געזען 7533 מאל