קרעמער האט געשריבן:
אינעם היינטיגן שיעור האט פארשריבן פארגעלערנט פון דרך החיים אז מען ברויך זאגען די קרבנות שטייענדיגערהייט: viewtopic.php?p=537814#p537814
איך פיר מיך ב"ה אזוי, אבער איך וויל פארשטיין פארוואס מאנכע זענען נישט נזהר דערין. איז דא א דעה אז מען מעג דאס זאגען זיצנדיג?
אין שו"ע הרב איז דא א סתירה אין דעם.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
קרעמער האט געשריבן:
אינעם היינטיגן שיעור האט פארשריבן פארגעלערנט פון דרך החיים אז מען ברויך זאגען די קרבנות שטייענדיגערהייט: viewtopic.php?p=537814#p537814
איך פיר מיך ב"ה אזוי, אבער איך וויל פארשטיין פארוואס מאנכע זענען נישט נזהר דערין. איז דא א דעה אז מען מעג דאס זאגען זיצנדיג?
אין שו"ע הרב איז דא א סתירה אין דעם.
אין מהדורא ראשונה שרייבט ער אז מען זאל שטיין, און מהדורא בתרא שטייט אז מען דארף נישט שטיין. "אבל אין צריך לומר מעומד כמו הכהן שהיה עובד מעומד, מאחר שהוא איננו כהן העובד, אלא שבקריאתו מעלה עליו הכתוב כאילו הקריב לו הכהן". אגב, אין סידור יעב"ץ שרייבט ער אז מען דארף שטיין, אבער נישט ווייל מען איז דומה צום כהן, נאר ווייל עס באלאנגט אין עולם העמידה עיי"ש.
דא איז דא נאך אן אינטערסאנטע געדאנק פון הרה"ק מבוטשאטש עס ווערט גברענגט אינעם סידור תפלה לדוד, וז"ל שם: טוב שלא להפסיק בין פרשת כיור וכנו לכל סדר הקרבנות וסדר העבודה שאומרים עד אחר איזהו גם בנקיות קטנים, כי על הטלת מי רגלים היו צריכים קידוש ידים ורגלים במקדש, ומה שאחר נקיות גדולים הי' צריך להיות טבילה במקדש זהו רק מדרבנן.
שכח פארשריבן פאר'ן נעמען שי טירחא אויפצופרישן דעם שיעור זאל עס טאקע זיין לע"נ ר' מנחם משולם ב"ר ישראל הי"ד שרעקעדיג אז מ'האלט יעצט אינמיטן די ענין פון קדישים
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
פארשריבן האט געשריבן:
פונעם פאלעמיק פאר וועמען עס געהערט די קדישיםviewtopic.php?p=786684#p786684זעהט זיך אויס אז אמאל איז נישט געווען איינגעפירט אז עטליכע יודן זאלן זאגן קדיש אויפאמאל.
אויב עס איז ריכטיג, איז עס אן אינטרעסאנטער פאקט.
יא אזוי איז די הלכה. און עס שטייט שארפע זאכן איבער זאגן אינאיינעם. אבער נאכן קריג האבן די גדולי ישראל געטוישט. דארף מען וויסען צו עס איז געווען א הוראה לדורות, צו נאר עת לעשות לה'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
טייל פוסקים שרייבן אז מען זאל ענטפערן אדער נאכ'ן ערשטן, אדער נאכ'ן לעצטן, און נישט די פון אינדערמיט. אנדערע שרייבן אז דוקא נאכ'ן לעצטן. (לויט די אלע פוסקים איז אביסל שווער די מעשה פון חת"ס. אבער צו ערשט וואו ווערט געברענגט די מעשה?)
איך האב נישט געשריבן קיין מעשה פון חת"ס, איך האב געשריבן א מעשה וואס איך האב אמאל געזען אין שול, און יענער איד - דער בעל המעשה האט מיר נאכגעזאגט דעם ענין, איך מיין אז ער האט עס געזאגט בשם דעם חת"ס.
אויב איך וועל אים נאכאמאל טרעפן בקרוב (מן הסתם נישט אזוי שנעל), און איך וועל געדענקן, וועל איך אים אפשר איבערפרעגן וואו דער מקור איז.
פארשריבן האט געשריבן:
פונעם פאלעמיק פאר וועמען עס געהערט די קדישיםviewtopic.php?p=786684#p786684זעהט זיך אויס אז אמאל איז נישט געווען איינגעפירט אז עטליכע יודן זאלן זאגן קדיש אויפאמאל.
אויב עס איז ריכטיג, איז עס אן אינטרעסאנטער פאקט.
יא אזוי איז די הלכה. און עס שטייטשארפע זאכןאיבער זאגן אינאיינעם.אבער נאכן קריג האבן די גדולי ישראל געטוישט. דארף מען וויסען צו עס איז געווען א הוראה לדורות, צו נאר עת לעשות לה'.
איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א מקור דערויף מיט מער פרטים ווי וועלכע גדולי ישראל? האבן זיי געגעבן די הוראה בכתב אדער בלויז בע"פ? וכדו'
איך האב גראדע געטראפן א תשובה פון הרב מרדכי פארקאש פון וואשינגטאן איבער די פראגע אויב אן אבל זאל מיטזאגן מיטן ש"ץ קדיש שטיל, וואו ער נעמט אביסל ארום בתוך דבריו דאס ענין פון זאגן קדיש ביחד
ער ברענגט, צווישן אנדערע, ווי פאלגנד:
* אז דער פתחי תשובה שרייבטעי' שו"ת דברי אגרת סי' ז' שהוא ז"ל במדינתו תיקן, שכל האבלים יאמרו כולם קדיש יחד ע"ש טעמו ונימוקו
* דער יעב"ץומה טוב וישר מנהג הספרדים בזה שאם רבים המה כולם זוכים בו. ואומרים אותו כאחד, ובטלה מחלוקת וטורח דיני דינים בדבר שאין לו שורש ועיקר
* קצות השלחןבארץ ישראל המנהג פשוט שכל האבלים אומרים ביחד כל הקדישים
* ערוך השלחןועתה כולם אומרים קדיש כי א"א לחלק ביניהם
און פון באה"ט און שע"ת זעט מען אויך אז דער מנהג איז געווען עטליכע זאלן זאגן אינאיינעם
* דער חת"ס איז מעתיק דעם יעב"ץ און שרייבטולכאורה מנהג כשר הוא ורבים העושים מצוה עדיפי מיחידיםאון וואונדערט זיך פארוואס מ'פירט מען זיך נישט אזוי און פראבירט עס צו פארענטפערן
דער בנין ציון פארענטפערט אינטרעסאנט פארוואס ביי די ספרדים זאגט מען צוזאמען און ביי די אשכנזים (בימיו) נישט ווייל די ספרדים זענען געוואוינט צו דאווענען הויעך אינאיינעם (ווי מ'הערט נאך היינט ביי די ארגינעלע ספרדים) ממילא וועלן זיי זאגן קדיש אויך צוזאמען משא"כ די אשכנזים
און דערנאך שרייבט ער אויפן זאגן קדיש אינאיינעםלא נשמע ולא נראה בכל גלילות אשכנז ופולין אפי' קהילה אחת שנהגו כן חוץ ממה שהנהיגו מגידי חדשים אשר מנהגי ישראל לא יחשובוזעט אויס ווי ער האלט עס פאר א פירצה זיך צו פירן אזוי ביי די אשכנזים
סאיז אינטרעסאנט צו ברענגען אז דער חת"ס מאכט א חילוק צווישן א קדיש יתום, וואס ווי געברענגט אויבן איז ער מחזק די מנהג אז נאר איינער זאגט, און אין יו"ד שרייבט ער לגבי קדיש דרבנןאך נ"ל דהנה מנהג הספרדים כל הקדישים אומרים כל האבלים בפעם אחת, וכן אנו נוהגים פה בבית מדרשנו בקדיש דרבנן שאומרים כל הבחורים האבלים בפ"א, ולפעמים גם בביהכנ"ס כשיש שום פלפול בין האבלים אומרים שניהם ומה בכך
שכוח פארן אנצייכענען די מראה מקומות פון די וואס שרייבן שארפע זאכן קעגן די מנהג הספרדים
אבער מ'זעט דארט נאך זאכן
למשל ר׳ רפאל שרייבט אונטן צו צו פארענטפערן דעם מנהגנ"ל ליישב מנהג ישראל קדושים
אזוי אויך דער קאמארנערוצרעת הזאת נתפשט
אויך שרייבט ער נאך אז ס'א מנהג גרועאעפ"כ אין צריך למחות ביד הנוהגים כן
פון דא אליין קענט איר זען אז ס׳איז נישט קיין נייע מנהג ביי אונז וואס מ'האט געטוישט נאך די מלחמה אז מ'זאל מסופק זיין אויב ס'איז א הוראת שעה אדער עת לעשות חוץ אז איר וועט ברענגען א מ"מ אויף פארקערט
אגב, ווייסט איינער צו דער מנהג ביי די יוצאי צאנז און קאמארנא איז טאקע אזוי?
(ט) אסור להסגן שילך ויעזב הספר תורה בשביל שהכעיסו אחד. ואם עבר ועזב, יש להענישו (א״ר סי׳ קמ״א):
געלעגער האט געשריבן:
וואס טייטש הסגן?
סגן קען האבן די צוויי באדייטן: 1) איינער וואס איז געשטעלט צו דינען אונטער דעם הויפט אנגעשטעלטער, און אטאמאטיש דער קאנדידאט איבערצונעמען זיין פאסטן ווען ער איז אומפעאיג. ווי למשל: סגן נשיא, סגן מנהל, סגן גבאי.
2) ס'קען אויך מיינען אז ער איז דער איינציגער וואס איז באאויפטראגט אויף עפעס. לשון כבוד ושררה.
אדער ביידע אינאיינעם. ווי: רבי חנינא "סגן" הכהנים; רבי חנינא וואס איז געווען דער אחראי אויף די עבודה פון די כהנים. און ער איז, אגב, אויך געווען דער סגן כהן גדול אים איבערצונעמען ווען נויטיג.
דא מיינט מען לכאורה דעם שמש אליין, וועלכער איז א סגן אונטער די הנהלת הקהלה און איז געשטעלט אויפצורופן די עליות וכדומה.
סאכדעסהאט געשריבן:↑דינסטאג אוגוסט 28, 2007 1:33 pm
היינט זעמיר
איך_הער האט געשריבן:
סעיף ו
המברך יאמר מתחלה: הב לן ונברך, כי כל מילי דקדושה בעי הזמנה, או יאמר כמו שנוהגין לומר בלשון אשכנז: "רבותי מיר ווילען בענטשן",
מיר זאגן דאך רבותי מיר וו'ע'לן בענטשן.
עמיציר האט מיר געזאגט אז אין ברסלב זאגט מען אויך וו'י'לן בענטשן, א גאנצע דרוש פון איינע פון רבי נחמנ'ס תלמידים פארוואס מ'זאגט אזוי מיט א לשון פון רצון.
אלזא קען נאך עמיציר אנגעבן עפעס בנושא?
דאס איז א שטיקל ליקוטי הלכות, מען זאגט מיר ווילן, צו מעורר זיין די רצון.