איך האב געהערט אז דער ענין פון זיצן איז, ווייל מען זאל נישט יוצא זיין דערמיט שמונה עשרה (עס פארמאגט אכצן שמות, אקעגן די שמונה עשרה ברכות), און די וואס שטייען - האב איך געהערט - זענען מדקדק צו שפאצירן, אדער זיך אויסדרייען צו אן אנדערע ריכטונג, נישט קעגן מזרח.
--- סעיף ג מי שבא לבית הכנסת לתפלת ערבית, ומצא שהצבור עומדין להתפלל שמונה עשרה, אפילו עדיין אינו לילה אלא מפלג המנחה ולמעלה, מתפלל עמהם שמונה עשרה, ואחר כך כשיהיה לילה אומר הקריאת שמע עם הברכות.
לכאורה איז דאס נאר גילטיג ווען דאס איז די איינציגסטע מנין אין שטאט, אנדערש דארף מען אויסווארטן ביזן קומענדיגן מנין און דאווענען קרי"ש וברכותיה דערנאך שמו"ע.
איך_הער האט געשריבן:
שיעור יום ה' פרשת טהרה, תשס"ח לפ"ק.
ואמר ריש לקיש כל העוסק בתורה בלילה, חוט של חסד נמשך עליו ביום, שנאמר יומם יצוה ה' חסדו ובלילה שירה עמי, מה טעם יומם יצוה ה' חסדו, משום ובלילה שירה עמי.
און זוה"ק [געלערנט לעצטנס אין חק] שטייט די זעלבע זאך, און דער זוה"ק לייגט צו אז ווער ס'לערנט נאך חצות איז זוכהלאשתיזבא מכולא, איר הערט גוט פון אלע סכנות און פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות ווערט מען נוצל אין זכות פון לימוד התורה נאך חצות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אינעם היינטיגן שיעור: "בקדושה דמוסף שאומרים שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד, ומיד אומרים הקהל אחד הוא אלהינו וכו', הוא טעות, כי אסור לומר תיבת אחד שני פעמים רצופים, אלא יאמר ה' אחד הוא אלהינו וכו'. אך השליח צבור שהוא ממתין על הצבור, יכול הוא להתחיל בתיבת אחד, כיון שהפסיק בנתים. "
קרעמער האט געשריבן:
איך האב געהערט אז דער ענין פון זיצן איז, ווייל מען זאל נישט יוצא זיין דערמיט שמונה עשרה (עס פארמאגט אכצן שמות, אקעגן די שמונה עשרה ברכות), און די וואס שטייען - האב איך געהערט - זענען מדקדק צו שפאצירן, אדער זיך אויסדרייען צו אן אנדערע ריכטונג, נישט קעגן מזרח.
מיר האבן היינט געלערנט אין סעיף ו' אזוי: "דבר שאי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה אסור להדיחו בשבת אפילו בצונן. ודג מלוח, מותר לשרותו במים צוננים לפי שגם קודם השריה ראוי לאכילה."
האב איך א שאלה. וואס איז די דין ווען איך האב א מאכל וואס נארמאלערהייט קען מען עס עסן אן דעם וואס מ'זאל עס אפוואשן, אבער די הלכה פארלאנגט אז מ'זאל עס אפוואשן פארן ניצן, (א שטייגער ווי פרוכט, טרויבן, וכדו' צו אנדערע פראדוקטן) הייסט דאס אז מ'קען דאס נישט עסן פארן אפוואשן "אי אפשר כלל לאוכלו בלי הדחה" וויבאלד מ'טאר דאס נישט עסן אנא דעם וואס עס ווערט אפגעואשן פון פריער?
קרעטשמע מאן האט געשריבן:

לכאורה די אלע ביישפילען זענען זאכען וואס מען דארף נישט דוקה אפוואשען. מקען זיי אפשיילען אויך. מה שאין כן די הלכה רעדט פון דבר שאי אפשר כלל לאוכלובלי הדחה. איך זאג דאס בדרך אפשר.
אינעם מאנטאג'דיגן שיעור, שטייט אז מ'טאר נישט אויסקוועטשן קיין אייטער, איך האב געוואוסט, אז אויב האט מען נישט אינזין אריין צו לאזן לופט, נאר ארויס צו לאזן די אייטער מעג מען יא, ווייל ס'איז נישט קיין פתח להכניס ולהוציא, האב איך געלעבט אין א טעות?
אין די גמרא שטייט אז מפיס מורסא (עפענען אן אייטער בלוז) איז מותר לכתחילה, אבער דער מגן אברהם שרייבט אז מען זאל אכט געבן פון מאכן א חבורה (איך שרייב בלויז נאך וואס איך האב יעצט געזען אויף א חיפוש אין משנה ברורה).
ווייסט איינער אויף וואספארא סדר דער בעל קיצור שלחן ערוך גייט?
אין שו"ע אליינס איז די הלכות פון עשיית חפציו בלא מלאכה סי' ש"ז תיכף פאר מוקצה, און ער לייגט עס גלייך נאך מוקצה.
ווי אויך איז שטארק כדי מיטצוהאלטן דעם סימן, כידוע איז מען שטארק נישט נזהר אין די הלכות, ווייל מענטשען כאפן זיך נישט, אבער אז מ'לערנט עס כסדר ליגט עס אין קאפ און ווען עס קומט לידי מעשה שפרינגט די הלכה ארויף פאר די אויגן.