סוכות ניגון - משיח
ס'פעלט מיר עטליכע ווערטער און זאצן פון דעם ניגון. ווער ס'קען אריינפילן וועלן מיר שטארק דאנקבאר זיין. יישר כח
‐--------
משיח איז געקומען און באהערשט די וועלט, אידן גענומען צו הערשן אויף די וועלט.
קומען אלע פעלקער און מאכן א געשריי, פארוואס זאלן אידן הערשן איבער זיי.
אדער אלע שלעכט אדער אלע גערעכט.
זאגט מען זיי מאכט נישט קיין געשריי, זאגט אונז ווער האט אפגעהיט די תורה אויב נישט זיי.
זאגן אלע פעלקער ניין, דאנקן דארפן מען אונז אליין. ווייל מיר האבן דעם איד, געהאלפן און געהיט.
זאגט פון אויבן מען וועט אייך נישט גלויבן איר מוזט אונז ווייזן גלייך, אז די אידן האבן געהיטן די תורה צוליב אייך, נעקסט!
__
..... נעמט אמעריקא א ווארט
מר. משיח פליז, ביי מיר איז גוט און זיס.
פרעג אליין די אידן ווי געווען ביי מיר ס'איז ביי מיר איז נישט געוועזן שווער אפי' ווערן גאווענאר.
און תורה היטן פיל, יעדער איינער וויל.
זאגט פון אויבן מען וועט דיר נישט גלויבן דו האסט פון ביזנעס נאר געטראכט.
האסט זיי געגעבן א פרייען לעבן און קאליע זיי געמאכט, נעקסט!
__
אויפן צווייטן ארט, נעמט פראנקרייך א ווארט
... איך האב פול געטוען
איך האב געמאכט פאר אידן מאדעס קליידער מיט א ס..
זיי זאלן זיך פירן שיין צניעותדיג ארום צוגיין, און דער פאמיליע לעבן זאל ביי זיין ריין.
זאגט פון אויבן מען וועט אייך נישט גלויבן דו האסט צרות אנגעמאכט.
מאדעס מיאוס ווייט פון צניעות און קאליע זיי געמאכט, נעקסט!
__
אויפן דריטן ארט נעמט רוסלאנד אן דעם ווארט
...איך האב געוואוסט דעם סוד אז איד און גוי קענען נישט וואוינען צוזאמען אין איין שטאט
אין אמעריקא אסימילירט און פראנקרייך.. האב איך געקלערט צו מיר, געשיקט קיין סיביר
זאגט פון אויבן מען וועט אייך נישט גלויבן דו האסט געציטערט פאר דיין סוף
דו האסט געהאט מורא אז דו אידישער תורה וועט אויפדעקן דיין בלאף , נעקסט!
__
אויפן פערדן ארט נעמט ענגלאנד א ווארט
עקסיוז מיר משיח סער, איך האב געטוען פיל מער, איך האב געזען אז תורה היטן אין גלות איז זייער שווער.
און איך האב געטוען פארשטיין אז אידן דארפן זיין אליין, האב איך זיי אפגעגעגבן מיין קאלעני פאלעסטיין.
זאגט פון אויבן מען קען דיר נישט גלויבן,
דו האסט קיינמאל נישט ערלויבט, געקומען ציוניסטן טעראריסן און עס צוגערויבט, א מדינה אנגעמאכט און צרות אנגעבראכט.
__
זאגן פעלקער גוט, נאר מיט דער מינוט, ווילן מיר דא תשובה טוען און זאגט אונז וואס מען טוט.
זאגט מען זיי פון הימל דאן, א קליינע מצוה איז פארהאן. סוכות היט אייך אפ, און מ'לאזט אייך אפ.
און אלע גרויסמאכטן, נישט געטראכט... סכך.. סוכות געמאכט, נישט פארגעסן טרינקען און עסן, אויף א גאנצע נאכט
זיצן זיך די געסט מען שיכור'ט און מען פרעסט
.. ארויס געלאזט די זוהן און זי האט גענומען בראטן אומעטום
אוי די היץ געווארן גרויס, האלטן פעלקער עס נישט אויס און פון סוכה שנעל זיי לויפן ארויס
וואסער גיסן, עירקאנדישאן, שנעלער לאזט אין הויז אריין, בעסער הערן קנעכט צו ווערן אבי סוכה נישט זיין
__
משיח איז געקומען און באהערשט די וועלט, די אידן גענומען צו הערשן אויף די וועלט
שרייען אלע פעלקער הערשן זאל דער איד, בעסער ביי אים קנעכט אבי סוכה נישט.