רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז
דער שומר אמונים איז בתחילה געווען דעם רב און רבי אונ'עם שטאט 'בערעגסאז' און אונגארין, ווען ער האט געפלאנט ארויף גיין וואוינען אין עיה"ק האט ער איבערגעגעבן דאס רבנות מיט'ן רעביסטיווע פאר זיינ'ס גאר א נאנטע תלמיד הוא הגה"צ רבי יוסף מאיר פאללאק זי"ע (דער פאטער פון הגה"צ רבי אברהם אלטער פאללאק זצ"ל - ב"ח פון הרה"ק מבעלזא זי"ע).
דער שומר אמונים האט זיך געפירט כנודע גאר גאר בפרישות, עפעס שלא מעלמא הדין, זיינע חיבורים הק' ובפרט ספרו הק' "שלחן הטהור" איז נתקבל געווארן ביי דעם גאנצען אידישען פאלק פון אלע שיכטן און קרייזען וואס מלערנט און דעם און מ'האראווערט און דעם כסדר. א זאך וואס איז אביסעל א דבר פלא אויף אן אחרון. בפרט איז דאס נתקבל געווארן ביינעם ספרדישען ציבור.
זיין איינציגסטער זון הגה"צ הנ"ל שליט"א ברענגט און די הקדמה זיינער פאר ספה"ק שומר אמונים גאר אן אינטרעסאנטער עובדע וועגן א ליטווישער איד וואס איז נושע געווארן ממות לחיים בזכות קובע זיין עתים בלימוד ספה"ק המדובר. עיי"ש והשקו לבבכם.
הישועות בו מקיפות