צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
זיי (וואס א חילוק ווער די זיי זענען?) זאגן אז 'יאנאש' איז גאר דער וואס שטייט אינטער די גאנצע פארמאכונג.
די דעטאלען זענען נאכנישט אינגאנצען אויסגעקלארט. אבער - כנראה - האט ער עפעס אויסגעשאלטערט די הויפט עלעקטעריצעטי צום קרעטשמע ווען ער האט נישט געפונען א ליידיגע פלאג וואו אריינצישטעקן די וועקיום קלינער צו קענען פייסעכדיג מאכן די שטיבלאך. סאו, ער האט - ברוב חכמתו - אויסגעשאלטערט די 'גרעבסטע' ווייער (וואס - ווי איר ווייסט שוין יעצט - איז דאס געווען די ווייער וואס פירט די עלעקטעריצעטי צום קרעטשמע!)...
נו, גיי לערען מיט א 'יאנאש' א ראבייני טאם....
פי.עס. לאור המצב, בעט די הנהלת ה'אייוועלט פון אלע משתתפים אז מען זאל נישט איינשטעקען מער ווי איין ווייער אין א עלעקטארישע אוטלעט!! קיינער וויל נישט זיין דער וואס איז גורם די התגרות באומות פונעם פאר'דיק'טען יאנאש!
ואין עונשין אלא אם כן מזהירין! א חג כשר ושמח. וואונטשט הנהלת איי-וועלט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט, עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.