הערות אויפ'ן שיעור אין ספר ה"תניא"
וחפץ ה' בידינו יצליח.
(נ.ב. נישט איך בין דער באנוצער פונעם ניק 'האנטעך'...)
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
glik האט געשריבן: file:///C:/Users/David/Documents/%D7%9E%D7%91%D7%95%D7%90.pdf
דערווייל ביז איינער מאכט עפעס בעסער
וועגן דעם כדי א מענטש זאל קענען אנהייבן צו פארשטיין די מושגים וואס דער תניא רעדט, דארף ער אנפאנגען צוביסלעך צו טוישן זיין בליק צו קוקן כלליתדיג, סיי אויף כלל ישראל בדורינו
יצחק דע באנקיר האט געשריבן: זייער שיין "האנטעך"
די הקדמה וואס די מאכסט צום לימוד והבנת ספר התניא איז לאו דוקא
וועגן דעם כדי א מענטש זאל קענען אנהייבן צו פארשטיין די מושגים וואס דער תניא רעדט, דארף ער אנפאנגען צוביסלעך צו טוישן זיין בליק צו קוקן כלליתדיג, סיי אויף כלל ישראל בדורינו
גענוג מענטשן וואס בלייבן מיט זייער פריערדיגע בליק אויף אידן פארשטייען פיין דעם הייליגען ספר, און עס איז דא וואס טוישן זייער בליק און ווערן פארקראכן אין לימוד חסידות חב"ד
און ווערן פארקראכן אין לימוד חסידות חב"ד
האנטעך האט געשריבן: איך האב געמיינט צו שרייבן אז אסאך מאל וויבאלד א מענטש ווייסט אז געוויסע דרכי עבודה זענען חשובער למשל לערנען תורה א גאנצן טאג איז כנגד כולם אאז"ו קען עס ברענגען א נישט קלארקייט אין זיין מקום עבודה ווייל ער קען פרובירן צו טאן זאכן וואס ער איז נישט מסוגל. אבער ווען א מענטש קוקט כלליותדיג און ער פארשטייט אז דער אייבערשטער דארף אלעס און אפילו במשך די דורות איז געווען אנדערע עבודות וואס מ'האט עוסק געווען כמש"כ הנועם אלימלך אז אין זיין דור איז די מצות ציצית די עיקר מצוה און דאס מיינט די גמרא אביך במאי הי' זהיר טפי. געוויסע דורות האט מען געלערנט שטארק ש"ס איז ארויסגעקומען אסאך מפרשי ש"ס אנדערע פסק אדער שו"ת זעלבע חסידות קבלה וכו' פון אלע יודען פון אלע דורות ווערט איין גרויסע בילד וואס הייסט דירה בתחתונים. ווען א מענטש פארשטייט דאס איז אים גרינגער צו טרעפן זיין מקום עבודה.
נ.ב. מיין השקפה איז ב"ה די זעלבע פון די רוב ליינער דא אין די פארום ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו אמן
קנאפער ידען
א גרויסן יישר כח הרב האנטעך! האמיר ביז היינט נאכנישט אריינגעקוקט אינעם תניא, עס איז פשוט געווען טו מאטש פאר מיר, האף מיר אז דו וועסט דא באווייזן צו מאכן עפעס א לייט פון מיר...
איין קליינע בקשה. איך מיין אז עס וואלט כדאי געווען זיך צו האלטן ביי א תגובה/שיעור א טאג. צופיל איז גארנישט תפסת מרובה לא תפסת.
יצחק דע באנקיר האט געשריבן: זייער שיין אנגעהויבען, כה לחי
.....
פארוואס טאקע ווארט די תניא ביז פי"ג צו ענטפערן אויף די ערשטע קשיא
און אויב איז דא א סיבה פארוואסס נאכנישט צו זאגן דעם תירוץ
פארוואס האסטע געשפירט וויכטיג שוין צו זאגן דעם תירוץ
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן
די ספר התניא איז איין לאנגער קייט, מאידך גיסא די ספר לקוטי מוהר"ן איז יעדע תורה פאר זיך א וועלט באזינדער, איך קלער אז שפת אמת וואלט געווען א געדאנקפשוט'ער אידל האט געשריבן:יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן
נו אוודאי.
דאכט זיך אבער סנאך שווערער ווי תניא.
מיר ווארטן
מצלמה האט געשריבן:
וויאזוי טייטשט מען דעם ראה נתתי לפניך... ובחרת בחיים?
אויב איז די בחירה נאר וויאזוי אויסצוקלויבן דיין מצב וואס איז "סטעטיק" - קען איך דאך נישט אויסקלויבן צו טאן גוטס?
מצלמה האט געשריבן: כ'האב אמאל נאך געהערט פון רי"מ שעכטער שליט"א זייער גוט ארויס געברענגט די נקודה ער האט געזאגט אין וועלכע מצב א
מענטש זאל זיין האט ער נישט קיין בחירה ער האט א בחירה וויאזוי אנצונעמען זיין מצב.!
וויאזוי טייטשט מען דעם ראה נתתי לפניך... ובחרת בחיים?
אויב איז די בחירה נאר וויאזוי אויסצוקלויבן דיין מצב וואס איז "סטעטיק" - קען איך דאך נישט אויסקלויבן צו טאן גוטס?