בלאט 1פון 1

פאון סקעם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:20 pm
דורך פארוואס נישט
איך זיץ אינדערהיים און פארברענג געשמאק מיט די קינדער ווען פלוצלינג צוקלינט זיך די טעלעפאון, אויפ'ן קאלער איי די קומט ארויף מישיגען 313-989-0088 איך הייב אויף די טעלעפאון העלא.
פון די אנדערע זייט טרייבל פרעגט מען "לעט מי קאמפירם יור אימעיל אדרעס איז איט...........?" איך ענפער א רואיגע יעס,
זאגט ער מיר ווייטער אז ער קאלט וועגן מיין קאר אינשורענס און ווי ער פארשטייט האב איך עקטיוו לייסענס
ווער זענט איהר פרעג איך, ענפערט ער מיר אז ער רופט פון אויטא אינשורענס וואס איז אין פארבינדונג מיט איבער 200 אינשורענס קאנפעניס
רוף איך מיך אן אנטשולדיג אבער איך האב נישט קיין קאר
די טעלעפאון האט זיך אפגעהאקט
אינגאנצען פארלוירן האב איך מחליט געווען אז איך גיי פרעגן אויף איי וועלט (ווי איך האב מיך לעצטענס ארויפגעסיינט) וואס צו טוהן [מיר באדערט אז איך האב איהם קאמפירט מיין אימעיל אדרעס] יעצט לאז מיר זעהן ווער סקען מיר העלפן
אויב איז שוין דא א אשכול פון דעם נושא ביטער אריבער רוקן

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:29 pm
דורך גערעכטער
בנוגע דאס 'קאנפורמען' דיין אימעיל אדרעס האסטו נישט וואס צו זיין באזארגט ווייל ער האט עס שוין קאנפורמד פאר ער האט דיר געקאלט.. ער האט עס נאר געפרעגט צו געבן דעם אנשטעל ווי א לעגעטימע קאמפעני אז ער ווייסט דיין אימעיל אדרעס..
און קענסט זיין זיכער אז נאכן אראפלייגן מיט דיר איז ער געגאנגען ווייטער מיט זיין ליסט צו פראבירן נאך פאטענציעלע קרבנות, און דו ביסט אראפ פון זיין ליסט.
אלזא האב א פרייליכן רוהיגען יו"ט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:38 pm
דורך פארוואס נישט
ש'כח גערעכטער נחמתני

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:44 pm
דורך פארוואס נישט
פון וואו האט ער באקומען מיין אינפארמאציע?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:45 pm
דורך גערעכטער
פארוואס נישט האט געשריבן: פון וואו האט ער באקומען מיין אינפארמאציע?

דאס איז דער קלענסטע פראבלעם פאר ווער ס'קען זיך אויס..

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:47 pm
דורך באדי
:-)

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:48 pm
דורך באדי
:-(

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:52 pm
דורך גערעכטער
באדי האט געשריבן: :-(

:?:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:53 pm
דורך ראלי
יא סאיז נישט דא וואס זיך צו זארגן איך באקום טעגליך אזעלכע קאללס

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:09 pm
דורך שאהן הענניטי
היינט צופרי איז מיין גימעיל אקאונט געווארן געלאקט, ווייל זיי האבן דיטעקטעד סאספישעס אקטיוויטי ווען מ׳האט אריין געלאגגט פון דאללעס טעקסאס. איך האב געטוישט פעסווארד, האפענדיג אז כ׳האב עס געכאפט באצייטענס

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:13 pm
דורך ווישוואש
מאך זיכער אז זיי האבן נישט איבערגעלאזט א גימעיל פילטער וכדו'

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:18 pm
דורך גערעכטער
דיס סאמטינג טא בי קאנסורנד...
ער קען האבן אלע דיינע קאנטעקס און אינפא,
בי אן דע לאק אוט, און טשעק אויב זיי האבן גארנישט געטאטשט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:22 pm
דורך פינטל
שטעל אן 2step verification

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:31 pm
דורך גערעכטער
פינטל האט געשריבן: שטעל אן 2step verification

שוין צו שפעט פאר דעם..
געטוישט צו א 'גיטע' פעסווארד איז גוט אין די פאל, ס'איז אייביג מער סעקיאר אבער נישט דא מער ווי אלעמאל.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:33 pm
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:
פינטל האט געשריבן: שטעל אן 2step verification

שוין צו שפעט פאר דעם..
געטוישט צו א 'גיטע' פעסווארד איז גוט אין די פאל, ס'איז אייביג מער סעקיאר אבער נישט דא מער ווי אלעמאל.

ווי אויכעט גיי צו דער לינק https://security.google.com/settings/se ... ions?hl=en און ריוואק עקסעס צו אלע עפפס. אזוי אז אויב האבן זיי צוגעטשעפעט עפעס צו דער אקאונט וועט עס זיין אראפ.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:35 am
דורך טאטלע
איך האב באקמען א קאל ערב צווייטע טעג א האלבע שעה פארן זמן איז מען ניצט מיין קארטעל א נישט נארמאלע טשארש אין ער פרעגט מיר וועלכע קארט איך האב מיט די נמבער פרעג איך עם ווער ער איז זאגט ער מיר אז זיי ארבעטען פאר אסך מינע קארטס און ער האט אוך געזאגט די וועלכע איך ניצט און ער זאג מיר אז איך זאל רעדען שנעל ווייל אויב נישט גייט זיין א פי פון $100 און ער ווייל שוין ווייסען וועלכע קארד
פרעג איך עם דריי מינע קארטלעך וועלכע ער זעט איז מען האט געניצט
בעט ער מיר אלע נמבערס און נאך דען גייט ער מיר קענען זאגען וועלכע עס איז
זאג איך עם אבער אז ער קאלט מיר אז מען ניצט מען קארד דארף ער ווייסען וועלכע עס איז
זאגט ער מיר געב מיר די דריי נמבערס איך וויל דיר נאר העלפען
האב איך עם נאך אמאל געפרעגט וועלכע עס איז און ער האט ארפגעהאקט די טעל

Re: פאון סקעם

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 1:30 pm
דורך דריידל
איך באקום א קאל פון איינער וואס טראגט זיך אן צו לאוערן די אינטערעסט ראטע וואס איך צאל אויף מיין דיסקאווער ביל. איך האב נישט קיין דיסקאווער ביל אבער איך האב געהאט אביסול צייט און אנגעפאנגן ארומשפילן מיט זיי. דער בחור האט געוויסט מיין נאמען, אקעי טאמער האט ער מיין נאמבער איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער ווייסט מיין נאמען, אבער נאכדעם בעט ער מיר צו קאנפירמן די לעסט 4 אוו די סאשעל. די לעסט 4? פרעג איך אים. יעס, די לעסט 4 פראם די סאשעל דעט ביגינס וויט xxx-xx, און ער זאגט די ריכטיגע ערשטע 5 נומערן פון מיין סאשעל.

ס'מיר גוט געווארן, און איך האב אים געזאגט אז איך ווייס נישט פון אזא סאשעל. קוקט אויס אז די חברה האבן דערווישט אינפארמאציע. איך האב געזאגט אז איך ווייס נישט פון וואס ער רעדט און ס'קוקט אויס אז ער האט א טעות. ער האט זיך אנטשולדיגט און אויפגעהאנגען.

איך בין געווארן אביסול דערשראקן אבער שפעטער האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט, אז טאמער ווייסט מען איינעמס דעיט אוו בירט און פלאץ ווי מ'איז געבוירן, קען מען אויספיגערן די ערשטע 5 נומערן פון די סאשעל. בורט סערטיפיקעטס זענען פאבליק רעקארד און מ'קען עס באקומען, דארט האט מען די דאטום און פלאץ פון געבורט וואס דאדורך קען מען אויספיגערן די ערשטע 5 פונעם סאשול. בלייבט איבער די לעצטע 4 וואס איז א סוד און מ'דארף טאקע זעהן עס צו האלטן בסוד.

על כן, מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא: השמר והזהר נישט ארויסצוגעבן די לעצטע 4 פונעם סאשעל אפילו טאמער ס'קוקט אויס אז דער וואס בעט עס האט שוין אסאך אינפארמאציע און ווייסט עס סייווי. ס'מוז נישט זיין אז עק ווייסט עס.

הצלחה רבה

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: