fiena nieas האט געשריבן: און וואס איז אנדערש די שבת לעמפ ?
אה"נ ס'דא וואס טענה'ן אז ס'איז א פראבלעם
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:גרינע בוים האט געשריבן:fiena nieas האט געשריבן: און וואס איז אנדערש די שבת לעמפ ?
אה"נ ס'דא וואס טענה'ן אז ס'איז א פראבלעם
דיינים אדער עמך יודן מיט זייער הרגשים?
שלך לחמך האט געשריבן:בליץ האט געשריבן: שוין דא 3 פעדשעיס און קיינער האט נאך נישט ארויס געברענגט וויפיל שגגות דאס וועט פארמיידען..?
ביי מיר אין שטוב האט מען ליידער 2 מאל אין די פארגאנגענע יאר בטעות אנגעצונדען אדער אויסגעלאשן א לייט אום שב"ק, דהיינו צוויי חילולי שבת בשוגג,, בזמן שביהמ"ק קיים וואלטן מיר ווען זיך ארויס געלאזט קיין ירושלים צו מפייס זיין דעם בורא עולם מיט א חטאת,
ועכשיו ברויכען מיר תשובה טון ונשלמה פרים שפתינו, און ווארטען פאר יום כיפור ומודה ועוזב ירוחם
במילא אז מיר קענען האבען די מעגליכקייט זיך אפצוהיטען פון אזויפיל איסורי דאורייתא בשוגג לנו ולבנינו איז דאס אוודאי א געוואלדיגע גוטע בשורה פאר א יעדע ירא ודחיל.
ואל תשובנו עירוב וואס רבינו ז"ל האט נישט געמאכט דאס שפארט נישט איין קיין דאורייתא.
אוודאי דארף מען פרעגן א רב צו מען זאל זיך סומך זיין אויף דעם היתר, אבער אינסטאלירען וואס פארא פראגע
איך בין ערשטוינט צו ליינען אזויפיל ווי א יעדער ניק האט זיין אייגענע געפיל און זיין אייגענע ווייט זעענדיגע בליק און די קלארע השקפה פארוואס עס מיז זיין אסור, בשעת די תורה איז געגעבן געווארן פאר א יעדען אפילו פאר אונז פשוטע מענטשן און יעדער קען זיך מתווכח זיין אין די תורהדיגע חלק דערפון אבער און די חלק ההשקפה וואס יעדער איז חושש דאס באלאנג דאך זיכער נישט פאר אונז, מראית עין און אפשר'ס באלאנגט דאך זיכער פאר א 'דעת' תורה
מען פארשטייט אז מען קען זיך איינשפארען טויזענטע שגגות אבער מען ברוך עס אסר'ן ווייל "איך האלט און איך בין חושש "?
אויב די איינציגסטע מעלה איז וועגען עובר זיין אויף א איסור דאורייתא, דארפסטו קודם געוואר ווערן צי ווען מען לעשט אויס א לעקטער שבת איז מען חייב מדאורייתא, איך בין נישט אזוי זעכער.
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: בקיצור כמעט יעדער זאגט אז לכאורה וועט עס נישט זיין קיין הלכהדיגע פראבלעם נאר מען האט מורא צו זיין דו ערשטע צו זאגען א פילע יא וועגען מען האט מורא פון פאשקיווילין און הייסען א רעפארמער
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: בקיצור כמעט יעדער זאגט אז לכאורה וועט עס נישט זיין קיין הלכהדיגע פראבלעם נאר מען האט מורא צו זיין דו ערשטע צו זאגען א פילע יא וועגען מען האט מורא פון פאשקיווילין און הייסען א רעפארמער
וואדקע האט געשריבן:אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: בקיצור כמעט יעדער זאגט אז לכאורה וועט עס נישט זיין קיין הלכהדיגע פראבלעם נאר מען האט מורא צו זיין דו ערשטע צו זאגען א פילע יא וועגען מען האט מורא פון פאשקיווילין און הייסען א רעפארמער
די אלע וואס פארשטייען נישט וואס ס'איז אנדערש פון אריינלייגען א שטיקעל אונם שבת זייגער האבען נישט דורכגעליינט וויאזוי עס ארבייט.
בשעת'ן רוקען די פלעסטיג געשעט נישט גארנישט און די פלעסטיג איז אויך קיינמאל נישט פארבונדען צו סיי וועלעכע עלעטראנישע סוויטש אדער ווייער. סך הכל האסטו אוועקגענומען א בלאקעטש וואס דורך דעם גייט עס שפעטער דורכלאזען שטראלען וואס צינד אויך נישט אן דירעקט די לייט. און פאקט מוז אפילו נישט זיין אז ווען די שטראלען טרעפען זיך יא צוזאם אז עס וועט אנצונדען די לייט! אמאל יא און אמאל נישט,
צושויער האט געשריבן:אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: בקיצור כמעט יעדער זאגט אז לכאורה וועט עס נישט זיין קיין הלכהדיגע פראבלעם נאר מען האט מורא צו זיין דו ערשטע צו זאגען א פילע יא וועגען מען האט מורא פון פאשקיווילין און הייסען א רעפארמער
האסט געליינט די ou אז רב בעלסקי אסר'ט, און די פיר מהלכים אין גרמא, און לויט ר' שלמה זלמנ'ס מהלך און נאך א מהלך איז עס יא פראבלעמאטיש להלכה.
קיקיון האט געשריבן: איך האב דערציילט פאר זוגתי שתחי' אז איינער וויל פאבריצירען א נייעם סוויטש
זאגט זי
"איך וואלט א סך מער הנאה געהאט פון א סיסטעם וואס צונדט און לעשט אויס דעם לאמפ
ש"ק בייטאג לפי די זון ליכטקייט, אזא טאג ווי עס איז דא זון ליכט ווער דארף האבען דעם לעקטער"
קיקיון האט געשריבן: נישט אזוי פשוט!
מען דארף א אינשעניר ער זאל דאס אויסארבעטען און
א PATENT LAWYER
וועט מען זיך קודם שואל עצה זיין מיט אינזער פיזיקס לערער "לכתחילה"
און אונזער "מכון להוראה שע"י אייוועלט"
און אז מען וועט מיר אויסכאפען " נישט אלעס איז געלט "
קיקיון האט געשריבן: איך האב דערציילט פאר זוגתי שתחי' אז איינער וויל פאבריצירען א נייעם סוויטש
זאגט זי
"איך וואלט א סך מער הנאה געהאט פון א סיסטעם וואס צונדט און לעשט אויס דעם לאמפ
ש"ק בייטאג לפי די זון ליכטקייט, אזא טאג ווי עס איז דא זון ליכט ווער דארף האבען דעם לעקטער"
צושויער האט געשריבן: און טאמער מאכט מען צו די ווינדאו שעידס צינד זיך עס אן?