אשמרה לפי מחסום האט געשריבן: און טאמער לייגט ער נישט א פעסווארד אבער ער לאזט נאר ווער עס צאלט?
און טאמער מיין פען ליגט אויפען טיש און איך לאז עס נישט נוצען איך האב אבער נישט געלייגט א פעסווארד דערויף... מעג מען עס שוין נוצען אויב איך לאז דיך נישט ווייל דו ביסט נישט געווען היינט אין מקווה?
חוץ דעם וואס זיי נעמען באצאלט מיט די עדס
און טאמער לאז איך יעדעם נוצען מיין פען און עס ליגט אויפען טיש אבער דיך לאז איך נישט ווייל דיין נאז געפעלט מיך נישט מעגסטו עס נוצען אדער נישט
איך זעה א שטיקל חילוק.
דיין פעדער טאר איך נישט נוצן. אבער אין די סייט וואס איז "אפען" לכל באי עולם מעג איך אריינגיין. חוץ אז דו זאגסט אז ס'איז פריוואט.
עס איז מיצר וואס דו האסט עס איבערגעגעבן לרשות הרבים, און דו קענסט מיר איינטיילן צי איך דארף קוקן אויף די עדס. איך מעג עס לענ"ד בלאקירן.